שמך נאה לך. דו שרייבסט א היבש ביסל נארישקייטן (נישט אייביג, אבער יעצט יא).
קהל'ס נער האט געשריבן:א היימישע יונגערמאן האט בכלל נישט קיין חזקת כשרות ווען סקימט צי די זאכן אויב עפעס האט א גוי מער חזקת כשרות כיוון דמירתת און ער ווייסט אז ער קען זיצען פאר דעם משא"כ א היימישער וועט מען גרינגער אינטערשטיפן די קארפעט.
די self loathing איז מוראדיג!
באזירט אויף וואס ווארפסטו די נאסע לאלעך אויף גאנץ כלל ישראל? דו האסט דאטא צו אונטערשטיצן דיין געבעקס? באמת א שיינע זאך פון דיר צו געבן א חזקת כשרות פארן גוי. לכאורה ביסטו זייער א גוטער. (אגב, דאס איז בטבע אדער דו האסט אויסגעארבייט דיינע מידות?) מיר ווייסן אז אין אפוטרופות לעריות איז יוניווערסאל.
ולפלעטבוש יונגערמאן אמר: איר זענט א פערד, היינט איז 2022 די ווייסט אז מיט אנטאטשן א יונגל אפילו פאר א סעקונדע קען דיך לייגן אין תפיסה, פארוואס טיסט עס? האסט נישט געטראפן קיין צווייטע עצה וויאזוי ארויסצוגיין? איך פיל נישט בעד פאר דיך ווייל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו (סנהדרין צב).
דער אינגערמאן איז א פערד? פארוואס, ווייל די קאפ ליגט אים נישט צווישן די פיס?
אויב איינער איז א פערד און האט נישט געטראכט, איז עס די מאמע (נאכאמאל 'אויב'). א מערהייט מענטשן וואלטן נישט געטראכט אין יענעם ריכטונג אין דעם פאל.
ווען די מעשה איז ווען אז א אינגעל האט געבעטן איינער זאל אים קראסן ביי 13 און 53 ערב שבת ביי חצות, און נאכדעם איז מען חושד דעם אינגערמאן. וואלסטו אויך געזאגט אז ער וואלט געדארפט טראכטן אז מען קען אים חושד זיין? וואספארא נארישקייט.
דער אינגערמאן האט נישט סתם אנגעכאפט א אינגעל און אנגעהויבן שפאצירן. ער האט קודם אויסגעטוישט אפאר ווערטער מיטן קינד. איך שטעל זיך פאר אז ער האט געזאגט פארן קינד וואס ער וויל און עס איז געווען אויף א אפענע פאבליק פלאץ פאר גאנצע 3 סעקונדעס. דאס קינד האט מן הסתם נישט געכאפט וואס ער וויל, אבער ער האט אים נישט געשלעפט אין גראסערי. א נארמאלער מענטש וואס טראכט נישט קרום און איז נישט פאראנויד וואלט נישט געטראכט אז דא גייט זיין פראבלעם.
די מערסטע געפעלט מיר נאך דיין נאאיווקייט. פון איין זייט ביסטו דער חכם וואס פארשטייט אז עס איז 2023 און עס איז אנדערע צייטן, פון די אנדערע זייט ביסטו עפעס געוואלדיג נאאיוו.
פון דיינע ווערטער איז משמע, אז ער וואלט געדארפט חושש זיין אז מען קען אים ארויפשמירן א בילבול. איך האב פאר דיר נייעס, ווען ער גייט ווען פשוט אריבער דאס קינד און עס איז נישט דא קיין קעמערא, קען מען מאכן די זעלבע מעשה. אויב איינער זוכט אנצודרייען עפעס, קען מען אייביג אויפקומען מיט עפעס א מעשה.
איך האב פאר דיר נייעס. ווילאנג דו דרייסט זיך אין איין בנין מיט קינדער, קען אלעמאל א קינד פארציילן אויף דיר א מעשה. דו ביסט נישט פארזיכערט מיט גארנישט.