בלאט 15 פון 21
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:22 am
דורך רויטע וואנצעס
די גבאים קענען מיר מסביר זיין פאר א גוט יאר, פארוואס דער אשכול איז נאך נישט אין צימעס?? דער אשכול איז אנגעפיקעוועט מיט אלע מיני לשון הרע און רכילות.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 2:06 pm
דורך קאווע טרינקער
אנגעהויבן די וואך וועלן מילקשעיקער חסידים מאכן early שבת.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:54 pm
דורך שמעקעדיג
עס גייט ארום א שמועה אז עפעס מיסטעריעז האט פאסירט מיטן רבי'נס תורה שרייבער, וועלכער איז לעצטנס פארשוואונדן פון די ארענע. דער עולם איז באזארגט, בפרט דער רבי אליינס, וואס בכל צרתם לו צר, עמו אנכי בצרה, דרייעט זיך ארום אנגעצויגן מיט א פארקנייטשטן שטערן און גאר ערנסטע געזיכט, עס שפירט זיך ווי אין אלול. דער רבי האט זיך געאייסערט אז ווילאנג דער שרייבער איז נישט צוריק שלם בגופו וממונו בגשם וברוח, וועט ער זיך מונע זיין פון זאגן ד"ת לבטלה, וויבאלד עס ווערט נישט אראפגעשריבן.
עס קומען פאר יעדן פארטאגס מניני תהלים אין ווייבער שול, ווי דער עולם ווארט אויף די קאווע טרינקערס בלע"ז בעגלא ובזמן קריב.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:58 pm
דורך petergrifin
שמעקעדיג האט געשריבן:
עס קומען פאר יעדן פארטאגס מניני תהלים אין ווייבער שול, ווי דער עולם ווארט אויף די קאווע טרינקערס בלע"ז בעגלא ובזמן קריב.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות!
@berlbalaguleh גײ פיק עם אויף פליז!!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:26 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 11:50 pm
דורך קאווע טרינקער
פריער ביים אור החיים הק' שיעור האט זיך רבינו שליט"א שטארק מתמרמר געווען אויף א געוויסע אדמו"ר וואס נעמט מיט בחורים אויף א נסיעה קיין ארץ ישראל.
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:12 am
דורך שמעון וואלף
אז מ'רעדט שוין, וואס האלט רבינו בנוגע די לעצטע סומאטוכע איבער מענער וואס שטיפן בעבי קעריזשעס?
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:32 am
דורך קאווע טרינקער
ביסט נישט געווען ביים דינער? רבינו שליטא האט קלאר געזאגט אז דרייווען קערידזעס איז פאר פרויען און דריייוען קארס איז פאר מענער, ואסור להחליף..!
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:55 am
דורך [NAMELESS]
מאכסט מיר טראכטן פארוואס טרעפט מען ביי די בנשקעס (וויאזוי איז די מנהג אין קה''ק מילקקעיק?) אז די מענער זענען מחמיר נישט צי דרייווען קארס אבער די פרויען דרייווען יא קערידזעס
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 10:08 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:ביסט נישט געווען ביים דינער? רבינו שליטא האט קלאר געזאגט אז דרייווען קערידזעס איז פאר פרויען און דריייוען קארס איז פאר מענער, ואסור להחליף..!
איז ביי די דינער געאנערט געווארען מילקשעיקע חסידים אדער אנדערע? איז אוך געווען אינווטעישאן און ענגליש? איז געווען א כינוס התלמידים? איז געווען א גרעסערע זאל ווי פאריאר אדער קלענער?
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=33&t=5838&start=175
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 10:25 pm
דורך קאווע טרינקער
ממש יעצט נאך מעריב, ביים סופער-לחיים האט רבינו שליט"א זיך גאר שטארק מתמרמר געווען איבער די פייערדיגע מחלוקה אינערהאלב די פאנאוויטשע ישיבה. רבינו שליט"א האט בתוך דבריו מרמז געווען אז דאס זענען די תוצאות פון לערנען תורה נישט בקדושה, כידוע גייען די ליטוואקען נישט אין מקוה טעגליך, און לאזן זיך וואקסען בלורית רח"ל (מענערישע ביי האר ה"י), און בכלל איז קדושה, ספעציעל אין שובבי"ם, נישט קיין עסק ביי זיי. ומה יעשה הבחור שלא יחטא?
רבינו שליט"א האט באלד תופס מחשבה געווען, און זיך אויסגעדרייט צו הרבני ר' משה וואס איז דאהי אלץ גאסט פון טעקסעס, און זיך אנגערופען: איי סאטאמר, חב"ד, קלויזענבורג, באבוב, פאפא, וויזניץ, קראסנא, תולדות אהרן, עדה החרדית, בעלזא, טאהש, ספינקא וכו'? - נו, דארט איז עפעס אנדערש.
והדברים נשגבים.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 11:08 pm
דורך קאווע טרינקער
רבינו שליט"א דרש כמין חמור על המדרש התקבצו מאכלים זה בזה.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:38 am
דורך קאווע טרינקער
די רבי שליט"א איז געפערלעך אנגעצויגען. עפעס מורמעלט ער זיך אונטער: מחה תמחה, מ'דארף מעקן די מעקערס. ואין אתנו יודע עד כי יבוא שילה.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:59 am
דורך געוואלדיג
וואס עפעס ואין אתנו יודע א וודאי יודע נאר ווער עס ווייסט זאגט נישט...
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 2:04 pm
דורך קאווע טרינקער
רבינו שליט"א יצא זה עתה מחדרו בפנים צהלות, ואמר "שווערע קוויטל... אבער ב"ה..."
והדברים נשגבים.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 2:55 am
דורך [NAMELESS]
א קורצע באריכט מבית חיינו חצר הקודש מילק שייעק
היינט איז רבינו הקוה"ט ארויס צו שעפען מים שלנו ,חגור בפעלצו ומקל הסב"ק מז'עלופלקינד זי"ע בידו בעת די ריקודין אין הויף, אין וי מנהגינו איז צו היטן די מים אחרונים פון הושע"ר ביז פסח צוליב דער טעם וואס בחג נידונים על המים איז מען נועץ תחילתן בסופן גשם וטל, אין צו מים שלנו גיסט מען צו שיירי מצווה פון די נעגל וואסער אין זאלץ וואסער אין אזוי אויך אביסל וואסער פון בית הכבוד צוליב וואס כבוד איז חמץ כידוע אין מצה איז ענווה
מורינו הרב השעיר האט מחדש געוועהן דאס יאר אין געברענגט וואסער פון תשליך וואס ער האט גיהאלטען בסוד לקיים את אגרת הפרים אין מבטל זיין די חמץ אין עבירות אפילו במשהו אין רבינו שליט"א האט שטארק הנאה געהאט
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:07 pm
דורך יואב
אין מילקשייק האט מען מקובל במסורה צו לייגן סופאזעטאריס ערב פסח כדי פטור צו ווערן פון די פסולת גורן וקטניות צו וואס זיי האבן געגעבן געבורט נאך מלפני החג, אזוי זאל מען חלילה ברויכן מוציא זיין אפפאל וואס האט זיך געשאפן פון ריין חמצ'דיגע אכילה נאך אריינגעריקט דריי מינוט בעפאר סוף זמן אכילת חמץ. נאך א טעם איז צוליב ביעור ביעור, שטייט דא ביעור, שטייט כאשר יבער הגלל עד תמו ואכמ"ל דצ"ך עד"ש.
זינט מ'האט זיך אבער דערוואוסט אז די חברה שמירן די סופאזעטאריס מיט געבראקטע חזיר פעטענס, האבן זיך חסידים ואנשי מעשה געלאזט שניידן דעם גוף, און אזוי מוציא געווען דעם שאור שבעיסה דורך אידן יראים ושלמים, רחיים של יד, שמורה משעת קצורה. איי ווער קען דען זאגן דעם דריטן טאג פסח אז ס'איז נישטא קיין זכר פון דער ערב פסח פרעסעריי; נו, אויף דעם האט דאך דער אלטער מילקשייקער געזאגט "מ'ברויך טון, נישט אויפטון".
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:04 pm
דורך [NAMELESS]
לאור די תשובה להלכה פון אחד מגדולי הפוסקים שבדורינו מורינו הרב @יאיר פארגאנגענע ערב פסח תשע"ד העל"ט בעניין שריפת הלולבים אין דן שריפת חמץ וואב איז געשיקט געווארען לקק יאשטפלוק המפוארה, האט דאס יאר רבינו הקוה"ט ממילקשייעק אנגענומען דעם פסק הלכה אין משנה געוווהן ממנהג אבותיו הקדושים אין נישט אריינגעווארפען אין פייער נאר נעכטען ביי די טחינת החיטים, פאר'ן גיין צו מים שלנו האט רבינו שליט"א געזאגט אז היות עס שטייט דאך אז מקען יוצא זיין ביעור חמץ מיט מפרר וזורה לרוח האט ער אריינגעלייגט אין גי רחיים של יד אויך די לולב וואס איז אגב געבליגען גרין ( ודלא כהיש אומרים ושמו @ברעסלעבער אז עס מיז זיין דווקא שווארץ,) אין אזוי צוזאם געמאלען די חמצדיגע לולב מיט די ווייץ אויף די מצות אין מקיים געוועהן דעם תשביתו מיט'ן דין פון מפרר וזורה אין אויך יוצא געוועהן יאיר'ס פסק הלכה
מורינו הרב השעיר שליט"א האט צוגעלייגט דעם צאמשטעל פון ט"ו ט"ו מחג הסוכות אז עס איז א היכי תימצי צו עסן מצות וואס איז אויסגעמישט מיט'ן לולב פון סוכות
אגב, די האלץ אין די מילקשעייקער מצה בעקרי איז וי אלע יאר'ן פון די האלץ פון די סוכה טאקע מהאי טעמא וכמנהג רבותינו הקדושים מקדמת דנא
נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 10:05 pm
דורך [NAMELESS]
רבינו שליט"א האט ארומגרעגט אין שלעשידעס'תורא אז עס איז א עניין גדול זיך צו האנדלען א ניק אויף קאווע שטיבל אין אז די אלע שמועות וואס לויטערען אז מ'טשעפעט דארט מיט ערליכע אידן איז פאלש, אין אזוי אויך די שרעקליכע שמועה וואס איז צושפרייט געווארען ממש ביים זמן כניסת השבת כאילו אז קאווע שטיבל איז נחומ'ס, איז בשקר יסודו.
'הייבט זיך נישט אן' האט רבינו שליט"א ארוסגעשריגען מנהמת ליבו הטהור.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 1:43 am
דורך רויטע וואנצעס
[center]הלכות ומנהגי ימי הספירה לבית מילקשעיק
איבערגעטיישט אין א לייכטע אידיש פאר עמי הארצים[/center]
א. די רבי איז מקפיד צו זאגן ברכת אילנות ביי א קראצמעך בוים. עלטערע חסידים געבן אן אז די סיבה איז וויבאלד אינדערהיים איז נאר געווען קראצמעך ביימער אין געגענט, ממילא פירט מען זיך אזוי אלס מסורה.
ב. אין די ימי הספירה איז מען מקיל אז מען מעג ארויסשלעפן די האר פון די נאז מיט א שינוי.
ג. מוזיק איז מותר נאר ווען געזינגען דורך א פרוי, משום אין איסור חל על איסור.
ד. ל"ג בעומר פלעגט אדמו"ר אמצעי ניצן א גיד הנשה אלץ די שטריק אין די בויגן. ומי יבא בסוד קדושים.
ה. פסח שני איז די מנהג אין מילקשעיק צו עסן מצה געשמירט מיט אווקאדא. די מנהג נעמט זיך פון דעם אז מילקשעיק איז געווען זייער שווער צו באקומען פוטער.
ו. אין שלשת ימי הגבלה פירט מען זיך צו פאסטן, אז ס'זאל זיין גענוג פלאץ פאר טשיז קעיק, קרעפלעך און אוודאי מילקשעיק.
ז. אין די ימי הספירה פירט מען זיך צו ציילן יעדן טאג אן א ברכה, כדי נישט צו פארשעמען רבינו שליט"א וואס דאווענט פאר די עמוד כמנהג אבותיו הק'.
נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 8:48 am
דורך קאווע טרינקער
צוליב די אומפאפולערקייט לעצטענס אין חצר הקודש, האט מען געהייערט א PR קאמפעני, להרים קרן התורה והחסידות כימי עולם וכנשים קדמוניות.
אגב, די נאכט איז רבינו שליט"א צוגעפארן - אין באגלייטונג פון די שיעור ד' בחורים - צום נענסטע נייט קלוב, לזכר המנהג עתיק חמשה עשר באב וכו'
נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 9:08 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 9:11 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:צוליב די אומפאפולערקייט לעצטענס אין חצר הקודש, האט מען געהייערט א PR קאמפעני, להרים קרן התורה והחסידות כימי עולם וכנשים קדמוניות.
אגב, די נאכט איז רבינו שליט"א צוגעפארן - אין באגלייטונג פון די שיעור ד' בחורים - צום נענסטע נייט קלוב, לזכר המנהג עתיק חמשה עשר באב וכו'
עזריאל האט געשריבן:רבינו שליט״א איז אין עסטרייך יעצט אויף דאטשע, די פארגאנגענע וואך האט רבינו שליטא געוויילטן אין די שווייצע בערג.
מ׳שאצט אז די וויקאציע גייט קאסטן פון צוויי הונדערט אלפים און ארויף, מ׳דארף נעמען און באטראכט אז רבינו שליטא קען נישט פארן אליין, מ׳ברויך מיט נעמען גבאים ומשמשים קעכער׳ס קינדער און רונדער, ווי אויך דארף הרבנית מיט נעמען אירע משמשות אין ביקור חולים לעדיס.
פון עסטרייך קומט רבינו שליטא קיין נוא יארק אויפטרייבן סכומים הגונים פאר מוסדותינו הק׳, ס׳איז צום האפן אז דער עולם וועט זיך אנרופן ווארם.
האיך יתקיימו שניהם אויף איין מאל? נאר מוז זיין אז מען רעדט דא פון צוויי ברודער׳ס....