בלאט 15 פון 22

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:48 am
דורך מוח שליט
יאיר האט געשריבן:אויב דו וועסט נישט האבן קיין פגרים, וועמען וועסטו מחיה מתים זיין?

דאס זאג איך דאך, זיי זיי מחיה מתים

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 10:34 am
דורך קאווע טרינקער
מ'דארף פארשפארן דעם אשכול, עס גלאפירט צו שנעל, כ'דארף רווח להתבונן.
איך בעט די אריות שבחבורה צו מאכן א סך הכל, א חזרה, און נאכדעם ממשיך זיין.

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 9:07 pm
דורך boxcover
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]און יעצט Let us take a break, לאמיר זיך אריינלייגען אין עולם הדמיון:

הנני מגלה דעת, שאין כוונתי חלילה לליצנות על גדולי ישראל חלילה וחס. אבל עת לעשות לה' הפרו תורתיך. מנסה אני בזאת להסביר בדרך משל דרכי רבותינו באופן פרשנותם את פסוקי התנ"ך, אשר לפעמים נראים כדוחק וכבלתי מוכרח. משתמש אני בתולדות ימי קהילת סאטמאר, כיון שהם ומעשיהם מפורסמים לכל. אם אתה, קורא יקר, משתייך לקהילת סאטמאר ב', ומידתך נוח לכעוס וקשה לרצות, אציע את מעלתך לשתות קפה באשכול אחר.

Ready?

אין יאר ה'תש-"-, איז אפיר געקומען קיין ברוקלין א נביא השם, פון ארץ ישראל פאשטייט זיך. רבנים דאהי האבן באשטעטיגט אז יא, דער איז אן עכטער נביא, אע"פ ער איז מאחב"י הספרדים, צו בחירות איז ער קיינמאל נישט געגאנגען, ער האט איין עלטער-פעטער וואס איז געווען פון די מקורבים, וכו' וכו'. ער איז כשר. און דער נביא קומט מיט א קליינעscroll געשריבן אין אשורית, מיט די נאמען "ספר יואל ב'" – דארט שרייבט דער נביא בשם ה', אין צוויי קורצע קאפיטלעך, די בראשית יארן פון אמעריקא! אמת'ע מעשה.
אינעם באשטימטען צייט און פלאץ, ערשיינט דער נביא בפני קהל ועדה, און ער ליינט פאָר ספר יואל ב' מילה במילה! – איבער דעם מצב אין שוהל בשעת מעשה וועל איך נישט מאריך זיין, ס'איז געווען טישען אויף בענק, פון ווייבער שוהל האט מען געהערט בכיות פון התרגשות, עלטערע אידן זענען געווען שאקירט, אינגע האבן גע'חלש'ט, בקיצור, ס'איז געווען א מעמד נורא ואיום.
איך וועל נאר מצטט זיין נאר די ערשטע 20 פסוקים פון דעם ספר, וואס זענען נוגע לעניננו, און די דרשות חז"ל אויף דעם.
א. וַיְהִי דְבַר ה' אֶל יֹואֵל בְּצֵל תּוֹמֵר בְּאֶרֶץ אֶדוֹם:
ב. אֶת עַמִּי יִשֹרָאֵל לֹא כִּלִיתִי, וְאֶת בְּרִיתִי זָכַרְתִּי:
ג. וְאֶעֶשֶֹה אוֹתְךָ לְגוֹי גָדוֹל וְעָצוּם, בְּאֶרֶץ חַדָשָּׁה לֹא זְרוּעָה:
ד. כֹּה (כא כתיב) אָמַר ה', אַל תִּירָא וְאַל תֵּחָת (תחש כתיב), אָנֹכִי אֶהיֶה עִמְּךָ:
ה. וַיְהִי יוֹאֵל מֶלֶך בְּיִשְֹרָאֵל, עַל פִּיו יֵצְאוּ וְעַל פִּיו יָבוֹא לַמִלְחָמָה:
ו. עוֹבְרֵי דֶרֶך אֶצְלָם יֹאכְלוּ, אֶבְיוֹנִים וְדַלִּים שָּׁם יִתְּמְכוּ, ורב טוב עשה בישראל:
ז. ויוכיח יואל את אַגֻדַּת יִשְֹרָאֵל, ויאמר להם אל תפנו אל עובדי אלילים ובמשכנותיהם לא תשבו:
ח. ויקרא ליוסף האשכנזי לאמר, האספו לי עבדי, נתן יוסף עזריאל:
ט. ויקם ממטתו ויאמר להם, תש כחי והנני הולך בדרך כל הארץ:
י. ואתם מצאו חן בעיני, זכרו תורת משה, ולא תשקרו בשמי לשקר: ס
יא. אחרי הדברים האלה, ויאסף יואל אל עמיו אל ישראל הכואבים:
יב. ויצעק משה בן אחי יואל אל ה', שלח נא ביד תשלח:
יג. וירבו הרוצחים בישראל, ולא חמו על דל והאלמנה:
יד. ויצעק משה אל ה', נקום נא את דמי הנשפך:
טו. ויאמר ה' אל משה, הנה אנכי עמך, ושונאך בבור אשים: ס
טז. ויהי כי זקן משה ויקרא לבניו לאמר, בני בכורי אהרן:
יז. והסריסים אשר על לחמו אמרו, אין למלך אם טוב ואם רע:
יח. והאיש משה הולך וגדול, ממימיו שתו ומלחמו אכלו:
יט. ומשק ביתו הוא אליעזר, צוה על הצעיר אדרת שער:
כ. ויהי בחודש האביב, ויחלף כוס הבכור לפני הצעיר.


(sorry פארן נישט צוענדיגען די ניקוד. מיינע אויגן קלעבן שוין)

100 יאר נאך די גילוי פון דעם כתב-יד דורך דער ספרדישער נביא, איז ערשינען א פירוש רש"י מלוקט פון מפרשים וואס געדענקען און האבן במסורה די היסטוריה פון די בראשית יארן.

(א) בצל תומר. אמר רבי יצחק, וכי יש תמרים באינטרלאנד, והלא לולבים ממצרים הביאו. אלא לרמז על שמו, וזכות אבותיו, וזה שאמר הכתוב, בצל תומר, בזכות אבותיו למשפחת התמרים. – בארץ אדום. וכי בארץ אדם היה והלא באירופא היה, אלא ארץ שכולו דמים על ידי גרמניא הרשעה ששפכו דם ישראל בכל ארצם, ועתיד הקב"ה לעשות נקמה בגוים.
(ב) את עמי ישראל. לאמר לו, אע"פ שעתיד אתה להוכיח את ישראל, מכל מקום בני הם והליץ בעדם זכות ויושר, כדי לקיים את בריתי שהבטחתי לאבותם אברהם יצחק ויעקב.
(ג) גדול ועצום. לרבות שבטי סאטמאר שעתידים להיקרא על שמו, בני יואל, אהרונים וזלונים שאפראן ועוד. – בארץ חדשה. וכי חדשה היה, והלא כבר היו שם תורה ודעת. אלא לומר לך, תורה ודעת היה אבל תורה ויראה לא היה עד שבא יואל והחזירם למוטב. דבר אחר, גוי אחת גדול שתים ועצום ארבע, לרמז לו על ארבעה בנינים גדולים מעל גשר וואשינגטאן בלע"ז שתחת יד תלמידו.
(ד) כה. כא כתיב לרמז על יום כ"א כסלו, יום הצלתו. – אל תחת, תחש כתיב לרמז על שנת תש"ח, והזהירו הקב"ה שלא ירא מפני העם שיעמדו נגדו, והבטיחו הקב"ה שלא יעזבנו.
(ה) מלך בישראל. והלא באותה תקופה לא היתה יד ישראל תקופה. אלא לומר לך כמלך, מה מלך משרתים רצים לפניו אף כאן וכו', מה מלך אין מלך בלא עם, אף כאן וכו', כמו ששנינו במושיען של ישראל. למלחמה. – והלא לא היו להם כלי זיין, אלא על מלחמתו של תורה ואמונה. ומאי יצאו ויבוא, אחד למאנהעטן ואחד לוואשינגטאן.
(ו) עוברי דרך. דרש רבי נחמן, למה כתב מדת החסד בין שני תוכחות (למלחמה בפסוק ה, ויוכיח בפסוק ו) ללמדך צדקתו של אותו צדיק, שאע"פ שלא חס על כבודו והוכיח בשער, הרבה לעשות עמהם חסד וצדקה. והיינו דאמר קרא עוברי דרך, אע"פ שלא הלכו בדרך הישר. – אצלם. אצלו אין כתיב כאן אלא אצלם, הוא ואשתו, ששניהם שקולים במצות צדקה. – יתמכו. יתמוכו אין כתיב כאן אלא יתמכו. לשון הפעיל, שהפעיל על אחרים לתת צדקה. – ורב טוב. אמר רבי ליפא, רמז על הצלת יהודי פרס.
(ז) עובדי אלילים. כאן קורא להם אלילים, ולמעלה כתיב אגדת ישראל, אלא ודאי ישראל היו, אלא ללמדך ששוה בחירות במדינה כעובד אליל. וכל כך למה, מפני שתומכין בתי תיפלתם מעלה עליהם הכתוב כאילו תמך בם. – ובמשכונתיהם, לשון רבים, הן משכן התחתון והן משכן העליון, קאליציע בלע"ז.
(ח) האשכנזי. וכי אחרים ספרדים היו, אלא כך שמו. – עבדי, וכי לא יודעים שנתן יוסף ועזריאל עבדיו היו, אלא לרבות אלו שני העבדים, לייבוש סענדר. - נתן יוסף עזריאל. אמר רבי זלמן, כך מקובלני, נתן יוסף ועזריאל שני אנשים היו, נתן יוסף תופס ישיבה, ועזריאל משרת. והקדים נתן יוסף לעזריאל, מפני כבוד התורה.
(ט) תש כחי – אמרו רבותינו, אותה שנה תשכ"ח היה.
(י) תורת משה – יש מרבותינו אמרו, זה משה בן דודו, ואמר להם שהוא יכהן אחריו. ויש אומרים כי על ספרו מסר להם, שלא ישכחו את תורתו שבכתב. – ולא תשקרו בשמי. וכי חשד בהם חלילה, והלא מצאו חן בעיני, אלא צפה ברוח קדשו שעתידים ישראל לשקר בשמו ולזה הזהירם כי יעמדו בפרץ ויתנו יד למשקרים.
ולמה פרשה זו חלוקה בס', לומר לך כי מעת ההוא עד יומו האחרון, נסתמו לבן של ישראל, ולא באו אל אוהל מועד כבראשונה.
(יא) אל עמיו אל ישראל – וכי עמיו לא בכלל ישראל הם, אמר רבי פפא, לרבות ישראל שלא מעמיו. באותו היום הודו כולם כי לשם שמים נתכוון אותו צדיק ובאו לחלוק לו כבוד האחרון. – הכואבים. רמז על יום פטירתו, כ"ו לחודש אב.
(יב) ביד תשלח – אמר משה לה', לא עלי להנהיג את ישראל כי אם ביד בני אהרן. צעיר הוא, ואנכי אחזיק את הכסא עד כי יגדל. וזה הרמז נא-ביד, נוטריקן: נהיגת דודי ימלא בני אהרן.
(יג) הרוצחים – וכי סלקא דעתך רוצחים ממש היו, אלא לומר לך שהשרים בבית המלכות נטלו את משרתם של מרביצי תורה בישיבה ונתנוהו לקרובים שלהם, ועי"ז סבלו הראשונים חרפת רעב, ועני נחשב למת. אמר רבי נתן, וכולם נענשו.
(יד) את דמי. את לרבות דמי בניו.
(טו) בבור אשים, זו משפחה חשובה בישראל, שהרבו במחלוקת, וסופם שנתפסו על ידי המלכות.
(טז) בני בכורי אהרן – התחיל לומר להם דברי צוואה, והופסק על ידי סריסיו. וזה המשך הכתוב, והסריסים וגו'. –
(יז) אשר על לחמו. לחמו ממש, כי כל הונו ורכושו גזלו ונתנוהו על שמם. אין למלך אם טוב ואם רע, כלומר, אין המלך ראוי לומר טוב, מפני הזקנה והשכחה. ואם רע, ויו המחלק, כי דברים רעים כן אמרו בשם המלך.
(יח) והאיש משה, זו משה גבאי. - ממימיו שתו וגו', אמר רבי יהודאי בן בלאטאי, וכי פזר נתן לאביונים, אלא לרמז על כתביו ועיתוניו, וכל העם קוראים אותו עד שהתחילו להאמין בהם.
(יט) אליעזר. זה אליעזר עץ-ערמון, שהטיל מלאי בכיסו של משה גבאי. – צוה על הצעיר, זה זלמן לייב. – אדרת שער, לבוש מלכות.
(כ) חודש האביב. פסח היה. – כוס הבכור, זו כוס של קידוש. ומפני כבודו של אותו צדיק שנכשל בברכה לבטלה, שינה הכתוב. – לפני הצעיר, מתוך שלא מחה מעלה עליו הכתוב על שמו.

200 יאר נאך דעם וואס דער פירוש איז געווען מקובל אין כלל ישראל, זענען אפיר געקומען מבקרי המקרא:

האט איר באמערקט וויאזוי יעדע דרש איז עפעס אזוי אריינגעקוועטש אין דער פסוק אזוי בדוחק? פארוואס זאל "גוי גדול עצום" מיינען די 4 גרויסע בנינים, העכער די דז'ארדז' וואשינגטען בריק וואס געהערט פאר מענדל שווימער?
אפשר "אצלם" איז א טעות, און ס'דארף עכט שטיין "אצלו"? פון וואו נעמט רש"י אז די רביצין איז געווען א בעלת חסד?
מהיכי תיתי אז "רוצחים" מיינט נישט רוצחים כפשוטו? אלץ קומען חז"ל און פארדרייען די פשט, כדי ס'זאל אויסקוקען אביסעל בעסער!
מ'קען יעדע רש"י דא צולייגן און אפרעגען. Big deal, שטייט עבדי נתן יוסף עזריאל. וואס איז שלעכט צו זאגן אז "עבדי" גייט ארויף אויף די צוויי וואס ווערן אויסגערעכנט גלייך דערנאך אין פסוק. מהיכי תיתי אז לייבוש און סענדער, וואס ווערן קיינמאל נישט דערמאנט אין גאנץ ספר יואל, זענען געווען צווישען די גערופענע?
ווער זאגט אז משה גבאי האט נישט געטיילט צדקה, אז דער פסוק מוז ווערן פארדרייט דורך רבי יהודא"י אז דאס איז א רמז אויף א צייטונג מיט די נאמען "דער איד". – אזא קרומע פשט!
און אזוי ביז די לעצטע פסוק, פון וואו ווייסט רש"י אז חודש האביב מיינט דער סדר נאכט?

איך וויל צוריק גיין צו פסוק ו', רש"י זאגט דארט: רב טוב. רמז על הצלת יהודי פרס. – כולו מקשה. זייט ווען האט דער נביא זיך באשפעטיג מיט דעם? ועוד, לויט א פרישע מחקר פון University of Old Williamsburg איז נישט דא קיין איין משפחה אין סאטמאר וואס ציעט יחוס קיין פרס! ע"כ איז זייער שווער צו זאגן אז דער "דרש" איז ריכטיג. – אבער דער מהרש"א אויפן פלאץ איז שיין מסביר: דער ר' ליפא איז דער זעלבער וואס איז געווען א גבאי, ווי מ'זעהט שוין אויף אן אנדערע פלאץ, ער האט מאריך ימים געווען, און ער האט עדות געזאגט אז אין די תקופה וואס איז געווען שווער פאר די אידן אין איראן, האט דער נביא יואל מייסד געווען א מוסד מיט דער נאמען "רב טוב", וואס האט זיך אפגעגעבן מיט הילף וואס פעלט אויס ארויסצוברענגען פליטים פון דארט קיין וויען וכו'.

דער צל"ח השני (ציון לנפש חיה – ר"ת ח'יים י'הושע ה'לברשטאם איידעם פון ר' משה ט"ב) ברענגט צו וואס ער האט געהערט פון אן אלטע גאלאנטע אייניקעל וואס געדענקט אז זיין זיידע דער גאלאנטע רב איז געווען פון די רבנים אין "רב טוב" – חכם יצחק אבטיל אין "מאמר צל"ח המזויף" פרעגט דאס אפ בכל תוקף, ער ווייזט אויף אז גאלאנטע רב איז אוועק ביים צווייטען וועלט קריג! און די פראבלעמען פאר די איראנ'ע אידן האט זיך ערשט אנגעהויבן אין די מיטעלע ת"ש יארן, וכו' וכו', מתוך כך קומט ער צו צו דער מסקנא אז א תלמיד טועה האט געשריבן דעם ספר צל"ח השני מהחל ועד כלה אין דאס תולה געווען באילן גדול. שלמה קורמאן אין מאמר "כשהלברשטאם נעשה טייטלבוים" קומט צו צו דער זעלבער מסקנה אבער פון אן אנדערע נקודה, לדעתו, איז הרב הלברשטם געווען א באבוב'ער און אין דעם גאנצען ספר ווערט קיינמאל נישט דערמאנט רביה"ק מבאבוב, נאר רביה"ק מסאטמאר, וכו'. ע"כ איז א הכרח אז רב הלברשטאם האט נישט געשריבן דעם חיבור בכלל.

אויף די ווארט "הכואבים" זאגט רש"י, רמז על יום פטירתו, כ"ו לחודש אב. פראפעסער מייק לערנער וועט שרייען חי וקים, אז ס'איז קיין שום ראיה פון דעם פסוק, צוליב דעם וואס די לשון איז נאר א מליצה, גענומען פון פרשת שכם בן חמור. – דא האט זיך שוין ארייגעמישט א גרויסע שטערן בעולם הkiruv, און מיט די כוח פון "סיני" וועט ער אפפרעגן דעם "עוקר הרים". ער האט געטראפן אן אינטערוויאו אויף קול מבשר (די ערשטע אידישע ראדיא סטעשיען אין אמעריקא) וואס דארט הערט מען קלאר אז די פטירה פון נביא איז געווען ביום כ"ו אב.
אויך זעהט מען בחוש, טענה'ט פראפעסער מייק לערנער, אז דער נביא האט מורא געהאט פון די ליטאים (און וועגן דעם האט ער נישט געשטיפט צו מאכן אן עירוב אין ברוקלין) און דערפאר האט ער מוכיח געווען די חסידים, אגודת ישראל, און נישט די ליטאים פון דגל התורה. ערשט אין די תקופת פון נביא משה, ווען סאטמאר איז שוין געווען גרויס און שטראק, זעהט מען לראשונה רמזים פון הוכחה א קעגן די ליטאים אויך. – וועט קומען צו גיין איינע פון די אלטע סאטמארע אמוראים און זאגן: שעפלע, אין די צייטען פון נביא יואל איז נאך נישט געווען א פארטיי "דגל התורה". – ווען קומען אן אויפגעקלערטע בעלזא'ער און זאגן: דע סאטמארע וועלן אויסדרייען פסוקים רעכטס און לינקס, אבי ס'זאל שטימען.
--
איך פאָר אוועק פון די מכוון. ס'איז 3 אזייגער, איך פאל שוין צוזאם. - איך וויל צוקומען צו איין זאך. די אלע רמזים פון רש"י דא זענען אמת ויציב. איך האב געשריבן די אלע פסוקים מיט די דרש אין קאפ בשעת מעשה. אז כ'האב געזעהן אז א פסוק האט נישט קיין דרש'לע, האב איך געטוישט דער פסוק, צוגעלייגט א "את", ארויפגערוקט און אראפגערוקט. ס'איז נישט שייך צו זאגן אז די דרשות האט רש"י, אדער די מדרש פון וואו רש"י איז מצטט, איז אבי גערעדט. ווייל איך, קאווע טרינקער האט געשריבן ביידע, סיי די מדרש און סיי די פסוק, אין די זעלבע שעה.
אז איינער וויל זיך עשק'נען אין זאגן אז די נבואה צו נביא איז געווען אונטער א תמר בוים ממש, כל הכבוד, געזונטערהייט, ס'טוישט נישט היסטוריה. אבער אמת איז דאס נישט. נישט דאס האב איך געמיינט מיט "בצל תומר".

להבדיל מיליון הבדלות.

חכמינו זכרונם לברכה האבן געהאט מקובל די מעשה מיט די פרטי הסיפור, אסאך מער מפורש ווי ס'געשריבן אין תנ"ך. במשך זייער תקופה האט יעדע בעל דרשן געטראפן אין די פסוק א רמז (א רמז מיינט אנצוצייכענען) און א זכר אינעם פסוק צו יענע-און-יענע פרט פון די לאנגע מעשה.
---
איך בין אויסגעשעפט, איך זעה שוין נישט גראד. לאמיר ענדיגען.
אתה הראת לדעת וואספארא גרויסע טיפשים די מבקרי המקרא זענען. און ווי אומוויכטיג ס'איז זיי אפצופרעגן. איך און דו ווייסען גאנץ גוט אז אלע דרשות און רמזים אין ספר יואל ב' זענען אמת ויציב. איי ס'שטימט נישט, און מ'וועט בהכרח מוזן איינזעצען אז ס'איז געווען "תרי רבני גאלאנטע הוה", איינס פארן קריג און איינס נאכן קריג. - ס'זעהט אויס ווי די גמרא האט נישט קיין פראבלעם צו באשאפען רבנים וכו' אבי ס'זאל שטימען. אין פאקט האבן די אויבענדערמאנע חוקרים פערזעהן געוויסע אינפארמאציע. ווי למשל אז ר' חיים יהושע ה"ש האט סערווירט א סאטמערע עולם, און פאר זיי האט משפיע געווען פון תורת רביה"ק מסאטמאר. - גראדע האט דער סעמינער ערכים לעצטענסט געטראפן א שטיקל דרשה פון ר' חיים יהושע, געזאגט געווארן אין באבוב, ביי א יום-עיון, מ'זעהט דארט קלאר ווי תורת מהר"ש מבאבוב איז רגיל על לשונו. אין אנדערע נייעס, איז אויף קאווע שטיבל געמאלדען געווארן דורך יידל אז מ'האט געטראפן אין ניו יארק (א שטאט אין אמעריקא) אלטע פאפירן מיט די נאמען "דער איד", וואס דאס באשטעטיג די רש"י אין ספר יואל! מה אהבתי תורתיך! - אבער פראפעסער נולד-מאוחר ווייזט אויף אז ס'ווערט קיינמאל נישט דערמאנט אז דער צייטוג איז געווען בבעלות משה גבאי, ועוד, צייכענט kliger אהן, אז דער איד איז געווען אן ארגען פון אומאפהענגינגען קהילות, דאס הייסט אז אפילו אנדערע קהילות האבן דאס געליינט. ע"כ איז יידל'ס אויפטרעף נישט סטאביל.

יא יא, אזוי קוקען מיר אויס.

איך בין שוין לאנג צוגעקומען צו דער מסקנה, אז "היסטוריה" איז מלא וגדוש מיט שקרים וכזבים, ס'איז כמעט אומעגליך צו וויסען דעם אמת. – והראיה, אז מידי שבוע בשבוע קומען ארויס פון דרוק צייטונג מיט הוילע שקרים און גוזמאות אן קיין מסגרת!
אז איינער פון אונז וועט זיין בין החיים אין 100 יאר ארום, זאל ער נישט זיין surprised צו ליינען אינעם המודיע אין אידיש אן ארטיקל מיטן טייטל "דאס לעבן אין שאפן פון אידן אין אמעריקא צווישען דער צווייטער און דריטער וועלט קריג", וואס בתוך הדברים וועט שטיין אזוי:
דער טיפישער בעל-הבית, אפילו נישט דער תלמיד-חכם, האט געהאט א טעגליכע שיעור אין רמב"ם, תניא, חפץ חיים, בנוסף צו די עטליכע שיעורי גמרא ווי דף היומי, עמוד יומי, און ישראל ואורייתא. – דאס זעהט מען וואס דעם וואס די טעגליכע בלעטלעך, לוח המודעות, דבר יום ביומו, לוח הציבור, גוט מארגן וכו, אלע אלע האבן געפילט פאר וויכטיג צו שענקן - אין די געצוימטע פלאץ אויפן צעטעל – די סדר הלימודים לויט די אויבנדערמאנטע שיעורים. די סיבה פארוואס "דער בלאט" און "דער איד" האבן נישט באריכטעט שיעורים אין דף היומי איז צוליב דעם וואס זיי זענען ערשינען נאר איינמאל א וואך.

אין דער שטאט בארא פארק, עטליכע קילימעטער פון 500 בעדפאורד, האבן געוואוינט אידען אין מעכטיג ריזיגע גרויסע הייזער. אזוי ווייט, אז דער ווערדאנע רבי (עלטער זיידע פון היינטיגען ווערדאנער-מאנסי רבי) האט געפראוועט, אלץ גאסט אין שטאט, פרייטאג צו נאכט'ס אין זאל פון בית יעקב (היינט א קלויסטער ל"ע) און שאלאשידות האט ער געפראוועט אין הויז פונעם אכסניא. – ס'איז נאר א פלא פארוואס ער האט נישט געפראוועט דארט, אין די אכנסיא, פרייטאג צו נאכט. לויט ווי אן אייניקעל, וואס כ'האב גערעדט מיט, גיט איבער דעם מערכת, איז דער סיבה דערצו געווען כדי נישט צו שטערן די שכנים פונעם בעלי אכסניא, משא"כ שבת נאכמיטאג איז דער חשש נישטא. ודפח"ח ושפתים ישק פה אל פה.

היסטוריה איז אינטערסאנט צו ליינען, אבער צוויי שרייבער קענען אראפלייגן צוויי אנדערע images פון די זעלבע קהילה אין די זעלבע תקופה, און ביידע וועלען האבן שטארקע מקורות.[/justify]

https://docs.google.com/file/d/0B4WRd0rkQWL6MjY1RzV2aHdtU1k/edit

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 9:14 pm
דורך יאיר
דאס איז מסכת יואל, נישט ספר יואל... און ביי דע וועי, ס'איז נישטא קיין תוספות לעיקוואוד אויף מסכת יואל?

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 10:00 pm
דורך גימפל
איך האב נאך נישט אויספיעט אדורך צו ליינען די גאנצע אשכול, אבער איך וויל מיטיילען מיט די חברי השטיבעל א זייער באלערנדע שיעור אויף די דאזיגע נושא.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fSkdOySVZgk[/youtube]

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 10:09 pm
דורך גימפל
פאר א שנעלע איבערבליק אויף די תמצית הדברים, קוקט דא
http://givatram.org/bank/content/sikumi ... 005_30.pdf

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 10:20 am
דורך יאיר
זעט אויס צו זיין זייער אינטערעסאנט, מ'דארף נאר האבן צייט דאס אדורכצוגיין.

נשלח: זונטאג פעברואר 17, 2013 12:30 am
דורך kliger
אן אינטרעסאנטע גמ' וואס מען זעהט איז אז אפילו ווען די גמ' ענפערט אויף אן הלכה איז עס איז הלכה למשה מסיני איז עס א תירץ וואס איז לאו דוקא מקובל דור אחר דור
והא ריאה די גמ' פאלט אוועק פון דעם.
די זעלבע גלייך דערנאך ברענגט די גמ' אפאר ג"ש וואס מען פאלט אפ.

מילה גופה דברי הכל דוחה שבת מנלן אמר עולא הלכה וכן אמר רבי יצחק הלכה מיתיבי מניין לפיקוח נפש שדוחה את השבת רבי אלעזר בן עזריה אומר מה מילה שהיא אחת מאיבריו של אדם דוחה את השבת קל וחומר לפיקוח נפש שדוחה את השבת ואי סלקא דעתך הלכה קל וחומר מהלכה מי אתי והתניא אמר לו רבי אלעזר (בן עזריה) עקיבא עצם כשעורה מטמא הלכה ורביעית דם קל וחומר ואין דנין קל וחומר מהלכה אלא אמר רבי אלעזר אתיא אות אות אלא מעתה תפילין דכתיב בהן אות לידחי שבת אלא אתיא ברית ברית גדול דכתיב ביה ברית לידחי שבת אלא אתיא דורות דורות ציצית דכתיב ביה דורות לידחי שבת אלא אמר רב נחמן בר יצחק דנין אות ברית ודורות מאות ברית ודורות לאפוקי הנך דחד חד הוא דכתיב בהן ור' יוחנן אמר אמר קרא ביום ביום אפילו בשבת
רב אחא בר יעקב אמר אמר קרא שמיני שמיני אפילו בשבת

רש'י
אלא מעתה - אי הך ג"ש דאות האמורה בשבת נאמרה בסיני לידרש שתיבה זו לדרשה נאמרה ליגמר מינה נמי לתפילין:
אלא אתיא ברית ברית - ההוא דאות אות לא נאמרה בסיני ואין אדם דן גזרה שוה מעצמו אלא הך דברית ברית נאמרה בסיני ובשבת כתיב ברית (שמות לא) לדורותם ברית עולם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:54 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:דרשות אויף די תורה איז פונקט אזוי. למשל די סתירה פון ארבע מאות שנה ישבו במצרים - ארבע מאות ושלשים ווען מען איז באמת נאר געווען 210. אין אן אנדערע היסטארישע בוך להבדיל וואלט מען געזאגט ס'איז א טעות, און די תורה שניתנה למשה מפי הגבורה וועלן מיר חלילה אודאי נישט זאגן אזא זאך.

נישט אריינצוגיין אין עצם וויכוח. אבער אין דעם ספעציפישן פאל (פון גלות מצרים) איז איינס פון די אנגענומענע תירוצים וועלכע זענען אויך לאגיש גרינג צו פארשטיין אז ווען הקב"ה האט גערעדט צו אברהם אבינו וועגן זיין אין גלות איז עס געווען נאר א העדר פון זיין אין אן אייגן לאנד. אבער דער קושי השיעבוד איז געווען דער עקוויוואלענט פון 400 יאר.

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 12:09 am
דורך נולד מאוחר
פארוואס האט נישט ר' דומא בר חומא בר חסא געזען א בפירשה סתירה צי די פסוקים ווען ער האט געזאגט ""ויתיצבו בתחתית ההר, א"ר אבדימי בר חמא בר חסא: מלמד שכפה עליהם הר כגיגית ואמר להם: אם אתם מקבלים התורה - מוטב, ואם לאו - שם תהא קבורתכם''?

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 1:13 am
דורך קלוג און יונג
כ'האב געהערט יו''ט עטליכע תירוצים.
א - די נעשה ונשמע איז געווען אן התעוררות'דיגע ריעקשאן. ווען ס'איז געקומען צו די דיטעילס האט אויסגעפעלט כפה עליהם הר. (ס'מאכט זיך אסאך ביי מענטשן). איי וואס איז די גדלות פון נעשה ונשמע דאן? האט א צווייטער מחדש געווען אז אין די נעשה ונשמע איז נכלל געווען, אפילו אויב ס'עט זיין בכפי'
ב - אין מחזור המפורש האב איך געזען אז די כפיה איז געווען נאר אויף תורה שבע''פ

נשלח: מאנטאג יוני 27, 2016 12:01 pm
דורך איש חזון
דא האט שותה הקפה אראפגעשריבן א מייסטער ארבעט "ספר יואל בדוי" ותשו"ח לו.
מענין לענין שטעל איך ארויף "כתב עת היסטורי לחקר דרום-מערב אסיה במאות ה-כ'-כ"א", י"ל בשנת 2313. ליינט און האט הנאה! :D

חלק א

חלק ב

חלק ג

זהירות: עברית ישראלית

נשלח: מאנטאג יוני 27, 2016 12:15 pm
דורך געוואלדיג
יוי איז דאס גוט, די ליצנות פון ביקורת המקרא וואס עס ברענגט ארויס איז לאין שיעור, ווער זענען די גאונים וואס האבן גענומען די מיה צו מאכן די געוואלדיגע ליצנות?

נשלח: מאנטאג יוני 27, 2016 12:20 pm
דורך איש חזון
איך ווייס נישט. כ'האב עס לעצטנס באקומען פון א חבר.

נשלח: מאנטאג יוני 27, 2016 12:28 pm
דורך געוואלדיג
איך האב יעצט געענדיגט ליינען חלק א', עס איז א מעסיוו פיעס מיט די השערות און חשבונות, א ריזן דאנק.

Re: דרשות ואגדות חז"ל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 10:53 am
דורך טמיר
איינער פרעגט מיך, וויאזוי האט מען געזען ושתי'ס וויידל, זי איז דאך געווען אנגעטון מיט א קלייד? למעשה זעה איך אויף די בילד וואס מיין קינד האט אהיימגעברענגט, אז סאמהאו איז די וויידל יא אדורך די מלבושים, קען זיין אז עס איז א חלק פון די נס.

למעשה, אלס ווען רעדט פון אזאלכע מיני אגדות ווילט זיך מיך פרעגן: דו גלייבסט טאקע אז אזוי איז געווען כפשוטו? עס מאכט דאך נישט קיין סענס! איך פיל מיך אליין אין א שטיקל מבוכה און ווי א שטיקל אפיקורס, און איך גלייב אז אז עס דא עקסטרעמע גדולים וואס וואלטן געהאלטן אזוי. אבער וואס קען איך טון, איך קען מיך נישט זעהן גלייבן די זאכן "כפשוטו". נאר וואס, איך פארענטפער זיך אז עס איז רמזים.
גראדע אויף די וויידל מעשה איז דא א שיינע פשט פון ח"ח, איך געדענק שוין נישט. (דא קען מען קלערן אויב די ח"ח האט געמיינט א רמז אויף די מעשה, אדער אז דאס פשט און די אגדה, וואס לויט דעם זעמיר אויף איין פעידזש)

איך בין נייגעריג, ווען מען שמועסט למשל ביים סעודה מיט משפחה וועגן דעם צו זיי האלטן אויך ווי מיך נאר באהאלטן עס.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 11:32 am
דורך אברעימל
טמיר האט געשריבן:איינער פרעגט מיך, וויאזוי האט מען געזען ושתי'ס וויידל, זי איז דאך געווען אנגעטון מיט א קלייד? למעשה זעה איך אויף די בילד וואס מיין קינד האט אהיימגעברענגט, אז סאמהאו איז די וויידל יא אדורך די מלבושים, קען זיין אז עס איז א חלק פון די נס.



שטייט נישט אז מען האט עס געזען נאר אז זי האט עס געהאט, און זי האט נישט געוואלט ארויסקומען אויפ'ן אופן ווי אחשורש האט געוואלט, ווי די גמרא זאגט (מגילה יב:) ובלבד שתהא ערומה, וואס נארמאל וואלט זי נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט נאר היות זי האט באקומען קרעץ און א וויידל האט זי זיך געשעמט דערמיט.

יעצט גיי זיי דאס מסביר פאר דיינע קינדער...

Re: דרשות ואגדות חז"ל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 2:37 pm
דורך טמיר
גערעכט, שכחתי. סא מען מוז זאגן אז די בילד איז פאטא-שאפ[emoji3]

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 3:38 pm
דורך [NAMELESS]
אברעימל האט געשריבן:.

יעצט גיי זיי דאס מסביר פאר דיינע קינדער...

מיין מלמד אין כתה ג' האט דאס געהעריג פארציילט, ס'האט קיינעם נישט געשאדט, ס'איז נישט די איינציגסטע משוגעת פון אחשורוש.

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 2:47 am
דורך berlbalaguleh
מכאן קשה על ה'עוואלושיאניסטס. תלמידיו של דארווין. אויב אונז אלע האבן געהאט וויידלעך 14 ביליאן יאר צוריק. און אונז זעמיר געהאנגען פו די ביימער אפסייד-דאון מיט די וויידל. פארוואס האט זיך נישט געטראפן כאטש עטליכע מענטשן. ס'הייסט האמא סעפיענס פון 7 אדער אכט ביליאן מענטשן וועלכע זאלן האבן א וויידל...!
נאר ס'איז א מחלוקת הפוסקים. אויב אונז שטאם מיר פון די טשימפענזיעס אדער פון די גאריללאס. ווייל די טשימפס האבן יא וויידלעך. און די גאריללאס האבן נישט. נאר ס'איז מעגליך אז 14 אדער 15 ביליאן יאר צוריק האבן די גאריללאס אויכעט געהאט וויידלעך. נאר ביי איינעם'ס עלטער-עלטער זיידן האטציך עס אפגעריסן. ועוד קשה. איך האב נאך א הארבע קשיא אויב אונז שטאמען מיר פון די טשימפס. פארוואס בערך 14 ביליאן יאר צוריק זענען מיר אלע געווען אייניג. געקראכן אויף די ביימער. און געהאנגען מיט די וויידל אראפ. און געווארפן קאוקאנאטס איינער אויפ'ן אנדערן. און פלוצלינג זענען א טייל טשימפס געווארן מענטשן. (כאפ נישט. נישט אזוי שנעלל.) און די אנדערע טייל זענען געבליבן מאנקיס...! ס'איז דאך נישט קיין יושר... :lol:

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 3:44 am
דורך שבת אחים
דו הערסט מיך נישט אויף צו רודפ׳ן, הומא סעיפאונס שטאמען נישט פון קיין טשימפס און נישט פון קיין גערילאוס! האק דיר עס ארויס פון קאפ! זיי שטאמען פון געוויסע אנדערע מיני הומא'ס-וואס אויב וואלסטו זיי געזעהן היינט וואלטן זיי אויסגעקוקט מעהר ווי עיב'ס/מאונקי'ס און נישט ווי מאדערן-הומאנ'ס, זייער א גרינגע פראקטישע און פשוטע וועג דעס צו פארשטיין איז אז אלעס איז געשעהן מיט די יאהרן, במשך די דורות- פאר אפאר יאהר צוריק האבן מענטשען נישט געוואוינט אין קיין הייזער איינגערישט מיט קיין עלקטעריק און פלאומבינג, גיי צוריק נאך אפאר הונדרעט יאהר איז נישט געוועהן קיין דרוקעריי-פרעס-ביכלעך, גיי צוריק נאך אפאר הונדרעט יאהר האבן רוב מענטשען נישט געקענט ליינען און שרייבן, גיי צוריק נאך אפאר הונדרעט יאהר צוריק זענען מענטשען קוים געגעאנגען מיט קליידער און געוואוינט אין הייזער, זייער גוף איז געוועהן מעהר באוואקסן מיט האר אזויווי חיות וואס וואוינען אויף די גאס, וכו׳ וכו׳.

נעם אוועק פון מענטשען זייער סעלפאון, טעכנאלאגיע, חכמה, גאזאלין, עלעקטעריק, זענען זיי שוין איינמאל מאונקי'ס.

חוץ מזה די ווארט עוואלאציע איז בעסיקעלי א אנדערע ווארט פאר Change, למשל אויב האומאס האבן געהאט א וויידל און ס׳האט זיך געטוישט די טבע-אט דאס איז די באדייט פון עוועלאציע! דאס איז די יסוד פון די איידיע.

Re: דרשות ואגדות חז"ל

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 5:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. קיינער האט דערמאנט דיין נאמען. דו האסט קאמפלעקס׳ן.

ב. טאמער אן דיין סעלפאון עלעקטריק וכו׳ ביסטו א מאנקי, וואויל איז דיר. דער רמב"ם אן זיין עלעקטריק און רבינו שרירא גאון אן זיין סעלפאון און ר׳ חייא בתרייתא אן זיין גאזאלין זענען ווייט פון מאנקיס געווען. און דאס איז טאקע דער גלאנץ פון דיין גלויבונג אין עוואלוציע. איינער וואס זעט אין זיך קיין שום מעלה אן די אלע זייטיגע אומשטענדען, ט׳פארוואס זאל ער מיינען אז דער מענטש שטייט ערגעץ העכער? נאר דער וואס מיינט צלם אלקים, וואס ווייסט דער אמת׳ער חשיבות פון א מענטש מיט בחירה, ער האלט עס גאנץ שווער צוצושטעלען צו א מאלפע, בלויז ווייל די חיצוניות איז עפעס ענליך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: דרשות ואגדות חז"ל

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 5:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טמיר האט געשריבן:איינער פרעגט מיך, וויאזוי האט מען געזען ושתי'ס וויידל, זי איז דאך געווען אנגעטון מיט א קלייד? למעשה זעה איך אויף די בילד וואס מיין קינד האט אהיימגעברענגט, אז סאמהאו איז די וויידל יא אדורך די מלבושים, קען זיין אז עס איז א חלק פון די נס.

למעשה, אלס ווען רעדט פון אזאלכע מיני אגדות ווילט זיך מיך פרעגן: דו גלייבסט טאקע אז אזוי איז געווען כפשוטו? עס מאכט דאך נישט קיין סענס! איך פיל מיך אליין אין א שטיקל מבוכה און ווי א שטיקל אפיקורס, און איך גלייב אז אז עס דא עקסטרעמע גדולים וואס וואלטן געהאלטן אזוי. אבער וואס קען איך טון, איך קען מיך נישט זעהן גלייבן די זאכן "כפשוטו". נאר וואס, איך פארענטפער זיך אז עס איז רמזים.
גראדע אויף די וויידל מעשה איז דא א שיינע פשט פון ח"ח, איך געדענק שוין נישט. (דא קען מען קלערן אויב די ח"ח האט געמיינט א רמז אויף די מעשה, אדער אז דאס פשט און די אגדה, וואס לויט דעם זעמיר אויף איין פעידזש)

איך בין נייגעריג, ווען מען שמועסט למשל ביים סעודה מיט משפחה וועגן דעם צו זיי האלטן אויך ווי מיך נאר באהאלטן עס.

הרב משה שפירא זצ"ל פלעגט רעדען פון דעם. זיין תורה איז געווען אז דער גשמיות׳דיגע וויידעל האט בכלל נישט פארנומען קיין ארט ביי חז"ל. אין אגדה איז אלס געווען דער טיפקייט, למשל וואס איך געדענק, דער מחלוקת צו געוויסע זאכען האבען פאסירט אין פארשידענע צייטען אין יאר. דער האלט אז די מעשה איז געווען ר"ה׳דיק און דער האלט אז ס׳איז געווען פסח׳דיק. די מציאות נאט נישט אזוי אויסגעמאכט ביי זיי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk