בלאט 15 פון 20
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 1:14 pm
דורך פארווע חסיד
די זאגסט אז עס קומט נישט קיין ק"ק אדער מען דארף קלארער ארויסשרייבען זיין זינד , פיין , אבער די שרייסט אז ער איז כשר גירעכט קוקט אויס די ווייסט וואס עס איז פארגעגאנגען , אדרבא פארצייל פליז
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 1:39 pm
דורך שבת אחים
פארווע חסיד האט געשריבן:די זאגסט אז עס קומט נישט קיין ק"ק אדער מען דארף קלארער ארויסשרייבען זיין זינד , פיין , אבער די שרייסט אז ער איז כשר גירעכט קוקט אויס די ווייסט וואס עס איז פארגעגאנגען , אדרבא פארצייל פליז
איך ווייס נישט מעהר ווי דיר. סאיז פשוט ווייל ער איז מעהר אויפגעקלערט און ליבעראל. און די פארפרומטע רבנים ווייסן נישט וויאזוי אראפצושלינגען אז איינער האלט אנדערש ווי זייערע פשטים אין די תורה... א מין חוצפה פון דעם שמואלי ניימאן צו פסקנן אנדערש ווי דער רשכבה״ג פון די מילך-קעסטלעך והגלילות....
איך זעה נישט קיין שום גוטע סיבה פון ארויסקומען מיט אזעלכע קו״ק אויסער אז אפאר רבנים האלטן אז גאטס-ווארט ליגט ביי זיי אין בוזעם טאש.... און נאר זיי האבן געלערנט די תורה. משא״כ שמואלי ניימאן איז דאך א מעקעניק וואס פיקסט וואש מאשינס...
קוקטס נאך פערצן בלעטער אין די אשכול און קיינער קומט נישט אריין קלאר ״על מה יצא הקצף״. די אלע וואס פרובירן צו פארענטפערן די חותמים קענען נאך אלץ נישט אפירקראצן אפאר גיטע טאלקינג פוינטס און ארגיומענטס לטובת די איסור.
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:31 pm
דורך יאסל ראקאווער
ס'איז מבהיל על הרעיון אז ס'איז דא ערוואקסענע אידן וואס האלטען אז ר' ניימאן פארקויפט דברי חשק וואס איז מושך את הלב און פראסטע אינגען (עבדא בהפקירא) זיכען עס צו הערן און אז די קול קורא באדערט זיי וועגען דאס. עפעס א שרעקליכע קליינקעפיקייט.
"יעדער ווייסט אז די קו"ק איז אמת ויציב, יעדער רב האט געחתמ'ט אויף דעם נוסח וכו', איי איך האב דאך א פראבלעם, איך וויל דאך ווייטער הערן די דברי חשק וכו', קומט יעדער אויף מיט אנדערע המצאות, דאס האט מען נישט געמיינט, איך האב געחתמעט אויף גאר א אנדערע נוסח, מען האט דאס נישט געדארפט מפרסם זיין נאר א עסקן האט דאס מפרסם געווען פרי צייטיג, איך האב מיר סומך געווען אויף ג' און ג' האט זיך סומך געווען אויף ד', וכו 'וכו', דער עיקר איז אז עבדא בהפקירא ניחא להו -"
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:43 pm
דורך ליב צו וויסן
פארווע חסיד האט געשריבן:די זאגסט אז עס קומט נישט קיין ק"ק אדער מען דארף קלארער ארויסשרייבען זיין זינד , פיין , אבער די שרייסט אז ער איז כשר גירעכט קוקט אויס די ווייסט וואס עס איז פארגעגאנגען , אדרבא פארצייל פליז
וואס פארט מין ארגומענט איז דאס...
איך דארף אויפקומען פארוואס ער איז נישט קיין פראבלעם ? How about די וואס לאזן ארויס א שמוץ אויף איינעם זאלן פארציילן וואס איז "יא" די פראבלעם
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:51 pm
דורך שבת אחים
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז מבהיל על הרעיון אז ס'איז דא ערוואקסענע אידן וואס האלטען אז ר' ניימאן פארקויפט דברי חשק וואס איז מושך את הלב און פראסטע אינגען (עבדא בהפקירא) זיכען עס צו הערן און אז די קול קורא באדערט זיי וועגען דאס. עפעס א שרעקליכע קליינקעפיקייט.
"יעדער ווייסט אז די קו"ק איז אמת ויציב, יעדער רב האט געחתמ'ט אויף דעם נוסח וכו', איי איך האב דאך א פראבלעם, איך וויל דאך ווייטער הערן די דברי חשק וכו', קומט יעדער אויף מיט אנדערע המצאות, דאס האט מען נישט געמיינט, איך האב געחתמעט אויף גאר א אנדערע נוסח, מען האט דאס נישט געדארפט מפרסם זיין נאר א עסקן האט דאס מפרסם געווען פרי צייטיג, איך האב מיר סומך געווען אויף ג' און ג' האט זיך סומך געווען אויף ד', וכו 'וכו', דער עיקר איז אז עבדא בהפקירא ניחא להו -"
כפארשטיי נישט פונקטליך וואס דו רעדסט. אפשר זאל איך יא ליינען צווישן די שורות (נישט ווי דו שרייבסט אין דיין חתימה) ווייל פון דיינע שורות אליינס פארשטיי איך נישט וואס דו רעדסט!
הפקירא שמירא מיין מאמע...
יעדער ווייסט גאנץ גוט אז אלע רבנים האבן אינטערגעשריבן אז מ׳זאל ח״ו נישט פארן קיין מיאמי ביעטש. איי איך האב דאך א פראבלעם, איך וויל דאך פארן ווייטער אין א ווארימע שטאט זיך אפרוהן וואו עס איז דא הונדרעטער כשרע רעסטעראנט׳ס, שוהלן, מקוואות, און אידן פון אלע שיכטן און קרייזן. אלזא טוהן טאקע ווייטער פארן קיין מיאמי טויזנטער היימישע אידן אין די מאסן און מארשירן צום “טריפנעם ביעטש” על אפם ועל חמתם פון די מילך-קעסטלעך רבנים...
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:01 pm
דורך פארווע חסיד
ליב צו וויסן האט געשריבן:פארווע חסיד האט געשריבן:די זאגסט אז עס קומט נישט קיין ק"ק אדער מען דארף קלארער ארויסשרייבען זיין זינד , פיין , אבער די שרייסט אז ער איז כשר גירעכט קוקט אויס די ווייסט וואס עס איז פארגעגאנגען , אדרבא פארצייל פליז
וואס פארט מין ארגומענט איז דאס...
איך דארף אויפקומען פארוואס ער איז נישט קיין פראבלעם ? How about די וואס לאזן ארויס א שמוץ אויף איינעם זאלן פארציילן וואס איז "יא" די פראבלעם
אוודאי אזוי אבער דאס אז זיי האבען נישט אזוי גאטאן מאכט אים נאכנישט כשר גירעכט
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:27 pm
דורך ישי שטיינמעץ
אפדעיט,
ר' יוחנן וואזנער האט אנגעריפען ר' שמואל ניימן איבערבעטען (פאריגע וואך ערב שבת פאר'ן זמן ), אבער ער וויל נישט ארויסקומען מיט א צעטעל אז ער האט חרטה דערויף.... ער זאגט קודם זאל יוסף ישראל (אייזענבערגר דיין סקווירא) צוריקציען...., און אנדערע ווערטער ר' יוחנן האט מורא אז ער גייט חאפען פראסקעס פון די סקווירא רעזשים טאמער קומט ער ארויס מיט א אפיציעלע צעטעל,
ר' שלום פאללאק האט לויט ווי כ'הער פון א באגלייבטע מקור אויך אנגעריפען איבערבעטען, כ'מיין ער טענה'ט אז ער האט קיינמאל נישט מסכים געווען מען זאל ניצען זיין נאמען אויף אזא וועג, אבער פון וויפעל איך ווייס איז ער אויך נישט ארויסגעקומען מיט א בריוו צי צוריקציען ברבים,
כ'מיין אז קאמען סענס איז אז איבערבעטען אן טרייען צו פיקסען די שאדען איז ווערד א רעטעך !!!! וואס פארא סארט איבערבעטען איז דאס ???? ליצנות !!!
איינער זאגט מיר היינט אז ר' יוסף מאיר קענטאר האט היינט געחתמעט אויף א בריוו אז ער ציהט צוריק !!!! (ברויך מען זעהן צו שאפען דעי בריוו און עס דא ארויפלייגען)
כ'האב געהערט פון א פאר מענטשען אז לויט ווי ס'קוקט אויס שטייט טווערסקי פון סקווירא אונטער די גאנצע קול קורא, יענער טענה'ט אז דאס איז די סיבה פארוואס ר' יוחנן וואזנער האט געלאזט ניצען זיין נאמען, ווייל ס'געקומען פרעשור פון טווערסקי,
דאס איז די זעלבע טווערסקי וואס שיקט משפיעים זאגען פאר יונגעלייט אז חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה ברענג אלע צרות......(....sick) (נישט קיין וויץ, אזוי טוט ער ! ) ממילא איז גרינג צו פארשטיין פארוואס ער זאל זיין ברוגז אויף ר' שמואל ניימאן,
לויט ווי כ'הער פון איינעם וואס קען סקווירא, אז דארט אין סקווער שמועסט מען געהעריג אז "סקווירא" שטייט אונטער דעי קול קורא,
טאמער ס'איז טאקע אזוי, דאן קוקט אויס אז דער טווערסקי האלט אז נישט נאר ער האט זיך געגעבען די רעכט צו איינטיילען פאר מונסי איינוואוינער ווי זיי מעגען וואוינען, נאר ער געבט זיך אויך די רעכט צו איינטיילען וועלכע רבנים צו ניצען..... ס'איז א ערענסטע חוצפה !!!!
דער טווערקי מיט זיינע נאכשלעפער האבען שוין לאנג א מערכה קעגען ר' שמואל ניימן, זייערע רבנים רעדען שוין לאנג קעגען אים בכל עת מצוא,
ווי כ'הער האט דער דירנפלד מיט זיין גענג גווארענט ר' שמואל ניימאן אז ער מוז אויפהערען מיט זיינע שעורים פאר חתנים ! אין טאמער נישט קומט ארויס חתימות קעגען אים אויף אלע גאסען,
ר' שמואל האט זיך אויסגעלאכט פון זיי, אזוי ווי ער האט טאקע געדארפט טאהן, אין דעי גענג האט מקיים פסק געווען,
נאר זיי האבען זיך פאררעכענט !!! זיי האבען זיך נישט גערעכענט אויף אזא בעקלעש,
יעצט דארף מען עקספאוזען פינקטליך ווער ס'שטייט אונטער די גאנצע זאך,
ווי עס קוקט אויס איז עס טווערסקי פון סקווירא מיט זיין שמש דירנפעלד !!! און דירנפלד איז ארום געגאנגען אנרייצען אנדערע ווי יצחק שטערן פון סאטמאר אין אזוי ווייטער,
ה' יצילנו מהם ומהמונם !!!
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:17 pm
דורך שבת אחים
חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה ברענג אלע צרות
דער מלך מלכי המלאכים זיצט אויבן אין הימל אויפן כסא הכבוד און האט פשוט נישט קיין אנדערע דאגות צי יענקל ברוך פון וויליאמסבורג איז עוסק בחו"נ... און פארדעם שיקט ער קענסער פאר קליינע קינדער...
וויאזוי זאגט נאר די רבי קארלין ז״ל
“Here is A guy you wanna work for”
וואו באהאלט מען זיך פאר בושה?
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:30 pm
דורך real fake news
אזוי נישט גוט ארויסברענגען א פוינט האביך שוין לאנג נישט געזען.
די ממ"ה האט נישט קיין בעסערע דאגה ווי זיך צו זארגן אז די זאלסט נישט בראטן פלייש אין פוטער? ביסט אינגאנצן משוגע? סא חילוק צו סאיז פוטער אדער אויל??
נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 8:34 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ישי שטיינמעץ האט געשריבן:אפדעיט,
ר' יוחנן וואזנער האט אנגעריפען ר' שמואל ניימן איבערבעטען (פאריגע וואך ערב שבת פאר'ן זמן ), אבער ער וויל נישט ארויסקומען מיט א צעטעל אז ער האט חרטה דערויף.... ער זאגט קודם זאל יוסף ישראל (אייזענבערגר דיין סקווירא) צוריקציען...., און אנדערע ווערטער ר' יוחנן האט מורא אז ער גייט חאפען פראסקעס פון די סקווירא רעזשים טאמער קומט ער ארויס מיט א אפיציעלע צעטעל,
ר' שלום פאללאק האט לויט ווי כ'הער פון א באגלייבטע מקור אויך אנגעריפען איבערבעטען, כ'מיין ער טענה'ט אז ער האט קיינמאל נישט מסכים געווען מען זאל ניצען זיין נאמען אויף אזא וועג, אבער פון וויפעל איך ווייס איז ער אויך נישט ארויסגעקומען מיט א בריוו צי צוריקציען ברבים,
כ'מיין אז קאמען סענס איז אז איבערבעטען אן טרייען צו פיקסען די שאדען איז ווערד א רעטעך !!!! וואס פארא סארט איבערבעטען איז דאס ???? ליצנות !!!
איינער זאגט מיר היינט אז ר' יוסף מאיר קענטאר האט היינט געחתמעט אויף א בריוו אז ער ציהט צוריק !!!! (ברויך מען זעהן צו שאפען דעי בריוו און עס דא ארויפלייגען)
כ'האב געהערט פון א פאר מענטשען אז לויט ווי ס'קוקט אויס שטייט טווערסקי פון סקווירא אונטער די גאנצע קול קורא, יענער טענה'ט אז דאס איז די סיבה פארוואס ר' יוחנן וואזנער האט געלאזט ניצען זיין נאמען, ווייל ס'געקומען פרעשור פון טווערסקי,
דאס איז די זעלבע טווערסקי וואס שיקט משפיעים זאגען פאר יונגעלייט אז חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה ברענג אלע צרות......(....sick) (נישט קיין וויץ, אזוי טוט ער ! ) ממילא איז גרינג צו פארשטיין פארוואס ער זאל זיין ברוגז אויף ר' שמואל ניימאן,
לויט ווי כ'הער פון איינעם וואס קען סקווירא, אז דארט אין סקווער שמועסט מען געהעריג אז "סקווירא" שטייט אונטער דעי קול קורא,
טאמער ס'איז טאקע אזוי, דאן קוקט אויס אז דער טווערסקי האלט אז נישט נאר ער האט זיך געגעבען די רעכט צו איינטיילען פאר מונסי איינוואוינער ווי זיי מעגען וואוינען, נאר ער געבט זיך אויך די רעכט צו איינטיילען וועלכע רבנים צו ניצען..... ס'איז א ערענסטע חוצפה !!!!
דער טווערקי מיט זיינע נאכשלעפער האבען שוין לאנג א מערכה קעגען ר' שמואל ניימן, זייערע רבנים רעדען שוין לאנג קעגען אים בכל עת מצוא,
ווי כ'הער האט דער דירנפלד מיט זיין גענג גווארענט ר' שמואל ניימאן אז ער מוז אויפהערען מיט זיינע שעורים פאר חתנים ! אין טאמער נישט קומט ארויס חתימות קעגען אים אויף אלע גאסען,
ר' שמואל האט זיך אויסגעלאכט פון זיי, אזוי ווי ער האט טאקע געדארפט טאהן, אין דעי גענג האט מקיים פסק געווען,
נאר זיי האבען זיך פאררעכענט !!! זיי האבען זיך נישט גערעכענט אויף אזא בעקלעש,
יעצט דארף מען עקספאוזען פינקטליך ווער ס'שטייט אונטער די גאנצע זאך,
ווי עס קוקט אויס איז עס טווערסקי פון סקווירא מיט זיין שמש דירנפעלד !!! און דירנפלד איז ארום געגאנגען אנרייצען אנדערע ווי יצחק שטערן פון סאטמאר אין אזוי ווייטער,
ה' יצילנו מהם ומהמונם !!!
ווער איז טווערסקי ?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:36 am
דורך איש את רעהו
real fake news האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה ברענג אלע צרות
דער מלך מלכי המלאכים זיצט אויבן אין הימל אויפן כסא הכבוד און האט
אזוי נישט גוט ארויסברענגען א פוינט האביך שוין לאנג נישט געזען.
די ממ"ה האט נישט קיין בעסערע דאגה ווי זיך צו זארגן אז די זאלסט נישט בראטן פלייש אין פוטער? ביסט אינגאנצן משוגע? סא חילוק צו סאיז פוטער אדער אויל??
שבת איז אן אפיקורוס ער גלייבט נישט אין די י"ג עיקרים, און לאכט אפ פון די תוה"ק דינג זיך נישט מיט אים, מיט אן אפיקורוס גייט מען נישט אין א ויכוח.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:00 am
דורך real fake news
ער גלייבט דאך בכלל נישט אין די וואן עבאוו, ער רעדט נאר לשיטתייהו
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:38 am
דורך הדסים
שבת אחים האט געשריבן:חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה ברענג אלע צרות
דער מלך מלכי המלאכים זיצט אויבן אין הימל אויפן כסא הכבוד און האט פשוט נישט קיין אנדערע דאגות צי יענקל ברוך פון וויליאמסבורג... און פארדעם שיקט ער קענסער פאר קליינע קינדער...
וויאזוי זאגט נאר די רבי קארלין ז״ל
“Here is A guy you wanna work for”
וואו באהאלט מען זיך פאר בושה?
און אויב וועל איך דיר זאגן אז איך גלייב נישט אז עס איז אמת?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:00 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביי א באשעפער א כל יכול, איז נישט דא קיין קלייניקייטען. וואס מיינסטו עס גייט איהם מער אן ווען א מיליאן מענטשן שטארבען? ער איז דאך א בורא כל העולמות, אונזער וועלט איז נישט מער ווי א האלבע בליפ אויף די נידריגסטע ריידאר. נאר וואס? ביי א כל יכול, דארף איין זאך נישט צונעמן פון א צווייטן, כקטן כגדול תשמעון.
און טאקע אזוי, דער אויבישטער קימערט זיך מיט יעדער מעשה, און בפרט פון א איד, און בפרט פון די מצוות און מעשים טובים פון א איד, ווי דער אויבישטער כביכול שפרינגט און טאנצט פון שמחה, אז א איד איז משמח זיין ווייב מיט א חו"נ, און ער בויט אויף אן ערליכע קשר מיט אשת בריתו, וואס מיט אזעלכע שטיבער וועט מען זיך בארימען ווען משיח וועט קומען. א שטוב ווי מ'טראכט איינער פון די צווייטער, און מ'לעבט אינאיינעם באחוה ורעות, נישט מיט א דערווייטערונג און א קאלטקייט. אוודאי דארף אלסדינג זיין אונטער די ראמען פון הלכה, אבער די אויפגעלייגטע הרגשים צווישען מאן און פרוי זענען גאר הייליג ביים באשעפער, און ער קימערט זיך שוין איינמאל דערמיט. נאר אזעלכע ווי בלעם האבען דאס נישט געקענט דערהויבען.
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' א-להיו.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:01 am
דורך טראכטכמוני
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' א-להיו.
ביי גויים איז נישטא קיין חו"נ
???
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:15 am
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אויפגעלייגטע הרגשים צווישען מאן און פרוי זענען גאר הייליג ביים באשעפער, און ער קימערט זיך שוין איינמאל דערמיט. נאר אזעלכע ווי בלעם האבען דאס נישט געקענט דערהויבען.
אויף דעם שטייט אין די משנה: כל מי שיש בידו עין רעה מתלמידיו של בלעם הרשע, פארשטייט זיך אז מיט זיין אייזל האט ער געמעגט טון וואס ער האט געוואלט, אבער יענער זאל חס ושלום נישט האבן א פרייליכע מינוט אין זיין לעבן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טראכטכמוני האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' א-להיו.
ביי גויים איז נישטא קיין חו"נ
???
מי מנה עפר יעקב ומספר את רובע ישראל. דאס אז דער אויבישטער קימערט זיך עקסטער מיט דעם, איז א מתנה פון אויבן פאר זיין באליבטע פאלק. ווייל די שייכות בין איש לאשה ביי א איד איז א הייליגע זאך, און ביי א גוי איז עס א פראעווע זאך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:22 am
דורך [NAMELESS]
אפדעיטעד קול קורא
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:12 pm
דורך והאיש משה
די צייטונגען גייען מעלדן אז ס'פארהאן א רב וואס האט צוריקגעצויגען?
אדער גייען זיי עס נאך אמאל מפרסם זיין
אהן זיין חתימה?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 1:49 pm
דורך שבת אחים
כהאב געהערט אז די רבנים האבן אים גערופן צו א מיטינג. האט ער געזאגט אז ער איז זיך גרייט אראפצוזעצן מיט יעדען רב באזונדער אבער זיי האבן נישט געוואלט. קיין איין איינציגער רב האט נישט געוואלט רעדן מיט אים One on one
זיי האבן נאר געוואלט אז ער זאל אראפקומען צו א גאנצע מיטינג פון אסאך רבנים ווי מ׳גייט אים אויספראקן...
אמת?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:09 pm
דורך דולה ומשקה
די דרייסיג רבנים אין מיינע אויגן:
1)וכטפויגל
2) קאטלער
3) שוסטאל
4)נוימאן
די פיר האבן נישט מיט מיר און איך מיט זיי עפעס איינגעלייגט. (שיין זעהן מיר אויס אז רעכניץ האט זיי געדארפט לייגן אין פלאץ)
5) וויינבערגער (2)
6) כ"ץ
7)טויבער
8) רובין
9) טירנויער
10) פריעדמאן
11) פילאפף
זענען פון גרעסטע בעלי מחלוקות וואס יהדות החרדית אין אמעריקא פארמאגן / בעלי לשון הרע / הולכי ערכות
12) ביק
ואתכם הסליחה...
13) שטיינמעץ
זיין חתימה קומט שוין גרייט נאך מיטן ערשטן דרעפט פון יעדע קול קורא, ממילא אויך מיר א ראיה
14) בעק
א שטיק [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], מיט אים האב איך א אייגענע נגיעה, ממילא די לחכימה
15) וואזנער
16) אייזענבערג
17) פאללאק
18) באב"ד
18) ראזנער
19) שארר
20) הארפענעס
21) האלפערין
22) פויגעל
23) פישער
24) שטיינמעץ
די חתימות זענען סתם קיינעם נישט מחייב גארנישט, אפשר פאר סקווירא ראבאטן אדער גור פרוש'ניקס, הארפענעס זאל קוקן צום ערשט אויף זיין אייגענע משפחה..., האלפערין א וואוילע איד, אבער... והשאר כולו יצא.
25) גרין
זאל ער קודם בעטן מחילה פון די איבער טויזענטער בחורים במשך די יארן וועם ער האט אפגעזאגט פון אריינקומען און זיין ישיבה, זאל ער קודם בעטן מחילה פון די טויזענטער בחורים וועמען ער האט מבזה געווען ברבים וביחיד, געברענגט צו עגמת נפש, צו צובראכענקייט, ארויסגעווארפן פון זיין ישיבה וכו' וכו' וכו'. דערנאך זאל ער קומען מיט א חתימה... עס ווארט אויף איהם א שווערע געריכט בבאו היום, ואוי לאותו בושה ואוי לאותו כלימה.
26) שטיין
27) זילבער
נו, מי ראו אלו יוצאים ולא יצאו? צו אסר'ן פאר מיר ר' שמואל ניימאן אויף די סמך פון די צוויי חתימות...?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס שרייבט ער דאך אין זיין בריוו צום בעלזער דיין.
איך האב געהערט וועגן די רעקארדינג. איינער שמועסט מיט איהם וועגן זיין פסקים, און ער דערמאנט אז מ'האט טענות אויף איהם פאר'ן דערמאנען אין מיטן א שמועס א שיטת ר"ת וואס איז מתיר עפעס, וואס איז נישט להלכה. ער זאגט 'אפשר וואלט איך עס נישט געדארפט דערמאנען'.
ביג דיעל! פון דעם בויט מען א בער?! אפשר וואלט ער עס טאקע נישט געדארפט זאגען. און אנדערע וואלטען נישט געדארפט זאגען אסאך וואס זיי זאגען, און רשכבה"ג'ס בלייבען זיי.
דולה ומשקה האקט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:12 pm
דורך איסר האטלקי
טראכטכמוני האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' א-להיו.
ביי גויים איז נישטא קיין חו"נ
???
מיין חתן רבי האט געזאגט אז נישט, סאו איך ווייס נישט.