בלאט 15 פון 57

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 2:18 pm
דורך היימלינד
אביסעל מער ווי צוויי צענט בקצרה.

קיינער בונטעוועט נישט קעגן קיינעם און מען קען עס אפילו נישט אנרופען א סכסוך וקל חומר א מחלוקה, דאס איז בכלליות הן מצד די רביים וחסידיהם.
עס זענען אבער יא דא געוויסע יחידים, ממש איינצעלנע, פון ב"פ, וואס האבן אינטערעסען אנצוזייען א קאשע יוך, און געוויסע עולם גולם אוהבי מצב טאנצען מיט מיט דעם, אבער ווי געשריבען איז עס בכלליות בכלל נישט ניכר לעין, סא די גאנצע שמועס ביז אהער איז סתם שטותים.

לגבי די רביים איז א דבר פשוט אז עס זענען דא צוויי, יעדער איינער אויף זיין שטייגער and they are both here to stay און בעצם האט קיינער נישט קעגען קיינעם "פערזענליך", קען זיין אז עס איז דא "אביסעל" ווייטאג ביי א "חלק" פון די עולם בפרט די וואס לייגן אריין כוחות להצלחת למען הקהלה והמוסדות וכו'...

צו עס איז געווען אויסגעהאלטען אז ראי"ה זאל קומען צו נישט איז נישט רעלעווענט מער, צו מען דארף איהם געבן אדער אינקלאדען אין די מוסדות איז קלאר אז נישט.

ווי די דעת הקהל סיי אין מאנסי און סיי מחוצה לה איז, איז אויכעט זייער קלאר - פאר ראחמיסטריווקא אידן, און וואס די גאס האלט איז נישט מעלה ומוריד in the long term און ניין די בילדער זענען מיין הוכחה, אפילו נישט לעבעדיגע בילדער, אלעס קען מען מסביר זיין, למשל דאס אז רבי יושע האט געהאט א גרויס עולם ליל א' איז געווען ווייל ער האט געצינדען שפעטער צוליב אויפשטיין פון די שבעה ממילא איז א ריזיגע עולם וואס איז געווענליך נישט דארט, יא געקומען.
וואס בדרך אגב איז דאס א ראיה אז עס איז נישט דא קיין שום פירוד נאר אדרבא מען אנערקענט איהם אלץ א רבי און א זון וממשיך פונעם אלטען רבין און ממילא דארט ווי עס איז נישט קיין סתירה צו די אייגענע פלאץ גייט א שיינער עולם אריער צו איהם, דאס איז בנוסף צו א שיינעם ציבור וואס גייט דארטן בקביעות אויף א חלק פון תפלות אדער טישן וכדומה, בעידודו פון רי"י.

די סטיגמע וואס די אויבערדערמאנטע יחידים פון ב"פ ווילען ארויפלייגען אז מען רודפ'ט די וואס גייען צו ראי"ה איז שקר וכזב העשוי לגלות און עס איז בעצם א טיפשות די ניצען אזא גראבער ליגענט וואס יעדער וואס האלט מיט ווייס אז די מציאות איז פארקערט כאמור לעיל.
אבער ווי געזאגט איז עס א שאד די צייט ווייל עס איז בכלל נישט עפעס וואס די עולם רעדט פון און די יחידים אליין האלטען שוין אינמיטען אראפ קריכען פון די בוים, ממילא איז נישט געבליבען כמעט קיין שטאף פאר די מחרחרי ריב פון אינדרויסען.

ובזה סיימתי
באמת איז דא נאך וואס צו שרייבען ובפרט צו אפאר נקודות כלליות פון ר' מיסטעריע וואס האט נישט ממש מיט די נושא פון מאנסי אבער איך האב שוין נישט כח צו טייפען יעצט, ואולי עוד חזון למועד אולי לא
אסיים בברכת השלום מאדון השלום

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:47 pm
דורך ליינען
Come in with more details

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:40 pm
דורך קלוגע יודל
זענען די אלע יודן וואס קוקן זיך צו ווי די חושב ברודערס צינדען חנוכה לעכט פאריאר אויך געוועהן קוקן ביי זיי? (די נעכט ווען זייערע פאטער האט נישט געצינדען ברבים)
תא מאי? וואס איז יעצט געשעהן אז די קוקסט זיך צו? וויבאלד זיין טאטע איז געוועהן אן ערליכן יוד? פאריאר איז זייער טאטע נישט געוועהן אן ערליכן יוד? זיי זענען אויך חשובע יודן, אבער עס איז דא גענוג חשוב יודן בדורנו.

די קשיא איז נישט דייקא אויף ראחמיסטריווקא, עס איז אויף יעדע רבי, נאר אין ראחמיסטרייוקא איז עס גאר בולט, וויבאלד די גאנצע פלאץ איז ביז לעצטענס נישט געוועהן אן עמטליכן חסידות, עס איז בס"ה געוועהן א קיבוץ פון יודן וואס האבן געזוכט אן ערליכן יוד זיך צו דרייען ביי.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:18 am
דורך נחום הסופר
קלוגע יודל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:40 pm זענען די אלע יודן וואס קוקן זיך צו ווי די חושב ברודערס צינדען חנוכה לעכט פאריאר אויך געוועהן קוקן ביי זיי? (די נעכט ווען זייערע פאטער האט נישט געצינדען ברבים)
תא מאי? וואס איז יעצט געשעהן אז די קוקסט זיך צו? וויבאלד זיין טאטע איז געוועהן אן ערליכן יוד? פאריאר איז זייער טאטע נישט געוועהן אן ערליכן יוד? זיי זענען אויך חשובע יודן, אבער עס איז דא גענוג חשוב יודן בדורנו.

די קשיא איז נישט דייקא אויף ראחמיסטריווקא, עס איז אויף יעדע רבי, נאר אין ראחמיסטרייוקא איז עס גאר בולט, וויבאלד די גאנצע פלאץ איז ביז לעצטענס נישט געוועהן אן עמטליכן חסידות, עס איז בס"ה געוועהן א קיבוץ פון יודן וואס האבן געזוכט אן ערליכן יוד זיך צו דרייען ביי.
דאס איז די פראבלעם מיט חסידות זייט קינדער האבן אויטאמאטיש אנגעהויבן איבערנעמען זייערע טאטע'ס. וכלש"ק פונעם צאנזער רב "און צווישן די קינדער איז דא גוטע און שלעכטע" (אפשר נישט מדויק, בערך אזא לשון, עי' חמדה גנוזה)

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:57 pm
דורך די קעפעלע
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:18 am

איך בין נישט קלאר מיט וואס ראחמיסטריווקא איז גאר בולט אין דעם ענין בכלל?

ראשית, עס זענען דא כמה וכמה אדמורי'ם היינט וואס האבן איבער גענימען די אדמורי'ת אלץ פרישע אינגערלייט וכו. די אינגסטע אדמו'ר רבי יעקב יוסף פון מאנסי איז שוין באלד פיפציג יאר אלט.

בנוגע
בס"ה געוועהן א קיבוץ פון יודן וואס האבן געזוכט אן ערליכן יוד זיך צו דרייען ביי
וואס איז מיט רוב היינטיגע חסידות companies וואס באשטייען נישט פון מענטשן וואס זענען שוין דארט פאר דורי דורות בכלל, כמעט אלעס איז פרישע פלייש פון נאכן קריג (און אפשר האבן אסאך פון די קריג איבערלעבער אדער די נעקסטע דור ניטאמאל געזוכט אן ערליכען איד זיך צו דרייען ביי נאר געדארפט א פלאץ אדער די סערוויסעס וואס מען שטעלט דארט צו, ווי די מוסדות וכו.)
איז ווייל זייער טאטע די ראחמיסטריווקא רבי האט אנגעהויבען אביסעל שפעטער ווי די אנדערע דארפן זיי פארמאכן shop? מיט וואס פונקטלאך איז ראחמיסטריווקא אנדערש?

ווי אויך פעלט גארנישט ביי א שיינע פאר פון די היינטיגע פרישע אדמור'י ראחמיסטריווקא כלפי די אנדערע גרויסע אין קליינע אדמור'י דורינו אין אלע אינזיכטען, אנגעהויבען פון זייער גאר גרויסע יחוס מכל הצדדים, און אפילו מיט זייער יחוס עצמם, תורה, מידות, יר'ש און מעש'ט. זיי שטייען גאר שיין אין דארפן זיך גארנישט שעמען אינעם אדמורי'ם פארמעסט.

.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:12 pm
דורך היימלינד
טאקע צוליב די אויפריכטיגע ווערטער פון @די קעפעלע האב איך נישט דעמאלטס רעאדירט צו די תגובות פון קלוגע & נחום
בנוסף וואס עס קומט נישט דא אריין איז גראדע נישט אמת אז מענטשען האבן נישט פראבירט אריין צו גיין צו קינדער ביז יעצט - זיי האבן נישט געלאזט - ביודעי ומכירי קאמינא, איי וואס איז יעצט אנדרע? פארדעם דארף מען אביסעל דזשעלי... און אפילו די רוב וואס האבען נישט געזיכט אריין צו גיין איז וויבאלד זייער טאטע איז נאף דא געווען, והוא פשוט.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 4:44 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
ווער קען אריינקומען מיט פאקטן?
וויפיל פראצענט/מענטשן וועלכע זענען נישט ראחמיסטריווקא חסידים מדור דור (וויפיל זענען בכלל דא) האבן זיך ארויסגעצויגן פון די גאנצע זאך נאך די פטירה פון דעם רבין זצ"ל?

איך פרעג דאס לאור די ריכטיגע רייד פון קלוגע יודל
קלוגע יודל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:40 pm זענען די אלע יודן וואס קוקן זיך צו ווי די חושב ברודערס צינדען חנוכה לעכט פאריאר אויך געוועהן קוקן ביי זיי? (די נעכט ווען זייערע פאטער האט נישט געצינדען ברבים)
תא מאי? וואס איז יעצט געשעהן אז די קוקסט זיך צו? וויבאלד זיין טאטע איז געוועהן אן ערליכן יוד? פאריאר איז זייער טאטע נישט געוועהן אן ערליכן יוד? זיי זענען אויך חשובע יודן, אבער עס איז דא גענוג חשוב יודן בדורנו.

די קשיא איז נישט דייקא אויף ראחמיסטריווקא, עס איז אויף יעדע רבי, נאר אין ראחמיסטרייוקא איז עס גאר בולט, וויבאלד די גאנצע פלאץ איז ביז לעצטענס נישט געוועהן אן עמטליכן חסידות, עס איז בס"ה געוועהן א קיבוץ פון יודן וואס האבן געזוכט אן ערליכן יוד זיך צו דרייען ביי.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:37 pm
דורך די קעפעלע
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 4:44 pm ווער קען אריינקומען מיט פאקטן?

ווי איך פארשטיי איז נישט נאר עס זענען נישט אוועקגעגאגען קיין מענטשן, עס זעהט אויס אז זענען גאר צוגעקומען איבעראל א היפש פאר פרישע מעמבערס און אויך זענען צוריק געקומען אסאך אידען וואס זענען גאר שוואך געקומען קיין ראחמיסטריווקע די לעצטע פאר יאר, עפעס האט זיך אויפגעוועקט. ווי מען זאגט האט זייער טאטע אין א געווענטליכע שבת נישט געהאט האלב פונען עולם ביים טיש ווי די נייע בארא פארקע רבי האט א יעדע וואך ביים טיש

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 10:15 pm
דורך יחסן_גדול
די קעפעלע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:37 pm

רבי ישעי׳ יעקב סקולענער האט אויך די ערשטע האלבע יאר געדארפט פירן טיש אין ישיבה באבוב-45 אויף ניו-יוטריקט, צוליב די הונדערטע קוקער׳ס (געוועזענע נייע סקולענע חסידים…), אבער היינט קוקט דארט אויס פונקט ווי ביים טאטן, דאכט זיך אביסל ווייניגער אויך.

לענינינו, ווער נישט עקסייטעד איבער רבי דוד משה, נאך אלע מעשיות איז דארט זייער בארינג (לאנגוויילינג). דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט ביי רבי יהושע אין מאנסי, די ערשטע וואך - פולע פארענטשעס פון עטליכע הונדערט, אבער היינט זענען דא אין א געווענליכע פרייטאג צו-נאכטס צווישן דרייסיג ביז פערציג אידן (מפי שני ידידי שהולכים אליו כל ליל שבת).

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:30 am
דורך מיסטעריע
די קעפעלע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:57 pm
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:18 am
קלוגע יודל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:40 pm זענען די אלע יודן וואס קוקן זיך צו ווי די חושב ברודערס צינדען חנוכה לעכט פאריאר אויך געוועהן קוקן ביי זיי? (די נעכט ווען זייערע פאטער האט נישט געצינדען ברבים)
תא מאי? וואס איז יעצט געשעהן אז די קוקסט זיך צו? וויבאלד זיין טאטע איז געוועהן אן ערליכן יוד? פאריאר איז זייער טאטע נישט געוועהן אן ערליכן יוד? זיי זענען אויך חשובע יודן, אבער עס איז דא גענוג חשוב יודן בדורנו.

די קשיא איז נישט דייקא אויף ראחמיסטריווקא, עס איז אויף יעדע רבי, נאר אין ראחמיסטרייוקא איז עס גאר בולט, וויבאלד די גאנצע פלאץ איז ביז לעצטענס נישט געוועהן אן עמטליכן חסידות, עס איז בס"ה געוועהן א קיבוץ פון יודן וואס האבן געזוכט אן ערליכן יוד זיך צו דרייען ביי.
דאס איז די פראבלעם מיט חסידות זייט קינדער האבן אויטאמאטיש אנגעהויבן איבערנעמען זייערע טאטע'ס. וכלש"ק פונעם צאנזער רב "און צווישן די קינדער איז דא גוטע און שלעכטע" (אפשר נישט מדויק, בערך אזא לשון, עי' חמדה גנוזה)

איך בין נישט קלאר מיט וואס ראחמיסטריווקא איז גאר בולט אין דעם ענין בכלל?

ראשית, עס זענען דא כמה וכמה אדמורי'ם היינט וואס האבן איבער גענימען די אדמורי'ת אלץ פרישע אינגערלייט וכו. די אינגסטע אדמו'ר רבי יעקב יוסף פון מאנסי איז שוין באלד פיפציג יאר אלט.

בנוגע
בס"ה געוועהן א קיבוץ פון יודן וואס האבן געזוכט אן ערליכן יוד זיך צו דרייען ביי
וואס איז מיט רוב היינטיגע חסידות companies וואס באשטייען נישט פון מענטשן וואס זענען שוין דארט פאר דורי דורות בכלל, כמעט אלעס איז פרישע פלייש פון נאכן קריג (און אפשר האבן אסאך פון די קריג איבערלעבער אדער די נעקסטע דור ניטאמאל געזוכט אן ערליכען איד זיך צו דרייען ביי נאר געדארפט א פלאץ אדער די סערוויסעס וואס מען שטעלט דארט צו, ווי די מוסדות וכו.)
איז ווייל זייער טאטע די ראחמיסטריווקא רבי האט אנגעהויבען אביסעל שפעטער ווי די אנדערע דארפן זיי פארמאכן shop? מיט וואס פונקטלאך איז ראחמיסטריווקא אנדערש?

ווי אויך פעלט גארנישט ביי א שיינע פאר פון די היינטיגע פרישע אדמור'י ראחמיסטריווקא כלפי די אנדערע גרויסע אין קליינע אדמור'י דורינו אין אלע אינזיכטען, אנגעהויבען פון זייער גאר גרויסע יחוס מכל הצדדים, און אפילו מיט זייער יחוס עצמם, תורה, מידות, יר'ש און מעש'ט. זיי שטייען גאר שיין אין דארפן זיך גארנישט שעמען אינעם אדמורי'ם פארמעסט.

.
ס'דערקענט זיך אז דו ביזט פון די היינטיגע, אונז עלטערע דור האבן געהאט בוחר געווען דוקא פארקערט פון דיין גאנצע הסבר וואס דו גיבסט דא, ווי איך האב שוין כמה פעמים געשריבן, פאר דעם וואלט מען שוין געקענט בלייבן אין סקווירא, די טיעפע פינטעלע פון ראחמיסטריווקא וואס איז די פנימיות אהן קיין פאמפע איז שוין דערנאך, און דאס האב איך כמה פעמים ארויסגעברענגט, א פירמע ווי אלע פירמעס, נישטא וואס צו שטאלצירן מער, און נאכמער ס'האט נישט גענוג פלייש וואס זאל קענען צושטעלן די אלע מעלות וואס א חאסידיק פעקטארי טוהט סופלייען, די עסטעבלישמענט אפילו פאר די פטירה איז נאכנישט געווען אזוי רייף, על אחת כמה וכמה איצטער וואס דער לעכטיגער שיין האט זיך אפגעטוהן פונעם עולם השפל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:16 pm
דורך די קעפעלע
מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:30 am

נישט קלאר וואס די האסט פראבירט ארויס צונעמען פון מיינע ווערטער. אויב האסטו געליינט בכלל די צוויי תגובות אויף וואס איך בין מגיב?

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:40 pm
דורך די קעפעלע
די קעפעלע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:16 pm

איך וויס אויך נישט וואס די ווילסט ארויס ברענגען בכלל מיט דיין תגובה?

אז ראחמיסטריווקא רבי איז געווען עפעס גאר אנדערש און העכער פון די מנהיגי דורינו, איז ווער דינגט זיך מיט דעם?

אדער אז די ביסט גאר אנטלאפן פון סקווערי און געגאנגען קיין ראחמיסטריווקא? גלייבט זיך שווער היות עס איז כמעט נישט דא קיין מנין אידען וואס האבן דאס מצליח געווען צו טוהן, כידוע לכל וואס עס איז דארט פארגעגאנגען פארן האבן עטוואס שייכות מיטן שרעקליכען חטא
כמעט די אלע סקווערע אנגעווייטעגטע און אנטלאפענע זענען געבלבען שטעקן ערגעץ ווי אינמיטן וועג ארויס (א היפש פאר אין מאנסי) אדער זענען זיי גאר געבליבען אינעוויניג פארשפארט אינעם הייליגען שיכון אונטער די אייזערנע גראטעס, אבער נישט אין ראחמיסטריווקא.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:19 pm
דורך מיסטעריע
די קעפעלע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:40 pm

בנוגע וואס איז מיט רוב היינטיגע חסידות companies וואס באשטייען נישט פון מענטשן וואס זענען שוין דארט פאר דורי דורות בכלל, כמעט אלעס איז פרישע פלייש פון נאכן קריג (און אפשר האבן אסאך פון די קריג איבערלעבער אדער די נעקסטע דור ניטאמאל געזוכט אן ערליכען איד זיך צו דרייען ביי נאר געדארפט א פלאץ אדער די סערוויסעס וואס מען שטעלט דארט צו, ווי די מוסדות וכו.)
איז ווייל זייער טאטע די ראחמיסטריווקא רבי האט אנגעהויבען אביסעל שפעטער ווי די אנדערע דארפן זיי פארמאכן shop? מיט וואס פונקטלאך איז ראחמיסטריווקא אנדערש?

ווי אויך פעלט גארנישט ביי א שיינע פאר פון די היינטיגע פרישע אדמור'י ראחמיסטריווקא כלפי די אנדערע גרויסע אין קליינע אדמור'י דורינו אין אלע אינזיכטען, אנגעהויבען פון זייער גאר גרויסע יחוס מכל הצדדים, און אפילו מיט זייער יחוס עצמם, תורה, מידות, יר'ש און מעש'ט. זיי שטייען גאר שיין אין דארפן זיך גארנישט שעמען אינעם אדמורי'ם פארמעסט.

.
ס'דערקענט זיך אז דו ביזט פון די היינטיגע, אונז עלטערע דור האבן געהאט בוחר געווען דוקא פארקערט פון דיין גאנצע הסבר וואס דו גיבסט דא, ווי איך האב שוין כמה פעמים געשריבן, פאר דעם וואלט מען שוין געקענט בלייבן אין סקווירא, די טיעפע פינטעלע פון ראחמיסטריווקא וואס איז די פנימיות אהן קיין פאמפע איז שוין דערנאך, און דאס האב איך כמה פעמים ארויסגעברענגט, א פירמע ווי אלע פירמעס, נישטא וואס צו שטאלצירן מער, און נאכמער ס'האט נישט גענוג פלייש וואס זאל קענען צושטעלן די אלע מעלות וואס א חאסידיק פעקטארי טוהט סופלייען, די עסטעבלישמענט אפילו פאר די פטירה איז נאכנישט געווען אזוי רייף, על אחת כמה וכמה איצטער וואס דער לעכטיגער שיין האט זיך אפגעטוהן פונעם עולם השפל
נישט קלאר וואס די האסט פראבירט ארויס צונעמען פון מיינע ווערטער. אויב האסטו געליינט בכלל די צוויי תגובות אויף וואס איך בין מגיב?
איך וויס אויך נישט וואס די ווילסט ארויס ברענגען בכלל מיט דיין תגובה?

אז ראחמיסטריווקא רבי איז געווען עפעס גאר אנדערש און העכער פון די מנהיגי דורינו, איז ווער דינגט זיך מיט דעם?

אדער אז די ביסט גאר אנטלאפן פון סקווערי און געגאנגען קיין ראחמיסטריווקא? גלייבט זיך שווער היות עס איז כמעט נישט דא קיין מנין אידען וואס האבן דאס מצליח געווען צו טוהן, כידוע לכל וואס עס איז דארט פארגעגאנגען פארן האבן עטוואס שייכות מיטן שרעקליכען חטא
כמעט די אלע סקווערע אנגעווייטעגטע און אנטלאפענע זענען געבלבען שטעקן ערגעץ ווי אינמיטן וועג ארויס (א היפש פאר אין מאנסי) אדער זענען זיי גאר געבליבען אינעוויניג פארשפארט אינעם הייליגען שיכון אונטער די אייזערנע גראטעס, אבער נישט אין ראחמיסטריווקא.
דאס איז סתם ליגענט, אזוי ווי נאך פילע אנדערע פאלטשע אינפארמאציע, ראחמיסטריווקא איז ליידער יארן לאנג געלאפן אויף א ליניע פון העיט-פיינטשאפט אקעגן סקווירא, און ליידער האט די מאשין פארקויפט לאקשן, אין די נייע דור, צוגעקומענע פרחי חסידים פון שערי יושר מיט אנדערע ישיבות וכו' האבן אלעס געקויפט, לכאורה נישטא אויף דעם פלאטפארמע צו אפשר בכלל אין ראחמיסטריווקא וואס קענען די גאנצע אמת'ע היסטאריע ווי מיר, ווי איך האב שוין געשריבן קוק איך מיך אהן ווי די בני יואל פון ראחמיסטריווקא......

די גאנצע נישט וועלן מהר"י איז נאר ווייל ער האט דעם פלעק אז ער איז א איידעם אין סקווירא, איך האב שוין געשריבן כמה פעמים אז ביי מיר זענען זיי אלע אייניג, אין די סיבה פארוואס ער קעניש מצליח זיין, אפילו זאל ער גיין קיין ווערן רבי אין בויבעריק, וועט ער אויך נישט האבן קיין חסידים, ס'איז דא א איינגעווארצעלטע שנאה אקעגן אלס זיין שייכות קיין סקווירא.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 2:46 pm
דורך מענדל
מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:19 pm

פאר סאם ריזאן גלייב איך אז די ביזט נאך אלץ און סקווער

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 9:11 pm
דורך מיסטעריע
איך האב שוין נישט אריין געטרעטן אין סקווערן ביהמ"ד נאנט צו פופצן יאר, אפילו ביי שמחות ווי דער ראחמיסטריווקא סקווירא האבן זיך משדך געווען און ער איז געווען א זיידע,

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:41 pm
דורך היימלינד
מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:19 pm

די גאנצע נישט וועלן מהר"י איז נאר ווייל ער האט דעם פלעק אז ער איז א איידעם אין סקווירא,
קיינער אבער קיינער האט נישט פראבלעם מיט ר"י גופא נישט קיין חילוק ווי ער איז אן איידעם, דו האלסט אין איין אויפבלאזען אז ס'איז פארהאן עפעס א העיט מיט סקווירא, לא דובים ולא יער.

אדרבא ווען ער וואלט געווען אין סיי וועלעכע שטאט וואלט ער געהאט א שיינע הצלחה, ער איז ערליכער און א געשמאקער ביינזאם.

אז דו דערמאנסט איהם שוין יא מעגסטו וויסען אז איינער פון זיינע חשובע זון - וואס איז נישט ברא כרעא דאבוה - פון די חשובע טעראר אנפירער אין שטעטל, האט זיך לעצטענס פון פריש גענומען איבער די ביינער פון רחמס"ט מאנסי, די חידוש איז אז נישט נאר צו זיין זיידע ז"ל איז ער כמעט נישט געקומען נאר אפילו ביי זיין טאטען שליט"א זעהט מען איהם כמעט נישט, שמח"ת ועוד זמנים מיוחדים זענען ער מיט רוב משפחה אריינגערעכענט די מאמע געלאפען קיין סקווירא על אף אז זיין ביי זיין טאטע הקפות ליל שמח"ת וואלט נישט געווען קיין סתירה צו גיין שפעטער קיין סקווירא.
איז אויב אזוי וואס פלוצלינד דרוקט איהם אז רי"י איז רבי ?!

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:52 pm
דורך די קעפעלע
מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:19 pm
די קעפעלע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:40 pm
די קעפעלע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:16 pm
מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:30 am

ס'דערקענט זיך אז דו ביזט פון די היינטיגע, אונז עלטערע דור האבן געהאט בוחר געווען דוקא פארקערט פון דיין גאנצע הסבר וואס דו גיבסט דא, ווי איך האב שוין כמה פעמים געשריבן, פאר דעם וואלט מען שוין געקענט בלייבן אין סקווירא, די טיעפע פינטעלע פון ראחמיסטריווקא וואס איז די פנימיות אהן קיין פאמפע איז שוין דערנאך, און דאס האב איך כמה פעמים ארויסגעברענגט, א פירמע ווי אלע פירמעס, נישטא וואס צו שטאלצירן מער, און נאכמער ס'האט נישט גענוג פלייש וואס זאל קענען צושטעלן די אלע מעלות וואס א חאסידיק פעקטארי טוהט סופלייען, די עסטעבלישמענט אפילו פאר די פטירה איז נאכנישט געווען אזוי רייף, על אחת כמה וכמה איצטער וואס דער לעכטיגער שיין האט זיך אפגעטוהן פונעם עולם השפל
נישט קלאר וואס די האסט פראבירט ארויס צונעמען פון מיינע ווערטער. אויב האסטו געליינט בכלל די צוויי תגובות אויף וואס איך בין מגיב?
איך וויס אויך נישט וואס די ווילסט ארויס ברענגען בכלל מיט דיין תגובה?

אז ראחמיסטריווקא רבי איז געווען עפעס גאר אנדערש און העכער פון די מנהיגי דורינו, איז ווער דינגט זיך מיט דעם?

אדער אז די ביסט גאר אנטלאפן פון סקווערי און געגאנגען קיין ראחמיסטריווקא? גלייבט זיך שווער היות עס איז כמעט נישט דא קיין מנין אידען וואס האבן דאס מצליח געווען צו טוהן, כידוע לכל וואס עס איז דארט פארגעגאנגען פארן האבן עטוואס שייכות מיטן שרעקליכען חטא
כמעט די אלע סקווערע אנגעווייטעגטע און אנטלאפענע זענען געבלבען שטעקן ערגעץ ווי אינמיטן וועג ארויס (א היפש פאר אין מאנסי) אדער זענען זיי גאר געבליבען אינעוויניג פארשפארט אינעם הייליגען שיכון אונטער די אייזערנע גראטעס, אבער נישט אין ראחמיסטריווקא.
דאס איז סתם ליגענט, אזוי ווי נאך פילע אנדערע פאלטשע אינפארמאציע, ראחמיסטריווקא איז ליידער יארן לאנג געלאפן אויף א ליניע פון העיט-פיינטשאפט אקעגן סקווירא, און ליידער האט די מאשין פארקויפט לאקשן, אין די נייע דור, צוגעקומענע פרחי חסידים פון שערי יושר מיט אנדערע ישיבות וכו' האבן אלעס געקויפט, לכאורה נישטא אויף דעם פלאטפארמע צו אפשר בכלל אין ראחמיסטריווקא וואס קענען די גאנצע אמת'ע היסטאריע ווי מיר, ווי איך האב שוין געשריבן קוק איך מיך אהן ווי די בני יואל פון ראחמיסטריווקא......

די גאנצע נישט וועלן מהר"י איז נאר ווייל ער האט דעם פלעק אז ער איז א איידעם אין סקווירא, איך האב שוין געשריבן כמה פעמים אז ביי מיר זענען זיי אלע אייניג, אין די סיבה פארוואס ער קעניש מצליח זיין, אפילו זאל ער גיין קיין ווערן רבי אין בויבעריק, וועט ער אויך נישט האבן קיין חסידים, ס'איז דא א איינגעווארצעלטע שנאה אקעגן אלס זיין שייכות קיין סקווירא.
ר' מיטעריא, טוט אביסעל מער האמווער'ק פארן צאמשרייבען לעכערלעכע דיבורים.

איהר ווייסט בכלל וואס גייט דארט פאר אין מאנסי? איהר קענט די קשר וואס ר' יעקב יוסף האט מיט רוב רובם פון די ראחמיסטריווקא חסידים דארט זייט ער האט זיך אהערגעצויגען פון א'י? פרעגט אייך אביסעל נאך....

איך ווייס נישט פון ווי איהר קומט פון איז עס מאכט בכלל נישט אויס, אבער איין זאך מערק זיך אן אין דיין שרייבען, עס איז שטארק בנוסח סקווירא, מען קען גלייבען אז איהר זענט טאקע א געליטענער ארויס פון שטעטל.

קענסט אפשר מסביר זיין וועגן די שנאה וואס די בעבלסט דא צאם? ווי און ווען האסטו במשך אלע יארן געזעהן ערגעץ ראחמיסטריווקא שנאה אויף סקווירא?

מען האט אמאל אין ראחמיסטריווקא פארשעהמט, גערודפ'ט, בייזאטיגט, אדער זיך נוהג געווען מיט עפעס א פחיתת כבוד צום הייליגען צדיק שליט'א ומשפחתו וחסידיו במשך אלע יארן?

ווי סאך מאהל איז געשען די פארקערטע צום ראחמיסטריווקא רבי ז'ל וב'ב און סקווירא?

ווי סאך סקווירא אידן וואלטן זיך דעווייגט צו זיין אויף א שבת און ראחמיסטריווקא במשך כל ימי חייו פונעם רבי'ן ז'ל? איז דען נישט א יעדע סקווירא אינגערמאן מחונך אז ווי ווייט מען פאלט נאר, אבער אז דאס ווארט "ראחמיסטריווקא" איז אסור בתכלית, פון די יסודות הדת?

און אויב זענט איר אמאל נאך אין שטעטל אדער האט דארט משפחה פרעגט צו עס איז אן אפטער ערשיינונג צו זעהן ראחמיסטריווקא אידען מיט האלטן א שבת אין סקווירא?

אגב ווי איך הער איז די נייע בארא פארקע רבי א שטארקע נלהבדיגע סקווירא חסיד גאר נאנט צום פעטער אלע יארן, זיך משדך געווען מיטן צדיק, און פירט זיך מיט פארשידענע הנהגות ומנהגי סקווירא וואס ער האט נישט געזעהן אדער געהערט ביי זיין טאטע ז'ל, וד'ל.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:41 pm
דורך מיסטעריע
היימלינד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:41 pm
מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:19 pm

די גאנצע נישט וועלן מהר"י איז נאר ווייל ער האט דעם פלעק אז ער איז א איידעם אין סקווירא,
קיינער אבער קיינער האט נישט פראבלעם מיט ר"י גופא נישט קיין חילוק ווי ער איז אן איידעם, דו האלסט אין איין אויפבלאזען אז ס'איז פארהאן עפעס א העיט מיט סקווירא, לא דובים ולא יער.

אדרבא ווען ער וואלט געווען אין סיי וועלעכע שטאט וואלט ער געהאט א שיינע הצלחה, ער איז ערליכער און א געשמאקער ביינזאם.

אז דו דערמאנסט איהם שוין יא מעגסטו וויסען אז איינער פון זיינע חשובע זון - וואס איז נישט ברא כרעא דאבוה - פון די חשובע טעראר אנפירער אין שטעטל, האט זיך לעצטענס פון פריש גענומען איבער די ביינער פון רחמס"ט מאנסי, די חידוש איז אז נישט נאר צו זיין זיידע ז"ל איז ער כמעט נישט געקומען נאר אפילו ביי זיין טאטען שליט"א זעהט מען איהם כמעט נישט, שמח"ת ועוד זמנים מיוחדים זענען ער מיט רוב משפחה אריינגערעכענט די מאמע געלאפען קיין סקווירא על אף אז זיין ביי זיין טאטע הקפות ליל שמח"ת וואלט נישט געווען קיין סתירה צו גיין שפעטער קיין סקווירא.
איז אויב אזוי וואס פלוצלינד דרוקט איהם אז רי"י איז רבי ?!
און דעם ביזטו הייליג גערעכט, אויב דו מיינסט זיין עלסטע זוהן, געדענק איך נאך גוט מיט וואספארא זולזול און גרינגשעצונג ער פלעגט שוין אלס קינד קומען קיין בארא פארק, (אויך נאר די געציילטע מאל וואס ער האט נישט געהאט קיין ברירה....) אבער צו די זעלבע צייט האבן זיך בני הרב מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א זיך אויכעט אזוי נוהג געווען אנבאלאנגט ראחמיסטריווקא און נישט גורס געווען קיין טאטן נאר וויזשניץ, קיין טערארריסטן זענען זיי נישט געווען, (ווייל זיי זענען נישט סקווירא, וד"ל).

און ווי געזאגט איך גיי נישט צו קיינעם מער, ס'האט ביי מיר אויסגעוועפט דאס ערענסקייט, קען זיין טאמער איך וועל זעהן אז איינער פון זיי וועט למעשה האבן דעם ארגינעלקייט וועל איך מיך צושארן אהין.

וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, האסט מיר דערמאנט אלטע זכרונות פון דעם מהר"י ממאנסי'ס מחוצף'ל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:46 pm
דורך מיסטעריע
די קעפעלע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:52 pm
מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:19 pm
די קעפעלע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:40 pm
די קעפעלע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:16 pm
נישט קלאר וואס די האסט פראבירט ארויס צונעמען פון מיינע ווערטער. אויב האסטו געליינט בכלל די צוויי תגובות אויף וואס איך בין מגיב?
איך וויס אויך נישט וואס די ווילסט ארויס ברענגען בכלל מיט דיין תגובה?

אז ראחמיסטריווקא רבי איז געווען עפעס גאר אנדערש און העכער פון די מנהיגי דורינו, איז ווער דינגט זיך מיט דעם?

אדער אז די ביסט גאר אנטלאפן פון סקווערי און געגאנגען קיין ראחמיסטריווקא? גלייבט זיך שווער היות עס איז כמעט נישט דא קיין מנין אידען וואס האבן דאס מצליח געווען צו טוהן, כידוע לכל וואס עס איז דארט פארגעגאנגען פארן האבן עטוואס שייכות מיטן שרעקליכען חטא
כמעט די אלע סקווערע אנגעווייטעגטע און אנטלאפענע זענען געבלבען שטעקן ערגעץ ווי אינמיטן וועג ארויס (א היפש פאר אין מאנסי) אדער זענען זיי גאר געבליבען אינעוויניג פארשפארט אינעם הייליגען שיכון אונטער די אייזערנע גראטעס, אבער נישט אין ראחמיסטריווקא.
דאס איז סתם ליגענט, אזוי ווי נאך פילע אנדערע פאלטשע אינפארמאציע, ראחמיסטריווקא איז ליידער יארן לאנג געלאפן אויף א ליניע פון העיט-פיינטשאפט אקעגן סקווירא, און ליידער האט די מאשין פארקויפט לאקשן, אין די נייע דור, צוגעקומענע פרחי חסידים פון שערי יושר מיט אנדערע ישיבות וכו' האבן אלעס געקויפט, לכאורה נישטא אויף דעם פלאטפארמע צו אפשר בכלל אין ראחמיסטריווקא וואס קענען די גאנצע אמת'ע היסטאריע ווי מיר, ווי איך האב שוין געשריבן קוק איך מיך אהן ווי די בני יואל פון ראחמיסטריווקא......

די גאנצע נישט וועלן מהר"י איז נאר ווייל ער האט דעם פלעק אז ער איז א איידעם אין סקווירא, איך האב שוין געשריבן כמה פעמים אז ביי מיר זענען זיי אלע אייניג, אין די סיבה פארוואס ער קעניש מצליח זיין, אפילו זאל ער גיין קיין ווערן רבי אין בויבעריק, וועט ער אויך נישט האבן קיין חסידים, ס'איז דא א איינגעווארצעלטע שנאה אקעגן אלס זיין שייכות קיין סקווירא.
ר, מיטעריא, טוט אביסעל מער האמווער'ק פארן צאמשרייבען לעכערלעכע דיבורים.

איהר ווייסט בכלל וואס גייט דארט פאר אין מאנסי? איהר קענט די קשר וואס ר' יעקב יוסף האט מיט רוב רובם פון די ראחמיסטריווקא חסידים דארט זייט ער האט זיך אהערגעצויגען פון א'י? פרעגט אייך אביסעל נאך....

איך ווייס נישט פון ווי איהר קומט פון איז עס מאכט בכלל נישט אויס, אבער איין זאך מערק זיך אן אין דיין שרייבען, עס איז שטארק בנוסח סקווירא, מען קען גלייבען אז איהר זענט טאקע א געליטענער ארויס פון שטעטל.

קענסט אפשר מסביר זיין וועגן די שנאה וואס די בעבלסט דא צאם? ווי און ווען האסטו במשך אלע יארן געזעהן ערגעץ ראחמיסטריווקא שנאה אויף סקווירא?

מען האט אמאל אין ראחמיסטריווקא פארשעהמט, גערודפ'ט, בייזאטיגט, אדער זיך נוהג געווען מיט עפעס א פחיתת כבוד צום הייליגען צדיק שליט'א ומשפחתו וחסידיו במשך אלע יארן?

ווי סאך מאהל איז געשען די פארקערטע צום ראחמיסטריווקא רבי ז'ל וב'ב און סקווירא?

ווי סאך סקווירא אידן וואלטן זיך דעוויגט צו זיין אויף א שבת און ראחמיסטריווקא במשך כל ימי חייו פונעם רבי'ן ז'ל? איז דען נישט א יעדע סקווירא אינגערמאן מחונך אז ווי וויט מען פאלט נאר אבער אז דאס ווארט ראחמיסטריווקא איז אסור בתכלית, פון די יסודות הדת?

און אויב זענט איר אמאל נאך אין שטעטל אדער האט דארט משפחה פרעגט צו עס איז אן אפטער ערשיינונג צו זעהן ראחמיסטריווקא אידען מיט האלטן א שבת אין סקווירא?

אגב ווי איך הער איז די נייע בארא פארקע רבי א שטארקע נלהבדיגע סקווירא חסיד גאר נאנט צום פעטער אלע יארן, זיך משדך געווען מיטן צדיק, און פירט זיך מיט פארשידענע הנהגות ומנהגי סקווירא וואס ער האט נישט געזעהן אדער געהערט ביי זיין טאטע ז'ל, וד'ל.

איך וויל נישט מ'קען זאל קענען מגלה זיין ווער איך בין, וועל איך נישט ענטפערן, אבער מפני תקנות המקום קען איך אויך נישט רעדן אפענע גארבעדש פון ביידע צדדים, וואס איז דא איינצעלנע וואס ווייסן!

איך בין דאך עניוועי פון די בני יואל חסידים, (ביזדערווייל..)

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:54 am
דורך די קעפעלע
מיסטעריע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:46 pm

גארבעדש איז טאקע נישט אינטערסאנט, אבער עס איז נישט דא קיין צוויי צדדים.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:02 am
דורך תניא בניחותא
מיסטעריע האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:41 pm
היימלינד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 1:41 pm
מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:19 pm

די גאנצע נישט וועלן מהר"י איז נאר ווייל ער האט דעם פלעק אז ער איז א איידעם אין סקווירא,
קיינער אבער קיינער האט נישט פראבלעם מיט ר"י גופא נישט קיין חילוק ווי ער איז אן איידעם, דו האלסט אין איין אויפבלאזען אז ס'איז פארהאן עפעס א העיט מיט סקווירא, לא דובים ולא יער.

אדרבא ווען ער וואלט געווען אין סיי וועלעכע שטאט וואלט ער געהאט א שיינע הצלחה, ער איז ערליכער און א געשמאקער ביינזאם.

אז דו דערמאנסט איהם שוין יא מעגסטו וויסען אז איינער פון זיינע חשובע זון - וואס איז נישט ברא כרעא דאבוה - פון די חשובע טעראר אנפירער אין שטעטל, האט זיך לעצטענס פון פריש גענומען איבער די ביינער פון רחמס"ט מאנסי, די חידוש איז אז נישט נאר צו זיין זיידע ז"ל איז ער כמעט נישט געקומען נאר אפילו ביי זיין טאטען שליט"א זעהט מען איהם כמעט נישט, שמח"ת ועוד זמנים מיוחדים זענען ער מיט רוב משפחה אריינגערעכענט די מאמע געלאפען קיין סקווירא על אף אז זיין ביי זיין טאטע הקפות ליל שמח"ת וואלט נישט געווען קיין סתירה צו גיין שפעטער קיין סקווירא.
איז אויב אזוי וואס פלוצלינד דרוקט איהם אז רי"י איז רבי ?!
און דעם ביזטו הייליג גערעכט, אויב דו מיינסט זיין עלסטע זוהן, געדענק איך נאך גוט מיט וואספארא זולזול און גרינגשעצונג ער פלעגט שוין אלס קינד קומען קיין בארא פארק, (אויך נאר די געציילטע מאל וואס ער האט נישט געהאט קיין ברירה....) אבער צו די זעלבע צייט האבן זיך בני הרב מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א זיך אויכעט אזוי נוהג געווען אנבאלאנגט ראחמיסטריווקא און נישט גורס געווען קיין טאטן נאר וויזשניץ, קיין טערארריסטן זענען זיי נישט געווען, (ווייל זיי זענען נישט סקווירא, וד"ל).

און ווי געזאגט איך גיי נישט צו קיינעם מער, ס'האט ביי מיר אויסגעוועפט דאס ערענסקייט, קען זיין טאמער איך וועל זעהן אז איינער פון זיי וועט למעשה האבן דעם ארגינעלקייט וועל איך מיך צושארן אהין.

וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, האסט מיר דערמאנט אלטע זכרונות פון דעם מהר"י ממאנסי'ס מחוצף'ל
למען האמת מיש נישט הודו מיט כוש
בני ראחמיסטריווקא מאנסי האבן געהאט א טאטע וואס האט א קליינע געגנט שול, לעומת זה האבן זיי א זיידע אריבער די גאס מיט א גרויסע רבי’סטעווע, איז פארשטענדליך אז זיי האבן זיך דארט געדרייט, חוץ מזה האבן זיי אלע כאטש האלב תפילות ימים טובים געדאוונט ביים טאטן,
משא”כ בני מהר”י האבן געהאט א זיידן אויך א רבי טאקע נישט אזא גרויסע פירמע אבער דאך עלטער און חשו... פאסט אז מ’זאל זיך דארט אויך דרייען חלק כחלק.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:34 am
דורך די קעפעלע
תניא בניחותא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:02 am

זייער קלאר.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:12 pm
דורך בעל דרשן

מיש אויך נישט צאם ביטע... בני רבי אברהם דוב וואינען אין מאנסי איז גרינגער ווי גרינג צו גיין צום טאטן און צום זיידן מש"כ בני האדמו"ר מרחמיסטריווקא מאנסי וואינען אין סקווירא און ס'פארט זיך נישט אזוי גרינג קיין בארא פארק יעדע שני וחמישי אפילו אזוי זענען זיי גענוג און נאך געפארן אביסל מער ווי די קינדער פון רבי יעקב יוסף הגר מוויזניץ מאנסי וואס האבן א זיידן אין נאנט.. וואס קומען כמעט קיינמאל....