בלאט 15 פון 23

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:33 pm
דורך יין שרף
רעגולער פרייז ביי ראב אין מאנסי איז בערך $27

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:34 pm
דורך מאטי
מ'קען קויפן קאטענע פאר 12 דולר, וכן נוהגין...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:40 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
יין שרף האט געשריבן:רעגולער פרייז ביי ראב אין מאנסי איז בערך $27

בערך נישט, פרעג וויפיהל א וואלנע קאסט, סייז 22~24~26 געבינדען, אין לאז וויסן טאמער ס'איז 27$

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:41 pm
דורך יין שרף
יא! ס׳איז 28.25 אינקלודינג טעקס

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:46 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
טאמער ביסטו גערעכט האסטו נאך א סיבה צו מאפן קיין מאנסי,
וואס שרייט ער ס'טייער דארט?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:12 am
דורך פלעין יודיש
יין שרף האט געשריבן:וואס האלט אז הייקינד צאלט אויס קאללער׳ס קאמפיין יעדעס מאל...?

און אז אמעריקא האט אריינגעקראכט אין וואורלד טרעיד סענטער
מדינת ישראל האט געהארגעט די דריי בחורים
וכו' וכו'

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 11:11 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
בשבילי! האט געשריבן:אפשר איז א פריקען טלית קטן טייערער ווי א געהעריגע? בעט פאר א נארמאלע וואלענע טלית קטן ס'קאסט ארום 25.


יין שרף האט געשריבן:יא! ס׳איז 28.25 אינקלודינג טעקס


געווען אין א געשעפט אין געכאפט א בילד פאר ענק,[tag]יין שרף[/tag] [tag]בשבילי![/tag]
.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 5:24 pm
דורך שמעקעדיג
וואס האט פאביעס ביינאכט פון יואב'ס אוואטאר?

.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 5:39 pm
דורך כוכב
וואס האט נישט קיין ד' מינים?
איך בין צו ביזי, ווער עס קען מיר ארויסהעלפן זאל ביטע קומען אין אישי. איך וואוין בעצם אין אוריגוויי, נאר ווי געזאגט, בין איך די יעצטיגע טעג אין בארא פארק.

בין איך די איינציגסטער...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:06 pm
דורך מ גפני
וואס לייגט נישט צו קיין פינגער צו מיין סוכה, איך לאז אלעס פאר מיין בחור'ל און קלענערע קינדער

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:46 pm
דורך לית דין בר נש
מ גפני האט געשריבן:איך לאז אלעס פאר מיין בחור'ל און קלענערע קינדער

קענסט זיי אריבער שיקן צו מיר ווען זיי זענען פארטיג ביי דיר?
איך דארף בעיקר נאר פאר הענגען די נוי סוכה

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 7:51 pm
דורך [NAMELESS]
וואס ווייסט נישט וואס אראומע מיינט???

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 7:53 pm
דורך כוכב

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 9:18 pm
דורך נולד מאוחר
וואס ווערט משוגע איבער די גרוך וואס קומט פאר דא #אראומע
ביי דע וועי שמעקדיג דארף ווען זיין א הויפט מחותן מיטן אראומע.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:03 pm
דורך פארוואס?
וואס גייט בלייבן דא אויסגעשפילט. (אהן קיין אראומא#).
איך זעה נישט ווי אזוי דער עולם האט צייט צו שרייבן לייקן און לייענען.
איהר קויפט נישט קיין ארבע מינים? בויעט נישט קיין סוכה?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:55 pm
דורך שמעקעדיג
....וואס ווען אימער כ'גיי אריין אין א גוי'איש געשעפט, פון וואלמארט ביז סטעיפלס, פון בעסט ביי ביז מעסי'ס, אויב וויל איך עפעס קויפן וועל איך נישט טרעפן קיין ארבעטער פאר קיין רפואה, יעדער באהאלט זיך ערגעץ. אבער אויב קום איך אמאל אריין סתם זיך אומקוקן, דאן וואקסט ארויס יעדע ד' אמות נאך אן ארבעטער "קען איי העלפ יו, סיר"? "דיד יו פיינד וואט יו אר לוקינג פאר"?

וואט דע העק? צי האבן סיי סענסארס וואס דערשפירן וואס איך איך וויל?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
וואס פלאנט אריינצוגיין אין די תשמישי קדושה ביזנעס. פארקויפן טלית קטן'ס פאר $30 ערבות פאר $11 בדיקת חמץ סעטס פאר $9.99 בדיקה שמאטעס פאר $6.00 קנויטען פאר די מנורה פאר $4.00 אין ווערן א מיליאנער איבער נאכט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:12 am
דורך קליגער אינגערמאן
עזריאל האט געשריבן:וואס פלאנט אריינצוגיין אין די תשמישי קדושה ביזנעס. פארקויפן טלית קטן'ס פאר $30 ערבות פאר $11 בדיקת חמץ סעטס פאר $9.99 בדיקה שמאטעס פאר $6.00 קנויטען פאר די מנורה פאר $4.00 אין ווערן א מיליאנער איבער נאכט


יא די ביסט דו איינציגסטער...
מיין נישט אז די גראז איז גרינער ביי יענעם

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:55 pm
דורך chusid
וואס ווערט נאך איקסיידעט פין עקשאן למשל מלחמה... און ווערט אראפגעלאזט ווען ס'ווערט א פייעראפשטעל?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:37 pm
דורך קאסטנער
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:וואס פלאנט אריינצוגיין אין די תשמישי קדושה ביזנעס. פארקויפן טלית קטן'ס פאר $30 ערבות פאר $11 בדיקת חמץ סעטס פאר $9.99 בדיקה שמאטעס פאר $6.00 קנויטען פאר די מנורה פאר $4.00 אין ווערן א מיליאנער איבער נאכט


יא די ביסט דו איינציגסטער...
מיין נישט אז די גראז איז גרינער ביי יענעם

איז ער די איינציגסטער וואס רעד זיך איין אז ביי יענעם איז די גראז גרינער ??

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:האבן מיר א דיעל, טרעף א טלית קטן פאר 25$ אין באקומסט פון מיר 25$.
כ'רעדט נישט טאמער ס'מאכט זיך פונקט ערגעץ א סעיל, נאר רעגעלער פרייז

איך ווייס ב"ה נישט פון דעי צרות צו זאגן. ווייל איך האב נאר קאטט'ן טלית קאטט'ן'ס...!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:00 pm
דורך שטילע אינגערמאן
וואס קייט די עסען אויף איין זייט אין די מויל?
יעצט באמערקט, כ'ווייס נישט פשט, נישט כאילו כ'האב די אנדערע זייט א שוואכע ציין,

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:18 pm
דורך חסיד
וואס ביים שפאצירן מיט א קאווע האלט מען די צווייטע האנט אויך אין דער הייעך?