בלאט 15 פון 19
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 5:52 pm
דורך איחוד פעלד
יישר כח פאר דיינע דברי ברכה.
איך האב אסאך מיטלייד מיט דיר, איך האף אז די וועסט האבען מער הצלחה נעקסט טיים (והמ"י) ווי אזוי זאגט די וועלט? יא לערן פראם דע מיסטעיקס.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:37 pm
דורך שמעקעדיג
איחוד.......... COME ON!!!!!!
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:42 pm
דורך קאווע טרינקער
באס דרייווער!!
לאז אונז נישט איבער אינמיטן וועג.
כ'ווארן דיר. בלייב דא, אז נישט עפען איך אן אייגינע באס קאמפאני!
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:46 pm
דורך באס דרייווער
אפשר מאכט מען יעצט פארקערט
די שרייב און איך וועל דיר טשלענזשען?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:02 pm
דורך חשבון
באס איך בין אייביג געווען פון דיינע שטיצער און מיין מח פראסעצירט נישט וויאזוי אזאנע איחוד קענען עס טון צו דיר
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:51 pm
דורך יואליש
היום יצאתי והיום באתי. געליינט אלע תגובות אין איין שאס. אנפאנג בין איך אריינגעשפלעט געווארן מיט די דראמאטישע מעשיות. די בערך'דיגע פרטים דא דארט האב איך געהערט אין אמת'ע מעשיות במשך די יארן. מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ ווען כ'האב געליינט אז דער אינגערמאן האט בידים אינטערגעשריבן שטרי בירורין.
אבער די גאנצע צייט האב איך איבערגעלאזט א סקעפטישע קעמערל אין מיין מוח הגם כ'האב באשלאסן פאר די מינוט צו "סוספענדירן מיט דיסבעליף," און ווארטן צו זעהן וואס די נקודה איז. ווארום יעדער קען הנאה האבן פון א מעשה'לע, ס'איז ווען דער שרייבער ברענגט די ליינער צו צוהען מסקנות ווען מ'ברויך אפירנעמען די טראכטער קאפל און זיך פרעגן, פארוואס נעם אים אן אזוי אדער אזי.
אלענפאלס, ווען די ריכטונג פון די אשכול האט גענימען די שינעס פון באהאנדלן די ווארהייט בין איך אנפאנג געווען געבאדערט, אזוי ווי איינער זאל וועלן מיט מיר כאפן א שמועס איבער די ווארהייט פון א בוך בשעת איך האלט אימיטן ליינען בתוקפו. אבער וואס האב איך ערווארטעט? ס'איז פארט קאווע שטיבל און די סקעפטיסיזים איז בארעכטיגט און איך ליעב עס.
אין מיין מיינונג, איז די ערגסטע פאל, אפי' לויט די קריטיקערער, אז די מעשה פון באס_דרייווער א ליקוט פון מערערע אמת'ע מעשה'לעך פאסירט ביי אים זעלבסט אדער ביי אדערע באקאנטע. כ'גלייב שווער אז איינער וואס איז ערוואקסן, דרייט זיך מיט ערוואקסענע מענטשן און האלט יארן נאך די חתונה זאל נישט האבן געהערט פון ענליכע עפיזאדן. אויב איז דאס די פאל, איז עס עפעס אזוי ווי דבורה פעלדמאן'ס "אנארטאדאקס" בוך. אפי' אירע קריטיקירער, פון רעכטס און פון לינקס, זענען מודה אז די צענדליגע עפיזאדן האט געקענט פאסירן, און טיט ווירקליך פאסירן, ביי צענדליגע אנדערע מענטשן. די גרעסטע טענה קעגן פעלדמאן איז געווען אז ס'איז נישט "איר" מעשה. ס'איז נישט געווען אזוי אומגליקליך (אדער גליקליך, פון א שרייבער'ס פערספעקטיוו) אז דאס זאל אלעס האבן פאסירט צו איר. זי האט געבארגט עקספערינעסעס פון אנדערע מענטשן וועלכע זענען מער פון איר איינגעטינקן אין די קאמיוניטי, און דאס אריינגעפלאכטן אין איר מעשה. (דאס איז אויסער אנדערע קריטיק אז זי גיט נישט די פולע בילד, זעהט בלויז נעגעיוויטי און האט פראבלעמען זיך אריינצולייגן אין יענעם'ס שיך צו פארשטיין אנדערע מענטשן'ס צוגאנג און מאטיוון.)
אלזא איז די פראגע אזוי. איז דא עפעס ווערט אין אזא סארט ליטעראטור? קען אזא סטיל שרייבן אונז לערנען עפעס זאכליך, אדער טיט עס מער שאדן ווי אויפטוה? איז וויכטיג אז דער שרייבער זאל אלעמאל קלאר ארויסזאגן וואס איז אמת, וואס איז געבארגט, און וואס איז צוגעפיצט? אדער איז א ביאגראפיע ביי דעפינישן פארדעכטיגט, וויבאלד ס'איז פון א איינצעלע מענטש'ס פערספעקטיוו וואס קען פיל מאל כולל זיין הויל דמיונות און מיסאינפארמאציע געמישט מיט בייעסעס און ס'איז די ארבייט פונעם ליינער דאס צו נעמען מיט א געזינטע סקעפטישע מיינד?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:45 am
דורך גנדי
איך האב לעצטנס באקומען א שאק.
איך האב געהערט אז א גאר נאנטע חבר מיינע האט זיך סעפערעטעט.
ווען איך האב גערעדט צו אים, זאגט ער מיר ער ווייסט נישט צו וועם צו גיין.
וואס וואלט די עולם מציע געווען?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:49 am
דורך Lexus
He can go to "heymishe litvak"
i'm sure that he wil help him,
he wil say that the fight is never happened and that the couple never fight together and it's just a big lie,
trust me that it's worth to go to him because he is charging very cheap rates, and he is not trying to extort money so after one session everything wil be back as usual.....
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:34 am
דורך בדחן
גנדי האט געשריבן:איך האב לעצטנס באקומען א שאק.
איך האב געהערט אז א גאר נאנטע חבר מיינע האט זיך סעפערעטעט.
ווען איך האב גערעדט צו אים, זאגט ער מיר ער ווייסט נישט צו וועם צו גיין.
וואס וואלט די עולם מציע געווען?
וואס הייסט צו וועם צו גיין? וואס א נפק"מ ווער עס מאכט אים די גט? די עיקר אז עס זאל זיין כשר,
און ב"פ איז דא עטליכע בתי דינים וואס מאכען גיטין, און וומסב"ג איז דא עטליכע, אא"וו האט יעדע שטאט א אויסוואל פון עטליכע און זיכער זאל ער גיין צום ביליגסטען.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 11:38 am
דורך אביגדור
עיקר חסר מן הספר.
דאס אז יונגעלייט האבן פראבלעמען, און דערנאך איז נישט דא צו וועמען צו גיין, איז א תוצאה פון א פראבלעם, נישט די עצם פראבלעם.
דער עיקר פראבלעם הייבט זיך אן ביי די חתן שיעורים, וואס באשטייען פון כאפ-לאפ הלכות. הלכות וואס זענען ווילד פרעמד, מען לערנט נישט אויס נעמען notes פון די שיעורים, און ועל כולם אז מען האקט אריין יעדעס "כאילו כפאו שד" און "משבת לשבת" און "לכוון את שמות האבות הקדושים" (נישט קיין וויץ), וכדומה יעדעס מין פרומעניש וואס איז נאר שייך.
מען לערענט נישט ריכטיג די פסיכאלאגיע פון א פרוי, וואס זי ערווארטעט, וואס זי דארף האבן.
מען לערנט נישט קיין שכל הישר און סענסעטיוויטי.
די הלכות זענען דאס לעצטע וואס א יונגערמאן דארף לערנען. זיין רביצין לערנט עס חדשים לאנג, און זי האט דעטאלירטע נאטען פון אירע שיעורים. קיינער דארף נישט דעם יונגערמאן'ס צוויי צענט ווען עס קומט צו די הלכות.
די פרויען אבער, זיי לערנען יא וויאזוי צו טאלערירן א בחור וואס איז פריש ארויס פון חיות שטאל. זיי געבט מען דעם know how וויאזוי צו פלעגן און בויען דעם עגא פון א מאן. מען לערענט זיי הכנעה. מען לערנט זיי וויאזוי א מאן נעמט אויף ליבע.
אבער זי באקומט נישט קיין return אויף איר אינוועסטמענט, ווייל דער יונגערמאן הייבט נישט אהן צו וויסן וואס טוהט זיך מיט זיך, אויף וועלכע וועלט ער שוועבט.
דער תמים פרעגט זיך ביים חתן מדריך וויפיל מאהל ער "מעג" דאס און יענץ און וואס ער "טאר נישט". יענער וויל דאך נישט אז ס'זאל אויף איהם ארויס א שם אז ער איז א קל, פארגלייזט ער זיך די אויגן, פארגעסט מאמענטאל פון די ווערטער פון אונזערע חכמים וואס האבן געלערנט פונקטליך משל לדג רוצה צלי מבושל וכו', און רעדט איהם איין כל מיני שטויות און איינצוימינגען.
מיט אזא הדרכה, מיט אזא הכנה צום חתונה, איז א וואונדער אז פרויען זענען אנטוישט?
איין מזל איז, אז רוב יונגעלייט האבן חבירים וואס האבן פאר זיי חתונה געהאט, און די חברים לערנען שוין אויס וואס מען דארף. אבער פאר די וואס האבן דאס נישט, איז א בראך.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:17 pm
דורך געפילטע פיש
ס'הייבט זיך אן סאאאאאאך פריער.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:22 pm
דורך אביגדור
פליז זייט אייך מסביר.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:35 pm
דורך געפילטע פיש
איך טענה זיך נישט מיט דיר אז די חתן\כלה טיטשערס דארפן א גרויסע תיקון, נאר אז די פראבלעם הייבט זיך נישט אן דארט, נאר די גאנצע שידוכים סיסטעם פון צאם פארן פאסיגע מחותנים וואס גראדע האבן זיי א בחור און א מיידל, דאס אז רוב בחורים שטעלן זיך פאר צו זיין עפעס אינגאנצען אנדערש ווי דאס וואס זיי זענען באמת, נאר כדי צו האבן א גוטע נאמען און טרעפן א גוטע שידוך, דאס איז נאך אזא שטארקע גורם ווי דאס נישט אויסלערנען אז מ'קען מבשל זיין א דג, צולה זיין, אדער פרעגלען מיט אונטערגעשלאגענע אייער.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:36 pm
דורך באס דרייווער
איך שריי נאכאמאל אויס ווען איך האב אייך פאר א מדריך וואלטאיך נישט דורך מינע אלע וויטאגען
איך האב עס געמיזט לערנען דע שווערע וועג
איין זאך קריג מיט דיר וואס די זאגסט אז דע פרויען לערענט מען עס יא
אפשר און באבעוו (איך געדנק שוין נישט וואס דע ד"ת האט געפאסקענט צי ספעלען)
דיעס איז אמת אז מען לערנט דע ווייבער הכנעה, אבער וואס א מאן'ס פערזאן איז הייבט מען נישט אן צי לערנען
"שווער'ע" אריינמישינגן
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:03 pm
דורך וואלפה
קודם כל האלט איך אז 1 לייק איז צו א שוואכע ראטע צו געבן פאר דיר חשובע באס דרייווער נאכען אזוי קלאר און הארציג ארויס שרייבען דיין איין געגעסענע אלטע ווייטאג אויפן אויבער פלאך כאטש איך בין זעכער אז עס איז ווייט פון געשמאק אויף צי גראבען אלטע גאר ווייטיגליכע קאשמארן און וואונדען (אנטשילדיג פאר די אינטערגעשאצטע לשונות) כדאי יודישע קינדער הנתינים בצרות השוויגער שווער זאלען וויסען א ביסל וואס נישט צו טוהן.
איך וויל אויפן שפיץ גאפל אראפ ברענגען וואס מיין טייערע קאזען האט מיך מיטגעטיילט וואס ער ליידט נעבעך צוזאם ףון זיין אזוי גערופענם צווייטע טאטע (-ניין, צו שוואך!) זיין אימגעוואונטשעם ווייב וואס טראגט א שיינעם טיטול ""שווער""
מען רעדט נישט פון א יונגערמאן דער גרעסטער מתמיד, ער האלט איבער צוויי יאהר נאכן חתנה און ער "מוז" ליידער בלייבען אין כולל ווייל זיין שווער גייט צו זיין ווייב און האלט איר פאר פארוואס אור מאן קומט אהיים צוויי מנוט פריער פון כולל!!!, און ער דריידט זיך מוט פשוטע יונגעלייט -אזויגערופענע ליידיג גייערס!!!, און ער האט א סעלפון מיט טעקסט..... וכדומה אזעלכע שטותים וואס צובלאזען זייער באמת שטארקע שלום בית איינס צוויי , זי ווייסט איין זאך אז איר טאטעס ווערטער זענען קדשי קדשים,
נישט צוויי מאהל האט זיין שווער איהם שוין באשייגעצט און פארנט פון זיין גאנצע משפחה וואס פאר א באם ער איז ווען זיין ווייב שטייט דארטען און קוקט זיך אלעס צו אז איר טאטע מיינט נאר זייער גוטס.....!!!!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:19 pm
דורך אויס מענטש
דיין מעשה קען נישט זיין אמת
אלעס ביי איין מענטש נישט מעגליך
זיכער איז עס צוזאמגעשטעלט פון אפאר מעשיות
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:34 pm
דורך gehlungen
געפילטע פיש האט געשריבן:איך טענה זיך נישט מיט דיר אז די חתן\כלה טיטשערס דארפן א גרויסע תיקון, נאר אז די פראבלעם הייבט זיך נישט אן דארט, נאר די גאנצע שידוכים סיסטעם פון צאם פארן פאסיגע מחותנים וואס גראדע האבן זיי א בחור און א מיידל, דאס אז רוב בחורים שטעלן זיך פאר צו זיין עפעס אינגאנצען אנדערש ווי דאס וואס זיי זענען באמת, נאר כדי צו האבן א גוטע נאמען און טרעפן א גוטע שידוך, דאס איז נאך אזא שטארקע גורם ווי דאס נישט אויסלערנען אז מ'קען מבשל זיין א דג, צולה זיין, אדער פרעגלען מיט אונטערגעשלאגענע אייער.
Wow you really hit the hammer on the point & there is much more to be said on this subject ! You only touched it like they say " oifen shpits fin goople "
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:36 pm
דורך וואלפה
איך האב הנאה אז די האלטס ביי א מצב וואס די קענסט עס נישט פארשיין, אבער ווי אזוי האט מיין טאטע געזאגט ווען איך האב איהם געפרעגט א זאך וואס איך האב נאך נישט געמעגט וויסען האט ער מיך געזאגט "שעפעלע טייערע ווען די וועסט זיין עלטער וועסטו פארשטיין"
אזוי אייך אויך ווען די וועסט א ביסל ארומנאשען וואס קומט אלטס פאר וועבטו פארשטיין צדק'יל
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:45 pm
דורך Lexus
אויס מענטש האט געשריבן:דיין מעשה קען נישט זיין אמת
אלעס ביי איין מענטש נישט מעגליך
זיכער איז עס צוזאמגעשטעלט פון אפאר מעשיות
you are in the wrong eshkol...
And why is sitting now a bochur next to a computer? Grow up and then welcome back here
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:46 pm
דורך shlomyg
I just want to express publicly my support to Mr Bus Driver!!
here comes a person, cries his heart out and is looking for support and all we can do is attack him?
what a shame!
I am with you!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:49 pm
דורך געפילטע פיש
וואלפה האט געשריבן:איך האב הנאה אז די האלטס ביי א מצב וואס די קענסט עס נישט פארשיין, אבער ווי אזוי האט מיין טאטע געזאגט ווען איך האב איהם געפרעגט א זאך וואס איך האב נאך נישט געמעגט וויסען האט ער מיך געזאגט "שעפעלע טייערע ווען די וועסט זיין עלטער וועסטו פארשטיין"
אזוי אייך אויך ווען די וועסט א ביסל ארומנאשען וואס קומט אלטס פאר וועבטו פארשטיין צדק'יל
Lexus האט געשריבן:אויס מענטש האט געשריבן:דיין מעשה קען נישט זיין אמת
אלעס ביי איין מענטש נישט מעגליך
זיכער איז עס צוזאמגעשטעלט פון אפאר מעשיות
you are in the wrong eshkol...
And why is sitting now a bochur next to a computer? Grow up and then welcome back here
כעוורע! וואלמארט האט א סעיל פון סארקאזם דיטעקטערס, גייטס קויפטס, ס'לוינט זיך!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:50 pm
דורך [NAMELESS]
Lexus האט געשריבן:אויס מענטש האט געשריבן:דיין מעשה קען נישט זיין אמת
אלעס ביי איין מענטש נישט מעגליך
זיכער איז עס צוזאמגעשטעלט פון אפאר מעשיות
you are in the wrong eshkol...
And why is sitting now a bochur next to a computer? Grow up and then welcome back here
לעקסוס טייערע,
אויס מענטש איז שוין דא א לענגערע תקופה, און שרייבט הערליכע תגובות אין אנדערע אשכולות אויך. אויב איינער דארף איינעם וועלקאמען דא איז עס פארקערט. עולם הפוך ראיתי.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 2:24 pm
דורך Lexus
Dear readers, thanks for your support all the way, but the story was FALSE... It was just a big joke
heymishe litvak: i knew, i told you
memee sheomru: oh finaly, i knew it from the first second
not a human: i saw straight so many questions in this story
i also i also i also
BUT WHAT SHOULD I DO THAT THE STORY IS 100% TRUE??