בלאט 15 פון 23

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:40 pm
דורך אדונינו
אההה פארוואס איר מאמע שערט איר??? ווייל די מאן פאדערט עס בשם זיין דיין, וואס די דיין נעמט עס פון זיין פוסק.

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:51 pm
דורך mevakesh
אדונינו האט געשריבן:אויף דעם אז א שייטל איז אויך אסור, שטימן אלע פוסקים מיט

?????

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:10 pm
דורך פרייוויליג
יידל האט געשריבן:כ'קום צום מערכה ווי וויין אום שושן פורים אינדערפרי. פונקט פאר צוויי וואכן צוריק רעד איך מיט אן עלטערן איד פון וויליאמסבורג, זיין ווייב איז א מקוה אידענע (טיקערין בלשון הפוסקים, בלנית בעברית, מקוה לעידי אין היינטיגן שפראך) און זי זאגט אים אז ליידער די מאס פרויען וואס שערן זיך נישט אויף זערא מערט זיך משנה לשנה. ער זאגט מיר אז זיין ווייב האט גערעדט צום דיין און ער האט איר געזאגט זי זאל מאכן "איידעלע מחאות", אבער די מחאות פאלן אויף טויבע אויערן און די פרויען קומען צוריק מיט די גרויסע האר.

וואס וויל איך זאגן דערמיט? ליפא ארויף ליפא אראפ, מיר זעט אויס ווי פרויען טוען זיך סיי ווי וואס זיי ווילן.

קענסט מיר מסביר זיין פון וואו די בלנית האט די חוצפה צו מוסר׳ן א פרוי, בשעת זי קומט זיך רייניגען צוליב די תורה? ווער ווייסט צו דאס איז נישט מונע פרויען צו קומען אין מקוה. נאך א מזל ג-ט האט מיך נישט געמאכט פאר א פרוי, און אויב די פרוי וואלט מיר עפעס געזאגט וואלט איר דערשריגען צום טויט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:49 pm
דורך אדונינו
mevakesh האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:אויף דעם אז א שייטל איז אויך אסור, שטימן אלע פוסקים מיט

?????

עיין בקונטרס ״הנסיון האחרון״ דף י״ט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:55 pm
דורך אדונינו
שיש תלמיד חכם גדול בירושלים, שמציע שמונה עשר אלף דולר, למי שיוכיח לו שמותר ללכת בפאה נכרית. ומספרו: 02-5825891

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:02 pm
דורך mevakesh
זה מחלוקת הפוסקים ואם תנסה לומר לתלמיד חכם ההיא שיש לך איזה מקור תראה שאינו מוכן אפילו לשמוע מה שאתה אומר

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:04 pm
דורך אדונינו
אדרבה, אני מוכן לשמוע!! תגיד לי ואני ירוויח הכסף!!

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:10 pm
דורך גר ותושב
עס דריייט זיך ארום א audio פון ר מוטה פראנק וואס רעדט פונעם ענין קען איינער עס ארויף לייגען.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:23 pm
דורך שלום על ישראל
גר ותושב האט געשריבן:עס דריייט זיך ארום א audio פון ר מוטה פראנק וואס רעדט פונעם ענין קען איינער עס ארויף לייגען.

הער עס דא

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:28 pm
דורך mevakesh
http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.php?title=%D7%A4%D7%90%D7%94_%D7%A0%D7%9B%D7%A8%D7%99%D7%AA/%D7%A9%D7%99%D7%98%D7%95%D7%AA_%D7%94%D7%A4%D7%95%D7%A1%D7%A7%D7%99%D7%9D
תתחיל בזה אבל כמו שכתבתי למעלה לא תרוויח כלום משום שהיא לא ישמע לך

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:32 pm
דורך גר ותושב
שלום על ישראל האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:עס דריייט זיך ארום א audio פון ר מוטה פראנק וואס רעדט פונעם ענין קען איינער עס ארויף לייגען.

הער עס דא

Thanks

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:37 pm
דורך שמעון וואלף
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:ליפא שרייט- אלע תנאים אלע אמוראים זענען זייער ווייבער געגאנגען מיט לאנגע האר , זאת התורה לא תהא מוחלפת.. ליפא אלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת

א גיטן פורים

כמדומני שבכל הש"ס לא מצינו תנא או אמורא שהיה נשוי לשתי נשים (חוץ מאבא אחיו של רבן גמליאל, יבמות ט"ו ע"א).


אגאנצע בקי מיר געווארן. פארוואס זאל די גמרא עס יא שרייבן? אפשר וועסטי אויך ברענגן א ראי' אז קיין איין תנא'ס ווייב האט נישט געהייסן קריינטשא ווייל מ'טרעפט עס נישט אין גאנץ ש"ס?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:45 pm
דורך שמעון וואלף
אדונינו האט געשריבן:שיש תלמיד חכם גדול בירושלים, שמציע שמונה עשר אלף דולר, למי שיוכיח לו שמותר ללכת בפאה נכרית. ומספרו: 02-5825891


ראבינאוויטש מציע מאה אלף דולר למי שיוכיח שמותר להסתכל בסמארטפאון

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 3:27 pm
דורך אדונינו
נו מי אמר שמותר???

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:15 pm
דורך שבת אחים
בקיצור קיינער האט נישט קיין גראדע נארמאלע ביאור פארוואס אין אונזערע רייען שנייט מען אראפ די אייגענע האר פון א יונגע מיידל פאר גארנישט און פאר נישט און מ׳טוט איר אן א שייטל וואס קאסט אפ א הון רב! ניטאמאל אויסעגעהאלטן ע״פ הלכה! אבער די רבנים און די יושבי חושך זענען למעשה זייער צופרידן מיט דעם ווייל דעס שטיפט זייער רשעותדיגע אגענדע פון דערנידערען פרויען און צונעמען זייער נאטיריליכע שיינקייט און גלייכע רעכטן! פאר די זעלבע סיבה האבן אונז אדאפאטירט אז א פרוי טאר נישט דרייווען און רייכענען נאר זי מוז בלייבן אינדערהיים וואטשען די קינדער בשעת איר מאן גייט מכלמרפשט צום שיעור און דאווענען מעריב און זיך אויסלופטערן אין זיין סיענע אדער אדעסי זיצט זי ווי א שקלאף אינדערהיים מיט זיבן קינדער וואס וויינען און שרייען אויף איר קאפ!

רבותי וועקט זיך אויך פון שלאף! אויב דארף מען איינפירן חתונה תקנות וואס מאכן סענס וואלט מען די ערשטע געדארפט איינצוימען די נערישע געפיראכטץ פון אפשניידן האר און אנטוהן שייטלעך אדער טוט מען זיך אן א שפיצל אדער אייגענע האר! פארוואס דארף מען שפענדען איבעריגע טויזענטערס פאר א זאך וואס מאכט נישט קיין פשט און ס׳איז קעגן די הלכה ???? ווי איז דער אדמור פון מאנרא וואס האט ליב צו מאכן חתונה תקנות ? הא? דעס שטימט נישט מיט זיין אגענדע????

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:35 pm
דורך [NAMELESS]
כדי צו באמערקען אז מוטה פראנק איז א ירושלימ'ער, און דארט האט מען זיך אייביג אזוי געפירט. ד"ה אז די פרויען האבן זיך נישט געשוירען אבער זיי זענען נאר געגיינגען טיכעלעך און נישט קיין שייטעלעך.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 5:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שבת אחים, דו הערסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר? דער רמ"א אין שו"ע זאגט אז מ'מעג גייען א שייטעל, דו הערסט? הגם ס'זעט אויס ווי האר, דו הערסט? ממילא דיין הלכה'דיגע טענה איז נאנסענ"ס. יא, דער מנהג פון שערען האט א שוואכער מקור און דער מחייב דאס אנצוהאלטען איז אויך גאנץ שוואך. מדשתקי הפוסקים דערוועגען, און דערמאנען עס נאר דרך אגב אלס עפעס א מנהג, נישט קיין אנגענומענע פיהראכט'ס פון אלע אידישע ווייבער, קען מען זען אז נאר געוויסע האבען עס געטוהן, לתוספת חומרא אדער אן אנדערע סבה. אבער דיין ממנ"פ שטימט נישט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:23 pm
דורך שלום על ישראל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שבת אחים, דו הערסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר? דער רמ"א אין שו"ע זאגט אז מ'מעג גייען א שייטעל, דו הערסט? הגם ס'זעט אויס ווי האר, דו הערסט? ממילא דיין הלכה'דיגע טענה איז נאנסענ"ס. יא, דער מנהג פון שערען האט א שוואכער מקור און דער מחייב דאס אנצוהאלטען איז אויך גאנץ שוואך. מדשתקי הפוסקים דערוועגען, און דערמאנען עס נאר דרך אגב אלס עפעס א מנהג, נישט קיין אנגענומענע פיהראכט'ס פון אלע אידישע ווייבער, קען מען זען אז נאר געוויסע האבען עס געטוהן, לתוספת חומרא אדער אן אנדערע סבה. אבער דיין ממנ"פ שטימט נישט.

הרב ליטוואק פון בודאפעסט, קענט איר מיר אנצייגן דעם רמ"א ביטע?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
או"ח סי' ע"ה סעי' ב'

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:40 pm
דורך שלום על ישראל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:או"ח סי' ע"ה סעי' ב'

די לשון הרמ"א איז הגה: והוא הדין השערות של נשים שרגילין לצאת מחוץ לצמתן (בית יוסף בשם הרשב"א) וכל שכן שער נכרית אפילו דרכה לכסות (הגהות אלפסי החדשים).

דו זאגסט אז דער רמ"א אין שו"ע זאגט אז מ'מעג גייען א שייטעל, אבער דער אמת איז אז ער רעדט פון אינדעהיים, און צו איר מאן מעג לייענען קר"ש קעגען דעם שייטל.

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:44 pm
דורך ירא שמים
אינטערעסאנט ווי ממאכט אזא עסק פון וואס ליפא זאגט , פארוואס מאכט מען נישט קיין עסק פון וואס איך שרייב אויף ק״ש ???

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:44 pm
דורך שלום על ישראל
ואח"כ מצאתי המשנה ברורה:
ויש חולקין ואומרים דאף בפיאה נכרית שייך שער באשה ערוה ואיסור פריעת ראש

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:44 pm
דורך mevakesh
עיי"ש בדרכי משה