בלאט 15 פון 26

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:42 am
דורך טאמבל סאס
שלום עליכם רב יוסף, שלום עליכם שלשלת, יעדער איז וועלקאם דא, און מיר האבן אלעס ליב. ווי ברייטערע קעפ, אלץ מער האט מען א אינטערעסע אין א גרעסערע ווערייעטי פון נושאים. ווייל ס'איז פשוט אז עס איז דא מער פלאץ אין קאפ.
און היינט גייט דאך עס ווי א נייער די כלים זענען, מער פארנעמען זיי, און קלענער ווערן זיי. אז די כלים זענען קלענער, איז דא פלאץ פאר מער כלים, דאס איז די סוד הכמוס פארוואס מיר האבן ארט פאר מער מיטגלידער.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:45 am
דורך קופערניקוס
יוסף שרייבער האט געשריבן:שלום עליכם טייערע אידען!

יא איך בין יוסף שרייבער פון אייוועלט. אלס בור דשתית מיניה וויל איך נישט אריינגיין אין די סיבות פארוואס איך פיל שוין א לאנגע צייט אז עס ווערט מיר דארט ענג דאס פלאץ, (ווער עס וויל דווקא וויסען קען עס גרינג טרעפען דורעך זיכען מיינע הודאות).

אבער פאר איך בין מחליט זיך אריבערצוציען דא וויל איך וויסען אויב עס איז פארהאן דא א פארלאנג אויף די נושאים וואס איך שרייב געווענליך, איר פארשטייט דאך איך וויל נישט בלייבען קרח מכאן ומכאן.


שלום עליכם טייערער ר' יוסף. וועלכאם טו די קלוב.
איך ווייס נישט פון ווי איר קומט, ב"ה אז מיין פילטער לאזט נישט דורך די אלע מאנכע אזוי גערופענע, נאר קאווע שטיבל וואס איז ב"ה כשמו כן הוא, כשר וישר, ואין פרץ ואין צווחה ברחובותנו.
נישט וויסנדיג פון ווי איר קומט מוז איך אייך זאגן אז דא מוז מען זיך האלטן זייער ערליך. די יסוד היסודות איז אמת. א זאך וואס איז אמת לפי שכל הישר מוז מען זאגן, אויב ווערט מען געוואור אויף איינעם אז ער שרייבט זאכן נגד די שכל הישר און נגד די אמת, וועט ער זעהן א רעדוקציע אין די לייקס.
די צווייטע יסוד איז אז הומאר איז דא נישט קיין אפגעפרעגטע זאך, הומאר האט אונז געהאלטן אין גלות, און מיט הומאר וועלן מיר זיך ווייטער האלטן.
די דריטע יסוד איז זיין בידידות און פריינטליך צו די קאלעגעס דא.
ואם שלש אלה יעשה לה, וועט איר זיין העכסט געלייקט.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 10:51 am
דורך אביגדור
:like

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:04 am
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:איך ווייס נישט פון ווי איר קומט, ב"ה אז מיין פילטער לאזט נישט דורך די אלע מאנכע אזוי גערופענע, נאר קאווע שטיבל וואס איז ב"ה כשמו כן הוא, כשר וישר, ואין פרץ ואין צווחה ברחובותינו.


:lol: :lol:
סתם נייגעריג וועלכע פילטער דו נוצט...

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:05 am
דורך טאמבל סאס
א פילטער וואס שליסט אויס פארברעכן, טעראריזם, אדער סעפראסיסטישע וועבזייטלעך.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 11:39 am
דורך ודי למבין
קופערניקוס'ס פילטער לאזט דורך נאר זאכן וואס זענען אמת און שכל הישרדיג, קען זען דאס איז די סוד פון k9 אמת איז דויך במספר קטן 9 כידוע מספה"ק וכידוע ליודעי ח"ן

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 3:00 pm
דורך גימפל
ממש היינט אנדעקט דו דאזיגע אשכול, איך קום אריין און שטיבעל דורך די אקטיווע אשכולות, האב איך נישט באמערקעט די געסט בוך.

שלום עליכם חשוב'ע חברי השטיבעל, מיין ניק נאמען איז גימפל, איך בין נישט קיין שרייבער, אבער סאיז שוין באלד א יאר וואס איך בין נהנה פון די געשמאקע קאווע, וויל איך טאקע נעמען די גלעגנהייט צו אויסדריקען מיין דאנבארקייט פאר די חשובע חבירים פאר אהערשטעלען אזעלכע מייסטרהאפטיגע שרייברישע ווערק. א דאנק.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 4:34 pm
דורך שוואנץיאזעף
שמעקעדיג האט געשריבן:אין שלום אמר ה' לשווענץ... וואספארא נאמען!

קינדיג אסייד: עליכם שלום!

וואס איז שלעכט מיט שווענץ? אינעם הערינג איז ער די בעסטע שטיקל.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 4:34 pm
דורך שוואנץיאזעף
איך אויך האט געשריבן:ווער קען די מעשה פון שוואנץ יאזעף?

וואס איז די מעשה?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 4:58 pm
דורך איך אויך
כידוע פלעגט פראנץ יאזעף זיך פארשטעלן פון צייט צו צייט און ארומגיין הערן וואס זיינע אונטערטאנן האלטן פון עם.

איינמאל כאפט ער א שמועס מיט א אידעלע ,דערנאך פרעגט עם יענער ווער ביסטו זאגט ער פראנץ יאזעף ,הא ווער? שוואנץ יאזעף? זאגט ער ניין פראנץ יאזעף ,שוואנץ יאזעף? ניין פראנץ יאזעף ,אקיצור דער אידל זאגט עם איך פארשטיי נישט קלאר ביטע שרייב מיר אראפ דיין נאמען אויף א פאפיר, דער נעקסטער טאג גייט דער קיסר אין באנק און זעהט עס פעלט א שיינע סכום געלט פון זיין קאנטע זאגט ער אה איך בין טאקע שוואנץ יאזעף.

די אידן פלעגן עם ריפן בשם החיבה אפרים (פראים) יוסל ע"ש זיין גוטסקייט צו זיי.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 12:55 am
דורך קאווע טרינקער
וועמענס "שוואגער" איז דאס?...

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 11:17 pm
דורך שװאגער
קאווע טרינקער האט געשריבן:וועמענס "שוואגער" איז דאס?...

.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 11:23 pm
דורך קאווע טרינקער
שװאגער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:וועמענס "שוואגער" איז דאס?...

.

יע, יע, הי סעד עי סבארא ממש געוואלדיג.. דע ראשעשיבע סעיד דעט איטס תורת עמעס... איי טאלד מיי סיסטער, שי וואס ריעלי העפפי טו הער...

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 11:32 pm
דורך שװאגער
פשט איז...........................

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 7:33 am
דורך קאווע טרינקער
אליצפן איז געווען א גרוש?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 11:23 am
דורך newkave
געטס אכטונג: די 'סנייפער' איז אינעם שטיבל!!

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 11:42 am
דורך לעמיל
שלום עליכם עוזר
גוטע ארבעט געמאכט יישר כח

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 4:43 pm
דורך לעמיל
וואס זאגט מען ווען מ'עסט עפעס שבת? לכבוד שבת קודש!
וועלכאם לכבוד שבת קודש

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:44 pm
דורך איך אויך
newkave האט געשריבן:געטס אכטונג: די 'סנייפער' איז אינעם שטיבל!!

קען זיין ער איז א איבעי סנייפער און נישט א שיסער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:28 am
דורך טאמבל סאס
שלום עליכם צום נייען מעמבער 'פידלער'
ער האט קוים 4 הודעות געשריבן. אבער ס'דערקענט זיך אז ער האט באהאלטענע כוחות אין זיך, און וועט נאך אסאך צוגעבן צום שטיבל.
מאך דיך היימיש און באקוועם.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:37 am
דורך טעפל
נעם דאס פידעל און הייב אהן שפילען דא!
סנייפער הייב אהן שיסען!
א.א.וו.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:37 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך באגריס פידלער פונעם דעכל.
איר זעט מיר אויס ווי א כלי מחזיק ברכה, נאר ביטע האלט אייך אויף אידיש.
איך קלער פון שרייבן נאך אן אשכול איבער א געוויסע קאטעגאריע פון פילמען, האפנטליך וועט איר דארט מיר קומען שטארק צו הילף.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:59 pm
דורך פידלער
יישר כח פאר די באגריסונגען. :D