בלאט 15 פון 20
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 6:19 pm
דורך זוכער
Nanach האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:נו, הלא זה הדבר
אשר דברנו: עס איז טאקע נישט דעמאנסטרעטיוו לא לכאן ולא לכאן. אבער די ״לא לכאן
ולא לכאן״ גייט ביידע וועגן. אויב אלעס וואס דו בלייבסט איבער מיט אלס ״ראיה״ איז ״
מסורה/תורה״, וואס דו ביסט בפירוש מודה איינמאל און נאכאמאל אז עס ארבעט און איז
נאר א הוכחה און מאסגעבענד טאמער איז מען שוין
מעיקרא א מאמין, הלזו יקרא בשם ״ראיה״? עס איז כמובן נישט א הוכחה פאר איינער וואס איז נישט א מאמין און ווי אויך נישט פאר איינער וואס איז יעצט אָנגעקומען פון מאדים (און ווייסט ווי אזוי מענטשליכע רעליגיעס, גלויבונגען, און הייליגע טעקסטן בכל דור ודור ובכל קצוי תבל קומען אפיר).
צו ווידערהאלן: ביז ״דעבּאָנקט״ איז פאלג מיר א גאנג.
פאר איינעם וואס איז נישט קיין מאמין אין תורה - מיט אזא איינעם קען איך בכלל נישט טענה'ן ווי איך האב קלאר אויסגעשמועסט
דאאון
דאאון קורצליך
דאאיך קען זיך נישט בכלל טענה'ן מיט אן אטעאיסט. - אינו מאמין.
איך אז ברענג א ראיה פון די תורה
אבער תורה איז ביי דעם אטעאיסט א בוך ככל הביכער, מיט 0 קרעדיביליטי, אבדו טענותי.
אויב רעדט מען פון איינעם וואס זאגט אז ער גלייבט נאר, נאר קלערט אז דברים איז א פאבריקאציע פון שפעטערדיע אויטארס, P, J D וכו'. וועלכע זענען הבלי הבלים אין בהם ממש. אויף דעם איז שייך אויפצוייזן שבשקר יסודם. אזוי ווי איר דיר קלאר אויפגעוויזן
זעה
דא.
איך האב אמאל זיך געטענהט מיט איינעם איבער מגילת אסתר, און יענער זאגט מיר אז
מגילת אסתר איז א נאוועל,
(באבע מעשה) פארוואס. ווייל אחשורוש האט נישט געהאט קיין פרוי ושתי, מרדכי האט געלעבט איבער 100 יאר פריער - וכו' וכו'.
היראדיטוס איז דער טאטע פון די היסטאריע אין יענע עפאכע און ער זאגט גאנץ אנדערש.
פרעג איך אים, אבער
היראדיטוס איז געפראוואט געווארן אלץ א פראוד אין מערערע פלעצער, אפשר איז ער דא אויך א פראוד?
נישט אמת זאגט מיר מיין אפאנענט צוריק.
שיק איך אים דאס
היראדיטוס.
איך ווארט נאך אויף אן ענטפער.
סאו אויף יעדן היסטאריקער אנדעקט מען פראוד, איינעם פריער און איינעם שפעטער.
איז מגילת אסתר נישט אפגעפרעגט.
די זעלבע זאך דא. אלע עווידענס שיילט זיך ארויס אז פראוד אדער קוועסטשינעבל - בלייבט די תורה אויטאמאטיש איבער אומבארירט. כאטש
איך קען עס נאך אלץ נישט איבערצייגן פאר אן אינו מאמין.
אויב די קענסט נישט אויפווייזן אז די תורה איז אמת, קענסטו גארנישט אויפווייזן
ריכטיג. איך האב עס קלאר געזאגט מערערע מאל. אויב איינער גלייבט נישט אין תורה מן השמים אבדו טענותי.
איך קען טענה'ן וואס זאגט עטליעסט אז ער גלייבט יא.[/quote]
דו האסט עס נישט געזאגט אנהייב האסט שפעטער געשיפט דערצו
און בעיסיקלי מיין איך אז אלע קשיות גייען אראפ צו תורה מן השמים, און אז דו קענסט דאס נישט אויפווייזן קענסטו גארנישט אויפווייזן[/quote]
אויב איינער זאגט מיר אז אין מערת המכפלה ליגן 4 סטודזשיס, איטס אווער. איך קען זיך נישט טענה'ן ווייל איך האב דאך נישט אויפגעגראבן און געזעהן ווער ס'ליגט דארט. און אז ער זאגט אז אברהם אבינו איז א פיקציע, האט נישט זוכער וואס צו ענטפערן. ווייל אפילו כ'וועל איך ברענגען דעם בארג סיני, איז עס לא דובים ולא. קיינמאל נישט געווען קיין מצרים, קיינמאל קיין מבול, און קיינמאל קיין כלל ישראל. כ'קען נאר דעבאטירן ווען איינער זאגט אז דברים איז שפעטער און שמות איז פריער. אויב אלעס איז א פאבריקאציע האט שמות גארנישט מער ווילידיטי פון דברים.
כ'האב געמיינט אז כ'האב עס יא דערקלערט פון אנהייבן.
אויב כ'האב זיך נישט גוט ארויסגעברענגט פריער איז עס מיין שולד. ואתכם הסליחה.
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 6:30 pm
דורך מיינונגזאגער
איך ליין אזוי בעק ענד פארווערד. באמת בין איך בכלל נישט אויסגעקאכט אין די נושא און איך מוטשע זיך בכלל נישט אין די אמונה חלק וואס מען דארף האבן דא. פאר צוויי סיבות.
פאר איך האב געקויפט מיין ערשטער קאמפיוטער בין איך געגאנגען קאנסאלטען מיט אן איי טי מומחה וואס האט מיר געזאגט און פרובירט מסביר צו זיין וועלעכער קאמפיוטער וועט זיין גוט פאר מיר, נאך זיינע לאנגע הסברים קוקענדיג אויף עים ווי א האן אין די בני אדם. תכלית געב איך א פרעיג וועט עס ארבעטן עס גייט מיר בכלל נישט אן ווי אזוי, איך מוז עס נישט פארשטיין. עס ארבעט, עס טוהט וואס עס ברויכט, איך דארף נישט גלייבן אדער פארשטיין אז די קאמפיוטער האט א גאנצער מעקיניזעם וואס די פאנקשען מאכט די פאנקשען, העיקר עס טוהט וואס האט צו טוהן, אפי׳ איך ווייס נישט וויאזוי עס קומט ארויס דערפון אלעס וואס איך ברויך, אפי׳ איך פארשטיי נישט און איך זעה נישט וויאזוי ער ארבעט, און אפי׳ די פארמיולעס אויף עקסעל איז אנטקעגען מיין רצון אבער די פאקט איז אז די קאמפיוטער מיט די עקסעל פראגראם שטימען, צו איך גלייך עס יא אדער נישט, צו איך פארשטיי וויאזוי ער איז געקומען צו די רעזאלטאטן אדער נישט, עס איז א קאי וקימא, עס איז דא, אויף דעים דארף איך נישט צו שווער ארבעטן צו גלייבן אז איך האב מיך פארעכענט אין עקסעל מיט די קאמפיוטער זענען די גערעכטע.
והשנית את״ל, אז איל גיי האבן ספיקות אין די אמונה ח״ו אין בריאות שמים וארץ, און איך וועל צו קומען צו אן הכרה אז עוועלאשען איז יא די זאך ווי אזוי די בריאה האט זיך צוזאם געשטעלט, און דערנאך קומט א פרישע פראגע ווי אזוי איז דע עוועלאשאן צושטאנד געקומען, סוכ״ס וועט ערגעץ מיין אמונה אין די זאך וואס איך בין חוקר מוזן שפילן א הויפט ראלע אין די חקירה וואס איך בין חוקר אז עס זאל קענען זיין א בסיס פאר מיינע קומענדיגע טעאריעס אין די וועלט באשאף. טשוז איך ענדערש צו גלייבן הוא בורא ומנהיג לכל הבריאים. ווייל אזוי שטייט אין די הייליגער תורה וואס איז געגעבן געווארן אויפן בארג סיני מיט 600 טויזענט מענטשען וואס זענען דארט געשטאנען און געזאגט פאר זייערע קינדער, קונדס קינדער ביזן היינטיגער דור.
דאס אז דער רמב״ם האט דאס חוקר געווען איז מיר גאד אינאף. דאס איז דאך קלאר, עס איז נישט געווען צו לאנג צוריק און עס איז דא עדות און באשרייבונגען פון די חקירה׳ס מיט די טענעריי דערוועגן.
נא וואס איז די שאלה בכלל.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 7:46 pm
דורך שמן למאור
זוכער: פליצלונג קענסטו נישט אויפווייזן פאר א אינו מאמין?
וואס איז מיט DNA, אין אדם מורש, מסורה מדור דור, וכ' וכ' די אלע זאכן וואס די האסט געברענגט?
איך האב קלאר גערעדט די גאנצע צייט, און ארויפגעברענגט מיינע שאלות פון א שטאנדפונקט פון א אינו מאמין (הגם איך בין אליין יא א מאמין) און ווי איך האב שוין געשריבן מערערע מאל, אז כדי צו זיין זוכער, מוז מען שפילן דעווילס עדוויקיט ואכמ''ל
כ'האב קלאר געשריבן 'עטליכע מאל' א מהלך אז די גאנצע תורה איז אויסגעטראכט און געשריבן געווארן דורך א כריזמאטישער קולט פירער, וואס אזא טענה איז א 'אינו מאמין' טענה, (ווייל עס מיינט אז גאנץ יציאות מצרים און מעמד הר סיני וכ' וכ' וכ' איז א בלויזע פאנטאזיע) און טאקע אויף דעי טענות, האסטו געקומען דרייען מיט די פינגער צו פארענטפערן מיט DNA און אנדערע סברות
פלוצלינג ביסטו שטים קעגן א אינו מאמין וואס האלט טאקע אזוי? האסט נישט וואס צו זאגן?
כלשונך (בערך) איך קען נישט זאגן פארן אטעאיסט אז כך וכך שטייט אין די תורה, ווייל די תורה איז ביי אים נישט אנדערש ווי סיי וועליכע אנדערע פעירי טעיל..., סיריעסלי?, דיין אלע טענות אז די תורה איז אמת איז באזירט אויף דעם אז אזוי שטייט אין די תורה זעלבסט? באמת? די מיינסט עס ערנסט? כ'מיין, אין די קוראן שטייט אויך מן הסתם אז איסלאם איז די ריכטיגע גלויבונג, די האסט דאך געהאט שכל'דיגע סברות פון DNA וכ' וואס ווייזן עס אויף שכל'דיג, שווארץ אויף ווייס אז די תורה איז טאקע יא אמת, און קומט פון מעמד הר סיני, און איז טאקע יא אנדערש פון סתם א פעירי טעיל, און יעדער וואס טראכט אנדערש איז דאך ממש א פערד,
און אויף דיין האלאקאוסט לייקענער טענה, האט מען שוין געענטפערט אז הגם ער וועט נישט מודה זיין, וועלן דאך די ציקוקער גלייך זען אז ער רעדט נישט צו דער זאך, האסטו דען א פראבלעם צו דעבאטירן א האלאקאוסט לייקענער? אדרבה ווייז פאר די וועלט ווי נאריש און לעכערליך זייערע סברות זענען, הגם די לייקענער זעלבסט וועט זיך נישט טוישן זיין מיינונג
סאו הדר קשיא לדוכתא, פארוואס קענסטו נישט דעבאטירן מיין פרייע קאנידאט? איך פארשטיי באמת נישט וואס דיין פראבלעם איז?
דיין פנים ביסטו דאך גרייט ארויסצישטעלן, ער גיבט אפילו $1,000 אויב די געווינסט, וואס קען זיין בעסער?
קענסט דיך ארויסדרייען מיט תרוצים של הבל, אבער די מיסט דיך קוקן אין שפיגל און פרעגן, 'פארוואס'? וואס איז 'באמת' דיין פראבלעם צו קומען דעבאטירן, אויב ביסטו ממש 100% זיכער מיט זיך? האאא? אפשר ביסטו באמת נישט אזוי זיכער, און די האסט מורה אז ער וועט ארויסקומען א קנאקעדיגע זיגער? ביסטו טאקע 100% זיכער מיט זיך, אדער די נארסט זיך אליין?
(כהמעשה הידוע פון די צדיק וואס האט געזאגט אז מיט א 100% אמונה וועט מען זיכער געווינען די לאטערי, און די חסיד איז געקומען מיט טענות שלא זכה בגורל וכ' האט אים די רבי געבעטן צו פארקויפן די נעקסטע טיקעט וואס ער קויפט פאר אים מיט ווייניגער א דולער, און אויפגעוויזן מיט דעם אז זיין אמונה איז נישט 100%, ווייל ווען יא פארוואס אוועקגעבן די איבריגע דולער)
בקיצור, די נאר'סט זיך אליין, און דיין אמונה שטייט לכאורה היבש ווייניגער ווי 100%, ווען נישט, וואס איז באמת דיין פראבלעם צו קומען דעבאטירן???
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 7:57 pm
דורך זוכער
עצי שטים האט געשריבן:זוכער: פליצלונג קענסטו נישט אויפווייזן פאר א אינו מאמין?

בקיצור, די נאר'סט זיך אליין און דיין אמונה שטייט לכאורה היבש ווייניגער ווי 100%, ווען נישט, וואס איז באמת דיין פראבלעם צו קומען דעבאטירן???
איך האב גערעדט פון "רויטע ליניעס" פון די ערשטע רגע וואס מ'האט אנגעהויבן רעדן פון דעבאטעס. - ס'איז ביי מיר פונקט ווי ער לייקענט דעם האלאקאוסט -
ווען דו וואלסט למשל געזאגט אפן אז די גלייבסט נישט אין די תורה, אלעס איז פאבריצירט, וואלט איך זיך נישט געטענה'ט מיט דיר אז די פסוקים צייגן אזוי אדער אזוי. די פסוקים איז ביי דיר פונקט ווי גאלדי לאקס'ס ביכער. אויב איינער גלייבט אין אזא מענטש ווי אהרן הכהן, קען מען רעדן פון DNA צו אים. אויב ס'איז נישטא אזא מענטש בכלל, איז די DNA צו א מאנקי פונקט אזוי רעלעוואנט. (מעגליך אז דו האלסט טאקע אזוי).
צו איך נער זיך אין מיין אמונה צו נישט, איז אויך אפען פאר א דעבאטע. מעגליך אז דו וועסט מיר פרעגן שטארקע קשיות און כ'וועל באמת נישט האבן וואס צו ענטפערן, WHO KNOWS?
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:03 pm
דורך קהל'ס נער
בקיצור
די הוכחה אז תורה מן השמים איז, ווייל אזוי שטייט אין די תורה.
נישטא ווער ס'זאל לאכן
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:11 pm
דורך היסטאריע
בקיצור, די זאגסט אז אפילו די זאלסט אויסגעפינען אז די גאנצע מעשה איז עפעס נישט אזוי אייאייא טוישט דו נישט דיין לייפסטייל. ממילא, וואס איז א נפקא מינה?
גערעכט.
דער רמב"ם האט נישט אבער געחקר'נט אויפצוווייזן די אמיתית התורה, זיין חקירה איז געוועהן "אויב" מען גלייבט, וואס קען מען גלייבען און וואס דארף מען גלייבען.
בכלל מיין איך, אז גאנץ ווייניג חוקרים האבן געחקר'נט פארוואס עס מוז זיין אז דו תורה איז אמת. דאס איז נישט געוועהן א וויכוח קיינמאל. היינט איז עס געווארען וויכטיג, ווייל מערערע האבן אנגעהויבן טענה'ן אז די תורה קען נישט זיין אמת, מכח פארשידענע ראיות, און פלוצלינג האבן מאמינים זיך אנגעהויבן זעהן מיט א פראבלעם מיט מדע, סייענס, ווען אמאהל איז סייענס נישט געוועהן א סתירה צו די תורה בכלל.
איז וואס טוט מיט סייענס? א מוראדיגע פראבלעם. איינער דארף היינט מאכען א ספר, אזוי ווי דער רמב"ם האט געמאכט בימיו, אויב וויל מען גלייבען, וויאזוי קען מען גלייבען, אהן זיין דער נער וואס גלייבט.
העשל ותלמידיו פרובירען צו נעמען די תורה, און זאגן אז דער עיקר איז צו געבן דער הימלישער בליק אויף דער מענטש, נישט ווי עס איז אנגענומען אויף פארקערט. ממילא זענען די אלע קשיות נישט קיין קשיות, ווייל דער תורה ברענגט ארויס וויאזוי גאט ווארט אז דער מענטש זאל אים אנערקענען, און דער מענטש טוט ווידערשפעניגן נאכאנאנד, אלץ ווייל גאט האט געוואלט א וועלט מיט בחירה.
ממילא אלע מעשיות ברענגן ארויס א נקודה לפי השגתינו, צו דער מעשה איז יא געוועהן אדער נישט איז לא מעלה ולא מוריד.
איז זיין מהלך עפעס ווערט?
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:17 pm
דורך שמן למאור
זוכער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:זוכער: פליצלונג קענסטו נישט אויפווייזן פאר א אינו מאמין?
וואס איז מיט DNA, אין אדם מורש, מסורה מדור דור, וכ' וכ' די אלע זאכן וואס די האסט געברענגט?
איך האב קלאר גערעדט די גאנצע צייט, און ארויפגעברענגט מיינע שאלות פון א שטאנדפונקט פון א אינו מאמין (הגם איך בין אליין יא א מאמין) און ווי איך האב שוין געשריבן מערערע מאל, אז כדי צו זיין זוכער, מוז מען שפילן דעווילס עדוויקיט ואכמ''ל
כ'האב קלאר געשריבן 'עטליכע מאל' א מהלך אז די גאנצע תורה איז אויסגעטראכט און געשריבן געווארן דורך א כריזמאטישער קולט פירער, וואס אזא טענה איז א 'אינו מאמין' טענה, (ווייל עס מיינט אז גאנץ יציאות מצרים און מעמד הר סיני וכ' וכ' וכ' איז א בלויזע פאנטאזיע) און טאקע אויף דעי טענות, האסטו געקומען דרייען מיט די פינגער צו פארענטפערן מיט DNA און אנדערע סברות
פלוצלינג ביסטו שטים קעגן א אינו מאמין וואס האלט טאקע אזוי? האסט נישט וואס צו זאגן?
כלשונך (בערך) איך קען נישט זאגן פארן אטעאיסט אז כך וכך שטייט אין די תורה, ווייל די תורה איז ביי אים נישט אנדערש ווי סיי וועליכע אנדערע פעירי טעיל..., סיריעסלי?, דיין אלע טענות אז די תורה איז אמת איז באזירט אויף דעם אז אזוי שטייט אין די תורה זעלבסט? באמת? די מיינסט עס ערנסט? כ'מיין, אין די קוראן שטייט אויך מן הסתם אז איסלאם איז די ריכטיגע גלויבונג, די האסט דאך געהאט שכל'דיגע סברות פון DNA וכ' וואס ווייזן עס אויף שכל'דיג, שווארץ אויף ווייס אז די תורה איז טאקע יא אמת, און קומט פון מעמד הר סיני, און איז טאקע יא אנדערש פון סתם א פעירי טעיל, און יעדער וואס טראכט אנדערש איז דאך ממש א פערד,
און אויף דיין האלאקאוסט לייקענער טענה, האט מען שוין געענטפערט אז הגם ער וועט נישט מודה זיין, וועלן דאך די ציקוקער גלייך זען אז ער רעדט נישט צו דער זאך, האסטו דען א פראבלעם צו דעבאטירן א האלאקאוסט לייקענער? אדרבה ווייז פאר די וועלט ווי נאריש און לעכערליך זייערע סברות זענען, הגם די לייקענער זעלבסט וועט זיך נישט טוישן זיין מיינונג
סאו הדר קשיא לדוכתא, פארוואס קענסטו נישט דעבאטירן מיין פרייע קאנידאט? איך פארשטיי באמת נישט וואס דיין פראבלעם איז?
דיין פנים ביסטו דאך גרייט ארויסצישטעלן, ער גיבט אפילו $1,000 אויב די געווינסט, וואס קען זיין בעסער?
קענסט דיך ארויסדרייען מיט תרוצים של הבל, אבער די מיסט דיך קוקן אין שפיגל און פרעגן, 'פארוואס'? וואס איז 'באמת' דיין פראבלעם צו קומען דעבאטירן, אויב ביסטו ממש 100% זיכער מיט זיך? האאא? אפשר ביסטו באמת נישט אזוי זיכער, און די האסט מורה אז ער וועט ארויסקומען א קנאקעדיגע זיגער? ביסטו טאקע 100% זיכער מיט זיך, אדער די נארסט זיך אליין?
(כהמעשה הידוע פון די צדיק וואס האט געזאגט אז מיט א 100% אמונה וועט מען זיכער געווינען די לאטערי, און די חסיד איז געקומען מיט טענות שלא זכה בגורל וכ' האט אים די רבי געבעטן צו פארקויפן די נעקסטע טיקעט וואס ער קויפט פאר אים מיט ווייניגער א דולער, און אויפגעוויזן מיט דעם אז זיין אמונה איז נישט 100%, ווייל ווען יא פארוואס אוועקגעבן די איבריגע דולער)
בקיצור, די נאר'סט זיך אליין און דיין אמונה שטייט לכאורה היבש ווייניגער ווי 100%, ווען נישט, וואס איז באמת דיין פראבלעם צו קומען דעבאטירן???
איך האב גערעדט פון "רויטע ליניעס" פון די ערשטע רגע וואס מ'האט אנגעהויבן רעדן פון דעבאטעס. - ס'איז ביי מיר פונקט ווי ער לייקענט דעם האלאקאוסט -
ווען דו וואלסט למשל געזאגט אפן אז די גלייבסט נישט אין די תורה, אלעס איז פאבריצירט, וואלט איך זיך נישט געטענה'ט מיט דיר אז די פסוקים צייגן אזוי אדער אזוי. די פסוקים איז ביי דיר פונקט ווי גאלדי לאקס'ס ביכער. אויב איינער גלייבט אין אזא מענטש ווי אהרן הכהן, קען מען רעדן פון DNA צו אים. אויב ס'איז נישטא אזא מענטש בכלל, איז די DNA צו א מאנקי פונקט אזוי רעלעוואנט. (מעגליך אז דו האלסט טאקע אזוי).
נישט ריכטיג, די אלע רויטע ליניעס האבן ארויסגעשפראצט נאכדעם וואס איך האב געברענגט א קאנידאט, ביז דאן האסטו זיך געקלאפט אין באכל אז די קענסט 'יעדן' דעבאטירן, און די עולם האט פשוט 'מורה צו פעיסן די אמת'
איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס די ענטפערסט מיר דא, אנשטאט איך זאל דא איבער שרייבן מיין אלע ווערטער פון אויבן, ליין עס איבער, און די וועסט זען אז די האסט גארנישט געענטפערט אויף וואס איך האב געשריבן
אגב איך האב 'עטליכע' מאל' 'קלאר' געשריבן די צד אז אהרן איז בלויז א אויסגעטראכטע 'גולדי לאקס' קערעקטור (כ'האב נישט געניצט די ווארט גאלדי לאקס), און די האסט מיר 'יא' געקומען מיט DNA סברות
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:26 pm
דורך זוכער
איך גיי פרובירן אביסל מסביר זיין וואס רויטע ליניעס באדייטן, זאלסט אביסל פארשטיין.
1)
צד א: מערת המכפלה איז אלץ געווען פלאץ ווי אידן האבן מתפלל געווען און דאס איז די מערת קבורה פון אברהם יצחק ויעקב וכו' - און עס ווערט דערמאנט מערערע מאל אין די תורה - דאס איז דאס.
בערך 400 יאר נאך די פטירה פון אברהם אבינו איז כלב בן יפונה געגאנגען מתפלל זיין דארט, בערך אין יאר 2270 לבריאת העולם, און זינט דאן האבן אידן שטענדיג דארט מתפלל געווען עד היום הזה.
צד ב: ס'איז בכלל נישט געווען אזא מענטש ווי אברהם אדער אברם העברי. נישט ער האט בכלל עקזיסטירט, נישט כלב בן יפונה האט עקזיסטירט ס'איז א פערי טעיל. ס'איז סתם א שיינע געביידע אין חברון און ס'האט מיט כלל ישראל, פונקט ווי די פיראמידן אין עגיפטן.
2ׂׂ)
צד א: די אידן זענען געווען אין מצרים 210 יאר. מ'ווייסט היינט פון ריזיגע חורבנות וועלכע זענען עווידענס אויף די מקומות וואס אונזערע זיידעס האבן דארט שווער געארבעט. פרעה האט גאר שווער געפייניגט די אידן און זיי נישט געוואלט ארויסלאזן. נאכדעם וואס גאט האט געשטראפט די מצרים מיט 10 מכות האט ער ארויסדעליווערט די אידן פון מצרים ביד חזקה ובזרוע נטיה וכו' וכו'.
צד ב: האסט עפעס באווייזן דערויף? די גאנצע מעשה מיט די קנעכטשאפט, מיט די מכות איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
צד א: אוודאי האב איך באווייזן, די מצרים אליין האבן טויזענט יאר יאר שפעטער אין די צייטן פון די תנאים, האבן זיי פארלאנגט ביליאנען דינר/רובל/שקלים/גאלד צו באצאלן דעם גניבות וואס די אידן האבן ארויסגעטראגן פון מצרים. נישט גענוג באווייז.
צד ב: נאך א געבאקענע מעשה פון ענקער גמרא. ערבא ערבא צריך.
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:36 pm
דורך שמן למאור
זוכער האט געשריבן:איך גיי פרובירן אביסל מסביר זיין וואס רויטע ליניעס באדייטן, זאלסט אביסל פארשטיין.
1)
צד א: מערת המכפלה איז אלץ געווען פלאץ ווי אידן האבן מתפלל געווען און דאס איז די מערת קבורה פון אברהם יצחק ויעקב וכו' - און עס ווערט דערמאנט מערערע מאל אין די תורה - דאס איז דאס.
בערך 400 יאר נאך די פטירה פון אברהם אבינו איז כלב בן יפונה געגאנגען מתפלל זיין דארט, בערך אין יאר 2270 לבריאת העולם, און זינט דאן האבן אידן שטענדיג דארט מתפלל געווען עד היום הזה.
צד ב: ס'איז בכלל נישט געווען אזא מענטש ווי אברהם אדער אברם העברי. נישט ער האט בכלל עקזיסטירט, נישט כלב בן יפונה האט עקזיסטירט ס'איז א פערי טעיל. ס'איז סתם א שיינע געביידע אין חברון און ס'האט מיט כלל ישראל, פונקט ווי די פיראמידן אין עגיפטן.
2ׂׂ)
צד א: די אידן זענען געווען אין מצרים 210 יאר. מ'ווייסט היינט פון ריזיגע חורבנות וועלכע זענען עווידענס אויף די מקומות וואס אונזערע זיידעס האבן דארט שווער געארבעט. פרעה האט גאר שווער געפייניגט די אידן און זיי נישט געוואלט ארויסלאזן. נאכדעם וואס גאט האט געשטראפט די מצרים מיט 10 מכות האט ער ארויסדעליווערט די אידן פון מצרים ביד חזקה ובזרוע נטיה וכו' וכו'.
צד ב: האסט עפעס באווייזן דערויף? די גאנצע מעשה מיט די קנעכטשאפט, מיט די מכות איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
צד א: אוודאי האב איך באווייזן, די מצרים אליין האבן טויזענט יאר יאר שפעטער אין די צייטן פון די תנאים, האבן זיי פארלאנגט ביליאנען דינר/רובל/שקלים/גאלד צו באצאלן דעם גניבות וואס די אידן האבן ארויסגעטראגן פון מצרים. נישט גענוג באווייז.
צד ב: נאך א געבאקענע מעשה פון ענקער גמרא. ערבא ערבא צריך.
כ'קען וויסן וואס די ווילסט דא פונקטליך?
נייע פאברעצירטע רויטע ליניעס
אדרבה ווייז קלאר אויף פארן כופר אז דיין מהלך איז ריכטיג... און אז די צד ב' איז (כלשונך) 'דיבאנקט'..
וואס פינקטליך איז דער פראבלעם דא?
איך כאפ ממש נישט וואס די רעדסט
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:40 pm
דורך היסטאריע
פארוואס איז דער אשכול וועגן זוכער?
איז עס וועגן כוזרי אדער וועגן זוכער? דער עולם איז עפעס אזוי פארגאבט פין דעם זוכערס פקחות, מען קען נישט נאכלאזן.
זאל זוכער מאכען א באזונדערע אשכול מיט זיינע הוכחות און בויך וויי, איך בין זיכער אז דער עולם וועט אים דארט נאכפאלגן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 8:59 pm
דורך מי אני
זוכער האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:די סארט טענה קעגן אמיתת סיפור מגילת אסתר איז נישט אזוי ווייט אלס דייקא היראדאטוס האט דאס נישט צוגעברענגט, ווי אלס עס איז נישטא קיין שום עקסטרע-בּיבּליקעל קאראבּארעישאן אין די צייט וואס עס זענען באותו תקופה געווען רעקארדס (די מגילה אליין איז דאך דאס מודה: הלא הם כתובים על ספר דברי הימים למלכי מדי ופרס - פונקט די זענען פארלוירן געגאנגען?).
ואגב, אפילו אויב זיין ראיה איז שוין יא פון העראדיטוס איז דיין פירכא נישט אזוי שטארק: מ׳האט געכאפט היראדאטוס ביים פעלשן א פרט בתוך א סיפור [די סאלדאטן] - נישט אויסלאזן גאנצעטע סיגניפיקענט געשעענישן.
צו ווידערהאלן: אויב קענסטו דאס נישט אויפווייזן מיט די ״ראיה״ פאר אַן אינו מאמין, וואס האט טאקע א נגיעה, איז דאס נישט קיין ״ראיה״. לדוגמא, איך גלייב אז דו האסט געהאט א נגיעה נישט אָנצונעמען דעם פאַסיל רעקארד, ווייל במושכל ראשון איז דאך דאס בוודאי בניגוד להתורה. אבער די עמפּירישע ראיות דערצו האבן דיר מכריח געווען דערצו, און האסט עס שוין געמאכט דערנאך שטימען און ריקאנסיילט מיט דיין גלויבונג. דאס מיינט א ״ראיה/הוכחה״.
היראדיטאוס האט אן אנדערע ווערסיע איבער די מלכה, ממילא שטימט נישט ושתי, נישט אסתר, נישט דאס הרג'ן ושתי. די גאנצע מגילה איז געבויט אויף די ליידיס.
דאס איז איין דוגמא געווען איבער דעם טאטע פון היסטאריע.
זעה דא:
פאטער פון פעיק ניוז?
נאכקוקענדיג,
זאגט טאקע דר. עדווין יאַמאַוּטשי, א היסטאריקער און קריסטליכער אפאלאדזשיסט:
[left]Scholars who dismiss the historicity of Esther generally do so because of discrepancies with classical sources on Xerxes, chiefly Herodotus, the father of history. One must first assess the validity of Herodotus as a historical source
It is true that against the widespread skepticism of the nineteenth and early twentieth century, Herodotus has been vindicated as a generally observant and honest reporter, especially of what he himself saw. He was, however, the victim of unreliable informants and was not infallible. He was wrong in his depiction of Cambyses' invasion of Egypt, and the sparing of Croesus by Cyrus. He also had his axes to grind[/left]
ער זאגט אז בנוגע די מלכּוֺת פון העראדאטוס קען מען עס בעצם יא מאכן שטימען.
ווי אויך איז יא דא דרויסענדע עווידענס פון א ״מאַרדוּקאַ״ אלס אַן עקאַוּנטענט בבית המלך.
און דאס איז וואס פראפעסאר אַדעל בּערלין
שרייבט לגבי די היסטאריע פון תנ״ך בכלל ביחס צו העראדאטוס:
[left]What about the current reassessments of the Bible’s historicity, especially by the scholars known as minimalists? Clearly, the minimalists do not believe that the large block of narrative from Genesis through Kings is credible history. Do they, though, think that these writings were intended to be read as historiography in ancient times? Ancient historiography is quite different from modern historiography in that ancient historiography may include fictions, myths, legends, and hearsay. So Genesis-Kings can still be called historiography even if it is patently untrue (from a modern perspective). Just to make matters more confusing, I will mention that at least one classical scholar [Detlev Fehling] questions whether Herodotus’s work was historiography. Where this leaves us is that the ancient Jew read the Bible much as the ancient Greek read Herodotus. But what they believed about it, and in what sense they believed it, remains unclear. We moderns should not believe either one, but I suspect that Herodotus still has more credibility than the Bible, although not as much as he used to. Actually, it may be more correct to conclude that the ancients did not care about historical accuracy, although they surely cared about the past[/left]
אפילו דר. יהושע בּערמאן
זאגט אויך ענליך.
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 9:11 pm
דורך קהל'ס נער
היסטאריע האט געשריבן:פארוואס איז דער אשכול וועגן זוכער?
איז עס וועגן כוזרי אדער וועגן זוכער? דער עולם איז עפעס אזוי פארגאבט פין דעם זוכערס פקחות, מען קען נישט נאכלאזן.
זאל זוכער מאכען א באזונדערע אשכול מיט זיינע הוכחות און בויך וויי, איך בין זיכער אז דער עולם וועט אים דארט נאכפאלגן.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=493723#p493723
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 10:24 pm
דורך זוכער
מי אני האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:די סארט טענה קעגן אמיתת סיפור מגילת אסתר איז נישט אזוי ווייט אלס דייקא היראדאטוס האט דאס נישט צוגעברענגט, ווי אלס עס איז נישטא קיין שום עקסטרע-בּיבּליקעל קאראבּארעישאן אין די צייט וואס עס זענען באותו תקופה געווען רעקארדס (די מגילה אליין איז דאך דאס מודה: הלא הם כתובים על ספר דברי הימים למלכי מדי ופרס - פונקט די זענען פארלוירן געגאנגען?).
ואגב, אפילו אויב זיין ראיה איז שוין יא פון העראדיטוס איז דיין פירכא נישט אזוי שטארק: מ׳האט געכאפט היראדאטוס ביים פעלשן א פרט בתוך א סיפור [די סאלדאטן] - נישט אויסלאזן גאנצעטע סיגניפיקענט געשעענישן.
צו ווידערהאלן: אויב קענסטו דאס נישט אויפווייזן מיט די ״ראיה״ פאר אַן אינו מאמין, וואס האט טאקע א נגיעה, איז דאס נישט קיין ״ראיה״. לדוגמא, איך גלייב אז דו האסט געהאט א נגיעה נישט אָנצונעמען דעם פאַסיל רעקארד, ווייל במושכל ראשון איז דאך דאס בוודאי בניגוד להתורה. אבער די עמפּירישע ראיות דערצו האבן דיר מכריח געווען דערצו, און האסט עס שוין געמאכט דערנאך שטימען און ריקאנסיילט מיט דיין גלויבונג. דאס מיינט א ״ראיה/הוכחה״.
היראדיטאוס האט אן אנדערע ווערסיע איבער די מלכה, ממילא שטימט נישט ושתי, נישט אסתר, נישט דאס הרג'ן ושתי. די גאנצע מגילה איז געבויט אויף די ליידיס.
דאס איז איין דוגמא געווען איבער דעם טאטע פון היסטאריע.
זעה דא:
פאטער פון פעיק ניוז?
נאכקוקענדיג,
זאגט טאקע דר. עדווין יאַמאַוּטשי, א היסטאריקער און קריסטליכער אפאלאדזשיסט:
[left]Scholars who dismiss the historicity of Esther generally do so because of discrepancies with classical sources on Xerxes, chiefly Herodotus, the father of history. One must first assess the validity of Herodotus as a historical source
It is true that against the widespread skepticism of the nineteenth and early twentieth century, Herodotus has been vindicated as a generally observant and honest reporter, especially of what he himself saw. He was, however, the victim of unreliable informants and was not infallible. He was wrong in his depiction of Cambyses' invasion of Egypt, and the sparing of Croesus by Cyrus. He also had his axes to grind[/left]
ער זאגט אז בנוגע די מלכּוֺת פון העראדאטוס קען מען עס בעצם יא מאכן שטימען.
ווי אויך איז יא דא דרויסענדע עווידענס פון א ״מאַרדוּקאַ״ אלס אַן עקאַוּנטענט בבית המלך.
און דאס איז וואס פראפעסאר אַדעל בּערלין
שרייבט לגבי די היסטאריע פון תנ״ך בכלל ביחס צו העראדאטוס:
[left]What about the current reassessments of the Bible’s historicity, especially by the scholars known as minimalists? Clearly, the minimalists do not believe that the large block of narrative from Genesis through Kings is credible history. Do they, though, think that these writings were intended to be read as historiography in ancient times? Ancient historiography is quite different from modern historiography in that ancient historiography may include fictions, myths, legends, and hearsay. So Genesis-Kings can still be called historiography even if it is patently untrue (from a modern perspective). Just to make matters more confusing, I will mention that at least one classical scholar [Detlev Fehling] questions whether Herodotus’s work was historiography. Where this leaves us is that the ancient Jew read the Bible much as the ancient Greek read Herodotus. But what they believed about it, and in what sense they believed it, remains unclear. We moderns should not believe either one, but I suspect that Herodotus still has more credibility than the Bible, although not as much as he used to. Actually, it may be more correct to conclude that the ancients did not care about historical accuracy, although they surely cared about the past[/left]
אפילו דר. יהושע בּערמאן
זאגט אויך ענליך.
האמיר א גרויסע מחלוקת הפוסקים צו העראדיטוס איז דער טאטע פון פעיק ניוז, צי דער טאטע פון היסטאריע.
אגב איבער מגילת אסתר
ברוס פיילער׳ס טענות קעגן מגילת אסתרדאס שרייבט ער אין זיין בוך. איז ווייטער אלעס שרוי במחלוקת און קיין קלארע קאנסענסוס איז נישטא.
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 10:36 pm
דורך ברוינשטיין
ווען גיימיר אויף א דעבאטע?
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 10:37 pm
דורך קהל'ס נער
.
נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 10:38 pm
דורך Nanach
פליז אריבער פירן די שמועסן פון [tag]זוכער[/tag] ביי די פאסיגע אשכול
viewtopic.php?f=47&t=15123#p493723
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 12:40 am
דורך פרייוויליג
אויב עמיצער איז אינטערסירט צו הערן א גרינטליכע שיעור און אפהאנדלונג פון דעם כוזרי׳ס ארגומענט, לוינט זיך צו הערן הגאון רבי לאורענס קעלעמען - נישטא קיינער וואס האט נאך אזוי גוט ארטיקעלעטעט דעם כוזרי ווי ער.
https://youtu.be/VarUODJ9uPo
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 1:33 am
דורך מאנטריאל
פרייוויליג האט געשריבן:אויב עמיצער איז אינטערסירט צו הערן א גרינטליכע שיעור און אפהאנדלונג פון דעם כוזרי׳ס ארגומענט, לוינט זיך צו הערן הגאון רבי לאורענס קעלעמען - נישטא קיינער וואס האט נאך אזוי גוט ארטיקעלעטעט דעם כוזרי ווי ער.
https://youtu.be/VarUODJ9uPo
גיי מיר עס אויסהערן
אבער לויט זיך עס טאקע אדער עס איז אזויווי זוכערס הוכחות?
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 2:07 am
דורך ברוינשטיין
פרייוויליג האט געשריבן:אויב עמיצער איז אינטערסירט צו הערן א גרינטליכע שיעור און אפהאנדלונג פון דעם כוזרי׳ס ארגומענט, לוינט זיך צו הערן הגאון רבי לאורענס קעלעמען - נישטא קיינער וואס האט נאך אזוי גוט ארטיקעלעטעט דעם כוזרי ווי ער.
https://youtu.be/VarUODJ9uPo
ער האט גאנץ א פיינע צינגל, זייער כאריזמאטיש, שטארקע חשבונות, אבער מ'קען אפווענדן זיינע ראיות גאנץ גרינג, אויך מיין איך אז געוויסע נקודות וואס ער ברענגט\זאגט זענען נישט אמת אבער כ'בין נישט אינגאנצן אויסגעקאכט און יענע נקודות ממילא אפשר מאך איך א טעות.
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 2:35 am
דורך קהל'ס נער
פרייוויליג האט געשריבן:אויב עמיצער איז אינטערסירט צו הערן א גרינטליכע שיעור און אפהאנדלונג פון דעם כוזרי׳ס ארגומענט, לוינט זיך צו הערן הגאון רבי לאורענס קעלעמען - נישטא קיינער וואס האט נאך אזוי גוט ארטיקעלעטעט דעם כוזרי ווי ער.
https://youtu.be/VarUODJ9uPo
האבן מיר עים געבינג'ט וואטשט.
זיינע צוויי הוכחות זענען.
א. אויב איז אמת אז סתם עפעס א קולט פירער האט אויפגעמאכט מעמד הר סיני, פארוואס ווייסן מיר נישט ווער ער איז.
(האט שוין איינער דא מסביר געוונין אז ס'שטימט זייער גיט אויף עזרא, ער האט ארויף געברעינגט די יודן קיין ישראל, און געזאגט א שכחום וחזר ויסדם, אז ענקערע עלטערען זענען טאקע פריי געוועין אבער פאר אפאר דורות ציריק איז געוועין מתן תורה)
ב. די צווייטע הוכחה האב איך נישט פארשטאנען.
ווער ס'האט פארשטאנען איז מכובד צי מסביר'ן
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 10:30 am
דורך אלבערט איינשטיין
ווי באקאנט זענען די תימנער יודן געווען גאנצע אפגעטיילט פון כלל ישראל. הגם מטרעפט אן אין די ראשונים געוויסע שייכות וואס זיי האבן געהאט אין הלכה. אבער אפגעטיילט זענען זיי געווען פאר עזרא. זיי זענען נישט געווען אינטער די השפעה פון עזרא די קולט פירער.
קען איינער מיר פארענטפערן וויאזוי זיי האבן די זעלבע תורה ווי אונז?
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 10:31 am
דורך זוכער
קהל'ס נער האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:אויב עמיצער איז אינטערסירט צו הערן א גרינטליכע שיעור און אפהאנדלונג פון דעם כוזרי׳ס ארגומענט, לוינט זיך צו הערן הגאון רבי לאורענס קעלעמען - נישטא קיינער וואס האט נאך אזוי גוט ארטיקעלעטעט דעם כוזרי ווי ער.
https://youtu.be/VarUODJ9uPo
הטבן מיר עים געביג'ט וואטשט.
זיינע צוויי הוכחות זענען.
א. אויב איז אמת אז סתם עפעס א קולט פירער האט אויפגעמאכט מעמד הר סיני, פארוואס ווייסן מיר נישט ווער ער איז.
(האט שוין איינער דא מסביר געוונין אז ס'שטימט זייער גיט אויף עזרא, ער האט ארויף געברעינגט די יודן קיין ישראל, און געזאגט א שכחום וחזר ויסדם, אז ענקערע עלטערען זענען טאקע פריי געוועין אבער פאר אפאר דורות ציריק איז געוועין מתן תורה)
ב. די צווייטע הוכחה האב איך נישט פארשטאנען.
ווער ס'האט פארשטאנען איז מכובד צי מסביר'ן
כדי שלא להשאיר הנייר חלק:
יהדות תימן גייט צוריק פיל פריער פון עזרא הסופר.
מזמן בית ראשון זיכער, צי גאר נאך פריער לפי מסורתם.
[url=https://he.m.wikipedia.org/wiki/יהדות_תימן]יהדות תימן[/url]
נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 10:37 am
דורך זוכער
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:ווי באקאנט זענען די תימנער יודן געווען גאנצע אפגעטיילט פון כלל ישראל. הגם מטרעפט אן אין די ראשונים געוויסע שייכות וואס זיי האבן געהאט אין הלכה. אבער אפגעטיילט זענען זיי געווען פאר עזרא. זיי זענען נישט געווען אינטער די השפעה פון עזרא די קולט פירער.
קען איינער מיר פארענטפערן וויאזוי זיי האבן די זעלבע תורה ווי אונז?
למען הפונקטליכקייט:
יש 14 חילוקים בין ס״ת שלנו לשם ס״ת התימנים.
שינויים קטני ערך במלא וחסר.