בלאט 15 פון 15

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 8:01 pm
דורך מי אני
דער רמ"א בתורת העולה (פי"א) שרייבט אויך, מפי ספר ישן ושבילי אמונה, אז חכמת היונים איז גע'גנב'עט פון שלמה המלך ע"ש.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:28 pm
דורך היסטאריע
ועיין בטענה רביעית אז לפי הרמב״ם איז טאקע געווען במראה יחזקאל שיבושים און אליבא דהרמב"ם איז עס טאקע נישט געווען ממש בנבואה נאר בחקירה ועיון ע״ש :shock:
דאס איז אינטערעסאנט, ווייל דער רמב"ם בכלל האלט אז נבואה איז בלב ומוח, נישט זעהן מראות. און יחזקאל איז מראות. ר' עקיבא האלט פין מראות, ר' ישמעאל איז דער װאס איז בכלל דער ראציאנאלער, און דער רמב"ם איז א ר' ישמעאל'ניק.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:30 pm
דורך היסטאריע
מי אני האט געשריבן:דער רמ"א בתורת העולה (פי"א) שרייבט אויך, מפי ספר ישן ושבילי אמונה, אז חכמת היונים איז גע'גנב'עט פון שלמה המלך ע"ש.
ער ברענגט דארט דער מעשה מיט ירמיה הנביא אין אפלטון אדער נישט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 9:17 pm
דורך מי אני
איך מיין אז נישט.

***
גבעת המורה.jpg
גבעת המורה (עיון ג פ"ד).
גרשון.jpg
דר. גרשון חורגין.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 1:39 pm
דורך מי אני
לגבי מבט הרמב״ם על נבואתו של יחזקאל במעשה מרכבה, ברענגט דר. אביעזר רביצקי צו:
0C1F8DB3-9A41-4EAC-B18A-F3E0D6BCCDA1.jpeg
7BA976A7-1C17-4CC4-A0B1-5CF7918BE44C.jpeg
ווי מ׳זעהט פון וואס ער ברענגט צו פון ר׳ משה אבן תיבון, אז די זעקסטע עיקר פון אמונה בנבואה, וואס איז בעיקר אינעם קאנצעפּט דערפון, איז בנוגע וואס עס אנבאלאנגט דת. אבער בסתם בעניני מדע וכדומה, וואו חז״ל האבן זיי מפרש געווען און וואו מ׳זעהט א טעות, ״עם היותם נמשכים לדעתם לאחר דעת הנביאים, אין אדם מחוייב להאמין בעל מה שאמרו.״

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 6:28 pm
דורך צקון לחש
איש חזון האט געשריבן:הרב "אביגדור אמיתי"
איך האב מיך באגעגנט מיט א פרישע ספר פון הרב אמיתי מיט'ן נאמען "אמונה טהורה", צו מבאר זיין די פאלגנדע: במה חובה להאמין? במה מותר להאמין? במה אסור להאמין? ובמה לא נכון להאמין?

דא איז א לינק צום ספר לתועלת שוחרי אמונה דפק"ק.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 6:37 pm
דורך שעפטאל
ער האט אפאר ספרים, אלעס גייט מיט די זעלבע הנחה
חז"ל ווייסן די טבע פון די מענטשען אויפן וועלט נישט פון די תורה
פארדעם מעגן זיי טועה זיין, און מ'מעג זיך דינגן אויף זיי

ער ברענגט א גאנצע ליסטע פון ראשונים וואס האלטן אזוי

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 8:42 pm
דורך לייבל שטילער
זיין פריעדיגע ספר האב איך געליינט א לענגערע צייט צוריק און כ'האב זייער הנאה געהאט, גיי מיר ליינען די אויך.
אגב, קענט איר זעהן עטליכע בריוון פון ר' יהושע עינבל צום מחבר וואו ער דינגט זיך אויף איהם דא

Re:

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 3:00 pm
דורך צוויי
ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:16 am בנוגע פרס, לכאורה איז די תירוץ פשוט. א מלוכה הייסט ווען עס איז א מלוכה, נישט ווען עס אונטער א סכנת קיום. פאר די 34 האבן זיי געהאט א רואיג און א געשמאקע לעבן, די אנדערע תקופות זענען געווען פיל מיט מלחמות אינעם לאנד און אינדרויסן.
כדוגמא ווי מ'זעהט אסאך מאל א קאמפאני אדער א טאון "עסטעבלעשט 1945"... אנשטאט נוסד

Re: Re:

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 3:04 pm
דורך סקעפטיקער
צוויי האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 3:00 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:16 am בנוגע פרס, לכאורה איז די תירוץ פשוט. א מלוכה הייסט ווען עס איז א מלוכה, נישט ווען עס אונטער א סכנת קיום. פאר די 34 האבן זיי געהאט א רואיג און א געשמאקע לעבן, די אנדערע תקופות זענען געווען פיל מיט מלחמות אינעם לאנד און אינדרויסן.
כדוגמא ווי מ'זעהט אסאך מאל א קאמפאני אדער א טאון "עסטעבלעשט 1945"... אנשטאט נוסד
עס איז נישט נאר די מימרא אויף די פרס'ישע תקופה, עס איז די גאנע חשבון פון יארן וואס איז פארדרייט לכבוד דעם. בית שני איז געשטאנען בערך 580 יאר אנשטאט 420 וכו'. מ'האט גערעדט דערוועגן דא