בלאט 15 פון 40
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 2:16 pm
דורך יואליש
ראשעקאל האט געשריבן:די קונטרס וואס יאנקעל ברענגט דא איז א שוידער. די מענטשן וואס שרייבן דאס זענען ערשט קלאסישע שחצנים פון ערגסטן סארט. אומגלויבליך ווי זיי זענען ביזי מיט ״אונז״ - ווי הייליג ״מיר״ זענען. און קענען חלילה נישט זיצן מיט ״געשניטענע בערד״...
ס'איז גרינג צו מאכן לצנות פון "געשניטענע בערד." אבער וואס זאגסטו צו דעם פראבלעם פון זיצן נעבן "בלויע העמעדער"? אויך א וויץ? כ'מיין אלעס איז שוין היינט א וויץ? איז שוין טאקע נישט דא קיינער וואס פארכט זיך פון בלויע העמעדער? לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז בלויע העמעדער איז פיל ארגער פון אינטערנעט! פאר בלויע העמעדער העלפט ניטאמאל קיין פילטער. זיי דרייען זיך אין די צענטער פון אונזערע היימיש'סטע גאסן אן גיין בושות!
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 2:54 pm
דורך ידען
יואליש ביסטעך אזוי גערעכט.
סעדאך ממש א מכת מדינה. וואס טוהט מען טאקע מיט דעם אריינגעכאפטע פראבלעם?
נאכמער, פריער האבעך אריינגעבאמפט אין אזא בלויע העמעד וואס זאגט מיר אן בושה אז ער פלאנט געהעריג צצו גיין צו די כינוס כלל ישראל!
נישט מער און ניט ווייניגער.
ווי ווייט מע האלט שוין! אוי לאזנים.
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 4:24 pm
דורך שרייבער
איך פארשטיי באמת נישט וואס עטץ רייסט אזוי אראפ דעם סאטמארן ציבור מיט זייערע מנהיגים
האט דען סאטמאר אראפגעריסן יעצט א אנדערע קהלה פארן יא זיך משתתף זיין? דא שטעלט זיך ארויס די געוואלדיגע מדות פון סאטמאר...
אפילו געווענליך ווען זיי האלטן נישט פון עפעס מאכן זיי זיכער אז יענער זאל עס אויך נישט טון, דא לאזן זיי יענעם טון נאר זיי אליין זענען זיך נישט משתתף, נו וואס שטערט אייך אז זיי קומען נישט
זאת ועוד אז דא איז פריער ארויסגעברענגט געווארן אז סאטמאר איז פון די סאמע נידריגסטע פון כלל ישראל, נישטא נאך א קהלה וואס האט אויף זייערע הענט אזויפיל עבירות ווי שפיכות דמים מחלוקת ערכאות שנאת ארץ ישראל השפלת גדולי ישראל, ויש אומרים אף עבודה זרה, ויש אומרים אף חמץ בפסח, ויש אומרים אף מכירת נו"ט, נו מיט אזעלכע ווילט איר זיך משתתף זיין, דאנקט דעם באשעפער אז זיי ווילן נישט קומען
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 5:14 pm
דורך ציוני
כל זמן מיר שלאגן זיך דא צו סאטמאר איז יא אדער נישט,
זענען זיי גערעכט,
וחוץ מזה א גרויס חלק יהדות החרדית זענען (ליידער) סאטמאר'ער חסידים
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 5:15 pm
דורך שרייבער
ס'איז דא א ווערטל: בלוט זאל זיך גיסן אבער שלום זאל זיין, כלומר איך האב א פרינציפ פון שלום און פאר דעם פרינציפ זאל זיך די וועלט איבערקערן
לענינינו, יעדער האט זיך זיינע פרינציפן, ס'איז דא אמאל (נישט אז ס'איז גערעכט איך רעד אבער פון א מציאות) וואס מען פארקוקט אפילו אויף דאורייתא'ס פאר די פרינציפן
ס'איז דא אזעלכע וואס וועלן גיין אין ערכאות ווייל זיי האלטן אז דער צד שכנגד איז וכו' וכו'
ס'איז דא אזעלכע וואס קענען מבזה זיין גדולי ישראל אין די גאסן ווייל זיי האלטן אז יענער איז וכו' וכו'
ס'איז דא אזעלכע וואס וועלן טרינקען יענעם'ס בלוט ווייל ער באלאנגט אהין און יענע צד איז דאך ממש סט"א
ס'איז דא אזעלכע וואס וועלן מלבין זיין פני חבירו וועגן מען האט פארפעלט א ווארט אינעם נוסח התפלה וואס יענער האט נישט אנגענומען
כהנה וכהנה
יעצט סאטמאר האט איינע פון אירע גרויסע פרינציפן דער ענין פון התבדלות, איך זאל זאגן אז דאס איז דוחה כל הל"ת שבתורה?, מי אנכי לומר כן, אבער וואס איך האב ארויסגעברענגט איז, פריי דיך אז זייער רעאקציע איז נאר בשב ואל תעשה און נישט בקום ועשה, וד"ל
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 5:25 pm
דורך John Doe
שרייבער האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט וואס עטץ רייסט אזוי אראפ דעם סאטמארן ציבור מיט זייערע מנהיגים
האט דען סאטמאר אראפגעריסן יעצט א אנדערע קהלה פארן יא זיך משתתף זיין? דא שטעלט זיך ארויס די געוואלדיגע מדות פון סאטמאר... אפילו געווענליך ווען זיי האלטן נישט פון עפעס מאכן זיי זיכער אז יענער זאל עס אויך נישט טון, דא לאזן זיי יענעם טון נאר זיי אליין זענען זיך נישט משתתף, נו וואס שטערט אייך אז זיי קומען נישט
זאת ועוד אז דא איז פריער ארויסגעברענגט געווארן אז סאטמאר איז פון די סאמע נידריגסטע פון כלל ישראל, נישטא נאך א קהלה וואס האט אויף זייערע הענט אזויפיל עבירות ווי שפיכות דמים מחלוקת ערכאות שנאת ארץ ישראל השפלת גדולי ישראל, ויש אומרים אף עבודה זרה, ויש אומרים אף חמץ בפסח, ויש אומרים אף מכירת נו"ט, נו מיט אזעלכע ווילט איר זיך משתתף זיין, דאנקט דעם באשעפער אז זיי ווילן נישט קומען
קאמענטארן זענען איבריג
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 5:32 pm
דורך עסן עסט'זיך
איר פארשטייט נישט, בלויער העמדער איז נישט קיין פראבלעם, נאר אז אזא בלויע העמד וועט זיצן נעבן א ווייסע העמד איז דאך דא א פארטיגע איזראעלי פאן! ועל דא וודאי קא מיסתפינא
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 6:20 pm
דורך שרייבער
NewsLG@
BREAKING: Meetings taking place in Lakewood now on how to go on with the #KinusKlalYisrael , With the possibility of it being canceled.
קען עס איינער באשטעטיגן
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 6:23 pm
דורך שמואל הלוי
איני מאמין... נאך אזויפיל אינוועסטירן דערין גלייב איך נישט
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 6:47 pm
דורך gehlungen
Wow this looks very stupid. So much time so much $$$$$$$ ahles le eebid
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 8:10 pm
דורך ברוין
לדעתי איז פארהאנען דא איין פראבלעם. איך לייג אלע פאליטישע סיבות אין די זייט פאר א מינוט
די סאטמערע רבנים זענען מיסאינפארמירט וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב זייער קהילה, זיי מיינען אז קאמפיוטערס זענען אויסגעראטן טאטאל ווייל "זיי האבן דאך אזוי געזאגט". וואלטן זיי געוואוסט דעם אמת וואלטן זיי געהייסן יעדעם לויפן און זאל יעדער זיך קויפן פילטערס.
די פראבלעם זענען די וואס רעדן איין די רבי'ס אז די חסידים פאלגען און אויטאמאטיש שפירט ער נישט אז ער מוז זיך באטייליגן מיטן אויסרייד אז 'ער וויל נישט לויערן זיין סטאנדארט'.
זאל איינער קראכן די אייער שאלאכץ פאר זיי און צייגן וואס גייט באמת פאר וואלטן זיי לדעתי געהאט גאר א צווייטע בליק
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 8:13 pm
דורך שרייבער
איך בין נאכנישט אזוי זיכער אז זיי זענען מיסאינפארמירט, אבער איך וועל לכבוד דיינע ווערטער ווידערהאלן מיין אלטע קשיא
דו האלטסט אז א סאטמארער חסיד וואס פאלגט נישט זיין רבי גייט יעצט פאלגן סקולענער רבי? (ואוסיף נופך, מה דאך צום עצם כינוס גייט ער נישט גיין נאר אפשר אויב זיין רבי הייסט אויך און אויב נישט בלייבט ער אינדערהיים על אף סקולענער רבי רופט עס, כש"כ אויפגעבן באקוועמליכקייט ותענוגים וועט ער פאר סקולענער רבי ווען ער פאלגט נישט זיין אייגענעם רבין?)
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 8:18 pm
דורך יידל
ברוין האט געשריבן:לדעתי איז פארהאנען דא איין פראבלעם. איך לייג אלע פאליטישע סיבות אין די זייט פאר א מינוט
די סאטמערע רבנים זענען מיסאינפארמירט וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב זייער קהילה, זיי מיינען אז קאמפיוטערס זענען אויסגעראטן טאטאל ווייל "זיי האבן דאך אזוי געזאגט". וואלטן זיי געוואוסט דעם אמת וואלטן זיי געהייסן יעדעם לויפן און זאל יעדער זיך קויפן פילטערס.
די פראבלעם זענען די וואס רעדן איין די רבי'ס אז די חסידים פאלגען און אויטאמאטיש שפירט ער נישט אז ער מוז זיך באטייליגן מיטן אויסרייד אז 'ער וויל נישט לויערן זיין סטאנדארט'.
זאל איינער קראכן די אייער שאלאכץ פאר זיי און צייגן וואס גייט באמת פאר וואלטן זיי לדעתי געהאט גאר א צווייטע בליק
איך מיין אז מהר"א נער'ט זיך שוין גארנישט. ער ווייסט לכאורה גאר גוט פון די סאטמארע אנוועזנהייט אויפן אינטערנעץ. מהרז"ל ווייס איך נישט, אבער איך האב א שפיר אז ער מיינט אז זיי קהילה איז ריין פון די כלים.
למעשה, מהרב"צ מ'באבוב האט זיך אויך נישט געוואלט געהעריג צושטעלן פארן זעלבן סיבה ("אראפנידערן דעם סטאנדארט"). לכאורה לעבט ער אינעם זעלבן באבל. אויף אייוועלט האט איינער "הרב מ. רובין" (מיטן ניק "סיטיפיעלד" ארויפגעלייגט א לאנגער בריוו ווי ער איז מסביר אז די סיבה פארוואס ער וויל נישט אז זיין קהילה וואס ציילט צוויי טויזנט משפחות זאל נישט גיין צום כינוס איז ווייל מען האט שוין ביי די צוויי טויזנט משפחות אויסגעראטן די טריפה'נע כלים. איך נעם אן כמעט זיכער אז זיין קהילה איז באבוב 48 און הרב מ. רובין לעבט אין א שיינעם חלום....
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 8:19 pm
דורך יידל
שרייבער האט געשריבן:איך בין נאכנישט אזוי זיכער אז זיי זענען מיסאינפארמירט, אבער איך וועל לכבוד דיינע ווערטער ווידערהאלן מיין אלטע קשיא
דו האלטסט אז א סאטמארער חסיד וואס פאלגט נישט זיין רבי גייט יעצט פאלגן סקולענער רבי? (ואוסיף נופך, מה דאך צום עצם כינוס גייט ער נישט גיין נאר אפשר אויב זיין רבי הייסט אויך און אויב נישט בלייבט ער אינדערהיים על אף סקולענער רבי רופט עס, כש"כ אויפגעבן באקוועמליכקייט ותענוגים וועט ער פאר סקולענער רבי ווען ער פאלגט נישט זיין אייגענעם רבין?)
גיין וועט ער צוליב דעם ווינט וואס שאפט זיך אויפן גאס.
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 8:25 pm
דורך משה געציל
איין אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב אויפגעפאסט מיטען פאקט אז סאטמאר באטייליגט זיך נישט: אסאך אידען וואס זענען אנפאנג געווען זייער סקעפטיש אויפן גאנצען כינוס, און אפילו געקענט רעדן אפען אנטקעגן דעם גאנצען מעמד, זענען אויף איינמאל געווארען מוראדיג ווארים צום גאנצען מעמד, און זיי שימפען נאך התיכון סאטמאר פארשטייט נישט דאס נחיצות הענין... עכ"פ אזוי איז דאס אינעם פלאץ וואו איך געהער, גיי פארשטיי...
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 8:31 pm
דורך שרגא
LG@
BREAKING: Meetings taking place in Lakewood now on how to go on with the #KinusKlalYisrael , With the possibility of it being canceled.
Wow this looks very stupid. So much time so much $$$$$$$ ahles le eebid
אינטערעסאנט צו זען ווי מענטשן שלינגען אראפ גאנץ יעדעס ווארט וואס מען הערט, נישט קיין חילוק וואס דער מקור און צי עס מאכט א ברעקל סענס.
מיינט איינער טאקע אז עס איז דא בכלל א שאנס אז מען וועט קענסלען דעם כינוס? קיינמאל! (און אויב וואלט שוין יא געווען אזא נייעס, וואלט מען באלד געהערט עפעס א האלבע מקור, א שטיקל סיבה, אדער עפעס א ווארט מער.)
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 8:33 pm
דורך שמואל הלוי
שרגא האט געשריבן:LG@

איינע פון די פראבלעמען פון אינטערנעט און טוויטער
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 9:28 pm
דורך gehlungen
Don't fool yourself reb aron is a very SHREWD man VD"L
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 10:22 pm
דורך שמואל הלוי
פעסטע רבי גייט פעסט זיין ביי כינוס כלל ישראל (קרעדיט: יואלי לעבאוויטש אויף פעיסבוק)
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 11:08 pm
דורך איינער
ווער שטייט אונטער די אסיפה און וואס איז זייער ציל,
איך האב אן ערנסטער חשד אז די ציל פון די אסיפה איז אויסצוניצן א מעגליכע לעגיטימע פראבעלם פאר די בענעפיט פון די ארגאנאזירער, למשל סקולענער רבי וואס האט בעצם נישט קיין סאך חסידים אדער מוסדות פארגלייכנדיג צו אנדערע רבי'ס, ווי סאטמאר באבוב. זיינע אזויגערופענע מוסדות חסד לאברהם וואס באשטייט פון א פאר בילדינגס אין ארץ ישראל איז ווייט פון אן עפעס. יעצט אז ער גייט מאכן אן אסיפה וואס מען ווייסט נאך נישט פונקליך וואס מען גייט אויפטון אדער רעדן, אבער דער עיקר אז עס גייט זיין ריזיג און גאנץ כלל ישראל גייט קומען. הכלל עס גייט זיין מעכטיג, היסטאריש, און ווער שטייט אונטער דעם סקלונער רבי. די סקולענער חסידים וועלן האבן צו דערציילן פאר זייערע קינדער און קינד'ס קינדער ווי גרויס זייער רבי איז געווען. ער האט געמאכט א מעכטיגע אסיפה וואס גאנץ כלל ישראל דארצות הברית איז געקומען....
בין איך דער איינציגער וואס זעט די ציל פון די אסיפה אזוי פארדעכטיגט???
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 11:47 pm
דורך דבילה
01 מאי 2012 22:39
אויס וועלט האט געשריבן:עס קומט יעצט אן דו נייעס אז כ"ק מרן מ'סאטמאר וועט מארגן אונטערשרייבען אז יעדע איד איז מחויב צו אטיילנעמען אין די כינוס כלל ישראל
נא, וואסי געשען?
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 8:14 am
דורך gehlungen
SORRY when you mention a satmar rebbe you have to specify which one. Reb aron or rz"l ?
Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 10:33 am
דורך שרייבער
אין איד איז היינט נתפרסם געווארן א בריוו אונטערגעשריבן פון האדמו"ר מהרז"ל מיט זיינע דיינים "מחזק" צו זיין די אסיפה, ס'רופט אבער נישט קיינעם
http://twitpic.com/9grp9q