בלאט 15 פון 37
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:18 pm
דורך קאווע טרינקער
יאו דו בדחן.....
ווער רעדט דא פון דער איד? איך האב פונקט געזעהן דעם בלאט די וואך, - איינגעשטאנען ביי אן ארוני שוואגער, וזהו.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:19 pm
דורך קאווע טרינקער
בד"וו, דער מאמר פון ש.ש.ט. בנוגע די באזוך פון האדמו"ר מסאטמאר אצל האדמו"ר מבעלזא, איז מלא שקרים! ער איז זיך סותר מיניה וביה.
[tag]שמעקעדיג[/tag], שוין דא אן אשכול אויף דעם נושא?
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:23 pm
דורך גאלד
די קאסטאמערס וואס קויפן די בלאט זוכן נישט קיין אינטעלעקט, זיי זוכן ענטערטענמענט בכל אופן, בכלל איינער וואס זוכט חכמה און אינטעלקעט אין א היימישע צייטונג איז אויף געברוטענע צרות, ממילא גאנץ מעגליך אז דער בלאט איז לכתחלה געשריבן באופן צו זיין קאנטרעווערשל און פאני, פשוט צו ציען קונדן, והא ראי' איך זעה ביי אונז דא אין שטיבל איז וואך איין וואך אויס ברענגט מען דא סחורה פון דער בלאט, צו לשבח צו לגנאי,
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:13 pm
דורך אויס מענטש
@קאווע טרינקער וואס זענען די סתירות ?
און וואס איז מיט די סתירות און טעותים און ספר פאר משה (רוטנער) אויף וואס זיין ארטיקל באציט זיך.
סאיז סתירות אסתירות קרמית
גראדע איז די בעלזע ווערסיע טויזנט מאל מער פארדרייט ווי די סאטמארע
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:40 pm
דורך קאווע טרינקער
אויס מענטש האט געשריבן:@קאווע טרינקער וואס זענען די סתירות?
און וואס איז מיט די סתירות און טעותים און ספר פאר משה (רוטנער) אויף וואס זיין ארטיקל באציט זיך.
אורטנער.
לעצטע וואך באציעט זיך נישט שש"ט אויף פאר משה, נאר אויף די נייע זכרונות פון פרדימאן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:14 pm
דורך שמעקעדיג
מאך אוועק, מאך חוזק, דער עיקר רעד עפעס פונעם 'מעיל'!
און בחדא מחתא, איז דאס א אכשר דרא'דיגן אויסרייד פארוואס נישט צו נוצן דעם "מעיל".
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:00 am
דורך גאנצל
וילכו אחר ההבל דער בלאט מאכט זיכער יעדע וואך אויפצורעגן נארמאלע מענטשען די וואך ערגעץ אינמיטן בלאט זעי איך א באמבאסטישע העדליין "וויטע לאפעז קען זיך שווער געזעגענען פון אפישעל פלעיטס" קאם אן ס'איז ניטאמאל א גוט'ס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:06 pm
דורך שמעקעדיג
זאל מען עפענען א אשכול "די מערכה פונעם בלאט מיטן מעיל"?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:07 pm
דורך שמעקעדיג
וויזוי זאגט יארמער רב?
"נישט כאפן קיין בילדער, ס'איז דא גענוג פאר יעדן"
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:11 pm
דורך אביגדור
און וואס זאגט עס אויף א איד וואס שפאצירט ארויס נאכ'ן "דאווענען" צום באשעפער, ווען ער האט קוים פארענדיגט זיך בעטן ווי א בעיבי צום באשעפער אל תפן אל רשענו וכו', און אנשטאט אריינקוקן צו זיך אין הארצן, איז ער פארנומען בודק זיין די המעיל טרעגערס, און זיי אפמשפט'ן פאר'ן שפעטיגן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:33 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]שמעקעדיג[/tag] די צווייטע בריוו בענין עברית/לשון קודש זעהט אויס שרעקליך אינטערסאנט.. אפשר ברענגסטו דעם המשך? ייש"כ.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:37 pm
דורך אביגדור
אגב, איך האב מיך געשפירט ווי א שמאק דעם ראש השנה און שבת שובה פאר'ן לייענען א תורה בלעטל אנשטאט זאגן תהילים וכו', און דערווייל זעה איך אז ס'דא ערגערס צו לייענען יו"ט ווי א תורה בלעטל. אזוינע שטויות צאמצוהאקן שחור על גבי לבן?!....
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 10:01 pm
דורך משולם שטיינפעלד
די וואס ליינען שערי ציון פילן ווי א שמאטע פארן נישט זאגן תהלים. (סארי פארן נוצן א אנדערע אויסדרוק ווי דיר, איך בין נישט באקוועם דערמיט)
די וואס ליינען די אנדערע שטותים זענען אזוי פארטעמפט אז זיי כאפן נישט אז מען דארף זאגן תהלים
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:51 pm
דורך שמעקעדיג
לייענט און באלעקט אייך
יויך (יוך) און לאקשן מיט טשוועקעס... איי זענען זיי געוואלדיג.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:53 pm
דורך שמעקעדיג
זייער נישט שיין, בפרט אין די הייליגע טעג!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 5:24 pm
דורך אבי גערעדט
דער בלאט בעט מחילה און איז מוחל, אבער פון די ווערטער קען מען זען אז די שארפע קריטיק קומט אן אהין, (איי פארוואס טוישן זיי זיך נישט? )
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 1:32 am
דורך סאשי פיש
זענען זיי נארמאל??!!!!
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 11:09 am
דורך אכשיר דרא
ווילאנג עס איז נישט קיין לשון הרע, רכילות און אנדרייען א רייץ צו שנאת חינם, וועמען שטערט עס? זאל ער רעדן וויפיל שטותים ער וויל!
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:15 pm
דורך פאריז
אכשיר דרא האט געשריבן:ווילאנג עס איז נישט קיין לשון הרע, רכילות און אנדרייען א רייץ צו שנאת חינם, וועמען שטערט עס? זאל ער רעדן וויפיל שטותים ער וויל!
ומותר אדם מן הבהמה... מען קייט נישט קיין שטותים סתם פאר די איינע סיבה ווייל עס איז נישט קיין לשה"ר, מען דארף זיך האלטען עטוואס העכער.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:33 pm
דורך גאנצל
דער בלאט ווערט לעצטענס עטוואס שענער מיט אביסל מער תוכן'דיג'ע ענינים אבער פארוואס זיי זענען נאך אלס עפעס אויסטערליש קינדעריש וואך איין וואך אויס איז נישט צו פארשטיין
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:07 pm
דורך [NAMELESS]
הא הא
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:10 am
דורך שמעקעדיג
הא הא!
ורמינהו. וואס איז די לאכעריי?
דער "בלאט" גייט אריין אין אויספארשונג ביזנעס!..
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:15 am
דורך שמעקעדיג
נישטא ווער ס'זאל לאכן