בלאט 15 פון 213
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 9:44 pm
דורך שמעקעדיג
מנע מגיפה מנחלתיך איז ווייניגער וויכטיג ווי זכרנו בזכרון טוב לפניך?
נישט אין מיין עשירות דעת.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:15 am
דורך villager
שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט געענדיגט מנחה. אבינו מלכנו׳ס.
פארוואס זאגט מען נאר עטליכע שטיק פסוק ביי פסוק
געזעהן
פון מונקאטשער רב אז ער האקט טאקע אויף דעם מנהג ווייל עס מאכט אויסקוקן ווי וואס דער זוהר זאגט צווחין ככלבין הב הב, ער פרובירט צו פארענטפערן אז די מנהג שטאמט מסתמא פון עמי הארצים וואס פלעגן זיך טועה זיין אין די עשי"ת און זאגן
זכרינו בספר חיים טובים אזוי ווי אינמיטן יאר אנשטאט
כתבינו און דער עולם פלעגט אריינשרייען כתבינו און פון דעם איז געווארן דער מנהג, (אבער עס שטימט נישט ווייל מ'פאנגט שוין אן פון החזירנו) ער אליינס פירט אויס אז עס איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י זוהר הנ"ל און ביי אים איז געווען דער מנהג צו זאגן אלע אויף די זעלבע גאנג (אחוץ ביי נעילה וואס עס איז אן עת רצון).
און ענליך צו דעם האב איך היינט פראבירט צו מיישב זיין מיין אויבנדערמאנטע שאלה:
villager האט געשריבן:פארוואס אין די הייליגע טעג ביי חזרת הש"ץ זאגט נישט דער ציבור זכרינו לחיים און מי כמוך? וכתוב מיט בספר חיים זאגט מען יא,
ווייל אינמיטן די וואך פלעגט דער עולם אריינשרייען צום בעל תפלה דערמאנען ער זאל זאגן זכרינו, אבער יום טוב ביי חזרת הש"ץ האט דער חזן נישט פארגעסן ווייל ער האט זיך דאך צוגעגרייט א שטיקל אויף דעם, אבער אויף וכתוב איז שוין געווענליך נישטא קיין שטיקלעך האט מען דעמאלטס ווייטער ארייגעשריגן, און פון דעם איז געווארן דער מנהג, די פשט קוקט מיר אויס קרוב אל האמת און איך זאג קרוב ווייל אינגאנצן שטימט עס אויך נישט ווייל לויט דעם וואלט מען געדארפט היינט פארזאגן המלך הויעך, (אבער אפשר ווייל מ'קען נישט מפסיק זיין ביי אזא קורצע ברכה איז עס נישט געווארן א מנהג?)
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:25 pm
דורך ונבנתה העיר
וואס איז די סיבה פארוואס מען וועקט זיך אויף ביים הערן א רעש אינמיטן שלאפן?
במושכל ראשון דארף מען אודאי זאגן אז די עצם רעש וועקט, קולות זענען א סתירה צו דעם עצם מהות פון שלאף.
קלער איך אבער אז עס קען גאר זיין אז די סיבה איז נישט די עצם רעש נאר דער שינוי אינעם ביז איצטיגן מצב, דהיינו אז ביז יעצט איז שטיל געווען און פלוצלינג איז בטל געווארן די מצב פון שטילקייט.
וואס עס ברענגט מיר צו דעם איז דער מציאות אז א שטענדיגע רעש - למשל א גייענדיגער עירקאנדישן - שטערט נישט שלאפן, ואדרבה ביי אסאך העלפט עס גאר שלאפן.
ויש אתי מקום צו זאגן אז ווען דער רעש הערט זיך פלוצלינג אויף איז דאס גורם אז מען זאל זיך אויפוועקן, און עס דאכציך מיר אז דאס איז נישט נאר ביי אזא סאלידע רעש ווי עירקאנדישן, נאר אפילו ביי א טרעקטאר וואס ארבעט אינדרויסן.
איז וואס וועקט אויף ווען דער רעש ענדיגט זיך? ע"כ איז עס די שינוי.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:45 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס איז די סיבה פארוואס מען וועקט זיך אויף ביים הערן א רעש אינמיטן שלאפן?
במושכל ראשון דארף מען אודאי זאגן אז די עצם רעש וועקט, קולות זענען א סתירה צו דעם עצם מהות פון שלאף.
קלער איך אבער אז עס קען גאר זיין אז די סיבה איז נישט די עצם רעש נאר דער שינוי אינעם ביז איצטיגן מצב, דהיינו אז ביז יעצט איז שטיל געווען און פלוצלינג איז בטל געווארן די מצב פון שטילקייט.
וואס עס ברענגט מיר צו דעם איז דער מציאות אז א שטענדיגע רעש - למשל א גייענדיגער עירקאנדישן - שטערט נישט שלאפן, ואדרבה ביי אסאך העלפט עס גאר שלאפן.
ויש אתי מקום צו זאגן אז ווען דער רעש הערט זיך פלוצלינג אויף איז דאס גורם אז מען זאל זיך אויפוועקן, און עס דאכציך מיר אז דאס איז נישט נאר ביי אזא סאלידע רעש ווי עירקאנדישן, נאר אפילו ביי א טרעקטאר וואס ארבעט אינדרויסן.
איז וואס וועקט אויף ווען דער רעש ענדיגט זיך? ע"כ איז עס די שינוי.
אויב מיר חקר'ן שוין יא וואלט איך געזאגט אז ביי אן עיר קאנדישאן פארוואס מען שלאפט יא איין טראץ דעם רעש, איז ווייל ס'קיהלט. און פאר די זעלבע סיבה וועקט מען זיך אויף ווען ס'הערט אויף ארבעטן ווייל ס'ווערט א שינוי אין די אטמאספער און ס'איז שווער און אומאנגענעם צו אטעמען. עכ"פ אזוי איז ביי מיר. איבער טראקטארס וואס ארבעטן אום 2:00 פארטאגס, ווען איך גיי געוויינליך שלאפן ווייס איך נישט. ווייל אין מיין שכינות ארבעטן נישט די טראקטארס אין יענע שעות.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 5:51 pm
דורך ונבנתה העיר
berlbalaguleh האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס איז די סיבה פארוואס מען וועקט זיך אויף ביים הערן א רעש אינמיטן שלאפן?
במושכל ראשון דארף מען אודאי זאגן אז די עצם רעש וועקט, קולות זענען א סתירה צו דעם עצם מהות פון שלאף.
קלער איך אבער אז עס קען גאר זיין אז די סיבה איז נישט די עצם רעש נאר דער שינוי אינעם ביז איצטיגן מצב, דהיינו אז ביז יעצט איז שטיל געווען און פלוצלינג איז בטל געווארן די מצב פון שטילקייט.
וואס עס ברענגט מיר צו דעם איז דער מציאות אז א שטענדיגע רעש - למשל א גייענדיגער עירקאנדישן - שטערט נישט שלאפן, ואדרבה ביי אסאך העלפט עס גאר שלאפן.
ויש אתי מקום צו זאגן אז ווען דער רעש הערט זיך פלוצלינג אויף איז דאס גורם אז מען זאל זיך אויפוועקן, און עס דאכציך מיר אז דאס איז נישט נאר ביי אזא סאלידע רעש ווי עירקאנדישן, נאר אפילו ביי א טרעקטאר וואס ארבעט אינדרויסן.
איז וואס וועקט אויף ווען דער רעש ענדיגט זיך? ע"כ איז עס די שינוי.
אויב מיר חקר'ן שוין יא וואלט איך געזאגט אז ביי אן עיר קאנדישאן פארוואס מען שלאפט יא איין טראץ דעם רעש, איז ווייל ס'קיהלט. און פאר די זעלבע סיבה וועקט מען זיך אויף ווען ס'הערט אויף ארבעטן ווייל ס'ווערט א שינוי אין די אטמאספער און ס'איז שווער און אומאנגענעם צו אטעמען. עכ"פ אזוי איז ביי מיר.
מיר דאכציך אז מען וועקט זיך אויף באלד ווי עס הערט אויף ארבעטן.
איבער טראקטארס וואס ארבעטן אום 2:00 פארטאגס, ווען איך גיי געוויינליך שלאפן ווייס איך נישט. ווייל אין מיין שכינות ארבעטן נישט די טראקטארס אין יענע שעות.
כל ישראל בני מלכים... [בשעת הדחק איז מען זיך זיכער סומך אויף שיטת ר' שמעון...].
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:04 pm
דורך גוטזאגער
איך האב אמאל געליינט און א איינע פון די אידישע אויסגאבעס אז פאר די מלחמה איז געווען א יודישע פראפאסער וואס האט אויפגעמאכט זייער א גרינגע שפראך וואס האט ווייניג כללים כדי עס זאל ווערן א אינטערציאנאלע שפראך און די נאציס האבען קאנספערירט אז די אידען ווילען איינעמען די וועלט ( דאס וואס זיי האבען געוואלט טוהן..}י
ווייסט איינער פרטים? וויאזוי עס הייסט? איז דא מענטשען וואס נוצען היינט צו טאגס די שפראך? און אויב יא ווי קען מען זיך עס אויסלערנען
אז מען רעדט שוין פון שפראך האט יידיש א מעלה איבער א צווייטע שפראך? איז שייך אז א שפראך זאל זיין בעסער ווי א צווייטע שפראך אדער מען קוקט נאר וואס סאיז די מאמע לשון? און אויב איז איינער אויפגעוואקסען מיט ספאניש איז פאר אים דאס די בעסטע שפראך
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:48 am
דורך berlbalaguleh
גוטזאגער האט געשריבן:איך האב אמאל געליינט און א איינע פון די אידישע אויסגאבעס אז פאר די מלחמה איז געווען א יודישע פראפאסער וואס האט אויפגעמאכט זייער א גרינגע שפראך וואס האט ווייניג כללים כדי עס זאל ווערן א אינטערציאנאלע שפראך און די נאציס האבען קאנספערירט אז די אידען ווילען איינעמען די וועלט ( דאס וואס זיי האבען געוואלט טוהן..}י
ווייסט איינער פרטים? וויאזוי עס הייסט? איז דא מענטשען וואס נוצען היינט צו טאגס די שפראך? און אויב יא ווי קען מען זיך עס אויסלערנען
אז מען רעדט שוין פון שפראך האט יידיש א מעלה איבער א צווייטע שפראך? איז שייך אז א שפראך זאל זיין בעסער ווי א צווייטע שפראך אדער מען קוקט נאר וואס סאיז די מאמע לשון? און אויב איז איינער אויפגעוואקסען מיט ספאניש איז פאר אים דאס די בעסטע שפראך
די שפראך הייסט "עספעראנטא" Esperanto. דער מחבר פון די שפראך הייסט דר. זאמענהאף. ס'איז דא זייער ווייניג מענטשן וואס באנוצן זיך מיט די שפראך. זיין ציל איז געווען אז ס'זאל ווערן אן אינטערנאציאנלע שפראך. אבער היינט באנוצן זיך דערמיט נאר בערך 10,000 מענטשן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:30 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס איז אנטיוויריס פראגרעמס free?
איך פארשטיי אמאל געט מען עפעס בחינם כדי מ'זאל אפדעטען צי די באצאלטע פראדאקט. אבער רוב פריוואטע מענטשען איז די פרייע אנטיווייריס גוט. און אפדעטין קיינמאל נישט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:05 pm
דורך משה רוקח
רוב (היימישע) מענטשן וואס דו קענסט צאלן אויך נישט פאר מייקראסאפסט אפיס.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 6:22 pm
דורך נולד מאוחר
משה רוקח האט געשריבן:רוב (היימישע) מענטשן וואס דו קענסט צאלן אויך נישט פאר מייקראסאפסט אפיס.
דו מיינסט צי זאגן אז אין נארמאלע וועלט אפדעט מען צי די פעיד ווערשען אפי' די פרייע איז גענוג גוט?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 6:59 pm
דורך זר זהב
די LIGHT קדם גרעיפ דזשוס האט אין די אינגרידיענטס "וואסער", וויאזוי מעג מען אריינלייגן אזויפיל וואסער אין גרעיפ דזשוס און ס'זאל נאך זיין כשר ?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:57 pm
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:די LIGHT קדם גרעיפ דזשוס האט אין די אינגרידיענטס "וואסער", וויאזוי מעג מען אריינלייגן אזויפיל וואסער אין גרעיפ דזשוס און ס'זאל נאך זיין כשר ?
תורה מחשבה
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:04 pm
דורך געפילטע פיש
מ'מעג ע"פ שו"ע מישן ביז צוויי דריטל וואסער, אבער פאר די זעלבע פרייז קענסטו קויפן די רעגולער גרעיפ דזשוס און אליין מישן מיט וואסער.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:06 pm
דורך זר זהב
דאס וויל איך דאך טוהן! כאב אבער געהערט אז מ'טאר נישט צולייגן וואסער מער פון אפאר טראפן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:20 pm
דורך שמעקעדיג
דאס וואס דו האסט געהערט איז נישט אמת.
עס איז אמאל געווען אן ארטיקל דערוועגן אין דער איד.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:22 pm
דורך זר זהב
ישר כח יעדן, וועלעך יעצט וויסן אז מ'מעג יא.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:23 pm
דורך געפילטע פיש
ווי האסטו דאס געהערט? ס'איז א מדובר אין די אחרונים, די מחבר שרייבט אויף יין צמוקים אז איין חלק פון דריי דארף זיין וויין, און די רמ"א זאגט אויף דעם אז אפילו איין חלק אין זעקס איז גענוג. ס'איז א מדובר אויב די זעלבע גייט אן ביי וויין אויך, אדער נאר ביי יין צמוקים, אבער עכ"פ א דריטל וויין נעמט מען אן אז מ'איז יוצא אלע דעות און מ'קען רואיג מאכן קידוש, הבדלה, און ד' כוסות אויף דעם.
---
שמעקעדיג האקט, נא וואס שטייט דארט?
זר האקט, יישר.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:33 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז געוווען א אינטערוויו מיט איינעם פון קדם. ער האט אויסגעשמועסט לגבי דעם איינרעדעניש אז וויפיל וואסער מען מעג על פי הלכה האט שוין קדם צוגעלייגט, ממילא טאר מען נישט מוסיף זיין אפילו א טראפעלע.
זאגט ער דארט אז להד"מ, עס הייבט זיך נישט אן. עס איז הונדערט פראצענט גרעיפ דזשוס.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:11 pm
דורך משה רוקח
נולד מאוחר האט געשריבן:משה רוקח האט געשריבן:רוב (היימישע) מענטשן וואס דו קענסט צאלן אויך נישט פאר מייקראסאפסט אפיס.
דו מיינסט צי זאגן אז אין נארמאלע וועלט אפדעט מען צי די פעיד ווערשען אפי' די פרייע איז גענוג גוט?
בערך צוויי דריטל פון קאמפיוטער באניצער זענען מענטשן וואס ווייסן נאר וויאזוי צו קוקן אימעיל און אפטייפן עפעס אויף ווארד.
די מענטשן ווערן זייער נערוועז ווען דער בחינם'דיגער אנטי וויירוס שפרינגט אויף און זאגט אז דער קאמפיוטער איז נישט אינגאנצן סעקיורד קעגן וויירוסעס און זיי שפענדן גלייך די צוואנציג - דרייסיג דאללער צו קויפן די פולע ווערסיע.
אונז אידן וועלן נישט צאלן אפילו נאכדעם וואס דער קאמפיוטער האט געכאפט א געשמאקע וויירוס און נישט געארבעט פאר אפאר טעג.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 5:02 pm
דורך ידען
ערב יו״כ גיי איך יא אין מקוה. האבעך באמערקט ווי איינער שלעפט ארויס די שטאפער און טובלט זעך. איז עס מער ווי סתם א טבילה און מע ווערט הייליגער אדער סע נאר גוט פאר זיינע נערווען?
אה ער האט אויך ארויסגעשטעקט זיין פינגער און געפלאטשקעט און מסתם אנגעקומען צו די שי פעמים ק טבילות...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 8:40 pm
דורך געפילטע פיש
אויף אינגעריש הייסט עס אבסעסיוו קאמפאלסיוו דיסארדער, OCD אין קורצן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:22 pm
דורך זר זהב
פארוואס אדרעסירט ביבי נתניהו די יו ען אין די ענגלישע שפראך? פארוואס דארף ער אריין שפילן אין די הענט פון די אנטיסעמיטן וואס טענה'ן אז איזרעאל איז אמעריקע'ס 51'סטע סטעיט? (אין
אבאמא'ס קעיס, 59'סטע סטעיט)
פארטרעט ער א לאנד אן א שפראך? ס'מאכט עפעס נישט קיין גוטן רושם, ער זאל מיר אנטשולדיגן!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:31 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס האט זר זהב די דאגות?
אלעס ביז אהער איז שוין מסודר ב"ה?.....