בלאט 15 פון 37
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 10:59 pm
דורך מנשה לוסטיג
להעביר גילולים מן הארץ, סקווירא עיר הקודש פארליידט נישט קיין טמא'נע שלענג, און פריער צו שפעטער וואלטן זיי צונישט געווארן, איז געקומען א בחור און צוגעאיילט צו שעכטן דעם שעיר לעזאזל, ועלתה לו.. אבער דער שרץ איז מחוץ לתחום. ברוך השם
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:26 pm
דורך געפילטע פיש
ואתא שופט, ושפט לבחורא, דשרף לכיטרע, דהיכה לכלבא, דפילל בפריוואלד, דאכלא לגדיא, דזבין אבא בתרי זוזי, ואזל בחורא בחד גדיא, חד גדיא.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:30 pm
דורך היימישער ליטוואק
מנשה - דו גלייבסט אין דעם סקווערען רבי'ן שליט"א? ער לאזט דאך נישט זיין אויף דעם טמא'נעם אינטרנעט, טא ווי קומט דאס אז דו ביסט דא?
(אלא מאי, דו ביסט אויך נישט 100% מאמין אין דעם רבי'ן ווען עס איז דיר נוגע, ריכטיג?)
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:44 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך גלייב אינעם רבין טויזענט פראצענט, אבער כ'בין ליידער צו א גרויסע בעל תאווה, און כ'קען נישט טוהן אלעס וואס ער וויל, ממילא גיי איך מיט, מיט וואס דער ציבור טוהט, און ווי עס איז נישט אקעגן, ווי למשל דא צווישן די ווענט פון אונטער.. ווי נאר אזעלכע ווי איך געפונען זיך, שווים איך ארום. אבער גיין אין פארענט פון רבין און פייפן? גיין דווקא אקעגן, נישט ווייל כ'וויל נאר ווייל ער וויל נישט?
פארגעס נישט זיסע ברודער, איך קען די פושעים פערזענליך, זיי זענען געווען מיינע חברים ביז לעצטענס, אבער טיפשים, וואס פישען קעגן די ווינט קענען נישט זיין אין מיין ליסטע.. סליחה
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:53 pm
דורך איחוד פעלד
מנשה
וואס האלסטו זאל טוהן איינער וואס האט נישט קיין געדולד צו דאווענען מיט'ן רביס מנין?
איז עס גערעכט צו מאכען א תקנה אז מען מוז דאווענען מיט זיין מנין?
אויב יא פארוואס?
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:00 am
דורך היימישער ליטוואק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך גלייב אינעם רבין טויזענט פראצענט, אבער כ'בין ליידער צו א גרויסע בעל תאווה, און כ'קען נישט טוהן אלעס וואס ער וויל, ממילא גיי איך מיט, מיט וואס דער ציבור טוהט, און ווי עס איז נישט אקעגן, ווי למשל דא צווישן די ווענט פון אונטער.. ווי נאר אזעלכע ווי איך געפונען זיך, שווים איך ארום. אבער גיין אין פארענט פון רבין און פייפן? גיין דווקא אקעגן, נישט ווייל כ'וויל נאר ווייל ער וויל נישט?
פארגעס נישט זיסע ברודער, איך קען די פושעים פערזענליך, זיי זענען געווען מיינע חברים ביז לעצטענס, אבער טיפשים, וואס פישען קעגן די ווינט קענען נישט זיין אין מיין ליסטע.. סליחה
פארוואס פארשטייסטו נישט דיינע חברים די "פושעים"? אזוי ווי דו קענסט זיך נישט מתגבר זיין אויף דיינע תאוות, האבן זיי זייערע תאוות (למשל: אז דער רבי/קהל/חסידות זאל נישט קענען שאפן איבער מיר, וכדומה) אויף וואס זיי קענען נישט מתגבר זיין.
אין אנדערע ווערטער: פארוואס זענען זייערע תאוות מער "פושעים'דיג" ווי דיינע, דזשאסט ווייל דיינע זענען באהאלטן און זייערע זענען אפן?
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:03 am
דורך יאיר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך גלייב אינעם רבין טויזענט פראצענט, אבער כ'בין ליידער צו א גרויסע בעל תאווה, און כ'קען נישט טוהן אלעס וואס ער וויל, ממילא גיי איך מיט, מיט וואס דער ציבור טוהט, און ווי עס איז נישט אקעגן, ווי למשל דא צווישן די ווענט פון אונטער.. ווי נאר אזעלכע ווי איך געפונען זיך, שווים איך ארום. אבער גיין אין פארענט פון רבין און פייפן? גיין דווקא אקעגן, נישט ווייל כ'וויל נאר ווייל ער וויל נישט?
פארגעס נישט זיסע ברודער, איך קען די פושעים פערזענליך, זיי זענען געווען מיינע חברים ביז לעצטענס, אבער טיפשים, וואס פישען קעגן די ווינט קענען נישט זיין אין מיין ליסטע.. סליחה
וואס גלייבסטו?
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:23 am
דורך הדד בן בדד
יאיר האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך גלייב אינעם רבין טויזענט פראצענט, אבער כ'בין ליידער צו א גרויסע בעל תאווה, און כ'קען נישט טוהן אלעס וואס ער וויל, ממילא גיי איך מיט, מיט וואס דער ציבור טוהט, און ווי עס איז נישט אקעגן, ווי למשל דא צווישן די ווענט פון אונטער.. ווי נאר אזעלכע ווי איך געפונען זיך, שווים איך ארום. אבער גיין אין פארענט פון רבין און פייפן? גיין דווקא אקעגן, נישט ווייל כ'וויל נאר ווייל ער וויל נישט?
פארגעס נישט זיסע ברודער, איך קען די פושעים פערזענליך, זיי זענען געווען מיינע חברים ביז לעצטענס, אבער טיפשים, וואס פישען קעגן די ווינט קענען נישט זיין אין מיין ליסטע.. סליחה
וואס גלייבסטו?
לייען וואס ער שרייבט דא, ער גלייבט אז דער רבי האלט אזוי.
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:27 am
דורך מנשה לוסטיג
איך גלייב אינעם רבין אמונת בעל שם ומשה רבינו, איך טוה נישט קיין זאך אקעגן זיין רצון בפומבי, א פלאץ וואס ער האט קונה געווען על פי דין תורה אמת תורתינו הקדושה, בירושה פון זיין טאטן, איז יעדער פארפליכטעט צו אויספאלגן יעדע תקנה, אפילו מ'פארשטייט נישט די טעם. ווייל אויף דעם תנאי האבן די ערשטע תושבים גע'חתמ'ט זעכציג יאר צוריק.
די ערשטע קשיא איז, וואס ווייסט עטץ וועגן דעת תורה? אויב ענק שואלים, קלערן פאר איין רגע, אז איינער וואס האט געמאכט א מסירה נישט איין מאל און נישט דריי מאל, און אריינגעשלעפט אין די ערכאות אנדערע יודען, און מיט דעם אפען געטרויטן אויפן תורה הקדושה וואס זאגט ושפטתם צדק בין איש ובין עמיתו, און וואלט לכאורה געדארפט נעמען אלץ סידור קידושין מר. סאסמאן, אויב ער גלייבט נאך אין דת משה וישראל.
מיין תורה זאגט, ככול אשר יוריך.. אפיל שהוא אומר על ימין שמאל. אבער איר אומ'וויסענדע קינדערלעך האבן די רחמנות פונעם 'כל המרחם על הרשעים סופו להחזירן עליהם אכזרות. ווי די הייליגע מאירי זאגט, מנהיג שמחל על כבודו אין כבודו מחול, כי זה לא כבודו רק כבוד עדתו, המאמינים בו, על כל חוק פיו.
קען זיין דער מאירי האט נישט געגלייבט אין דעמאקראטיע.. אויך נישט דער בורא עולם, ער האט גענומען דעם הר סיני און כפה להם הר כגיגית.
סקווירא שטעטל איז געבויעט פאר חסידים וואס האבן איין ציל, אויסצופאלגן די דרך וואס די מנהיג פירט, דאס איז א מסורה וואס איז איבערגעגאנגען פון טאטע צו זון, און נישט פון פלישתים צו פדן ארם.. דאס איז מסורת אבות דאס איז א סעקטע ערליכע יודען וואס האבן זיך נישט מטמא געווען די חושים מיט די פארשטינקענע מחלוקת וואס געוויסע קהילות האבן אנגעזייעט נאכן קריג אין יעדע קהילה און אין יעדע מנהיג און דרך, מיר האבן געלויבט גאט א המשכה און ס'נישט נשתכחה. ווער ס'וויל עס מאכן פארגעסן, זאל אויסגעמעקט ווערן אבער שוין כרגע כמימרא כאשר כילי לדבר.
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:32 am
דורך יאיר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך גלייב אינעם רבין אמונת בעל שם ומשה רבינו, איך טוה נישט קיין זאך אקעגן זיין רצון בפומבי, א פלאץ וואס ער האט קונה געווען על פי דין תורה אמת תורתינו הקדושה, בירושה פון זיין טאטן, איז יעדער פארפליכטעט צו אויספאלגן יעדע תקנה, אפילו מ'פארשטייט נישט די טעם. ווייל אויף דעם תנאי האבן די ערשטע תושבים גע'חתמ'ט זעכציג יאר צוריק.
רחמנא ליצלן. איך האף אז ער מיינט דאס נישט ערנסט, נאר אגב חורפיה לא דק.
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:34 am
דורך מנשה לוסטיג
איך זאג וואס איך מיין און איך מיין וואס איך זאג
איך ווייס נישט וועלכע קולטור דו האסט געלערנט, ביי אונז איז אמונה קלאר און מקורות'דיג, ביי אונז אז נישטא אזא מושג ווי רעדן אויף גדולי הדור אויף מנהיגי ישראל אויף דעת תורה ניין שעפעלע, מיר זעמער יודען און חסידים פון מקור.
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:36 am
דורך איחוד פעלד
יאיר האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך גלייב אינעם רבין אמונת בעל שם ומשה רבינו, איך טוה נישט קיין זאך אקעגן זיין רצון בפומבי, א פלאץ וואס ער האט קונה געווען על פי דין תורה אמת תורתינו הקדושה, בירושה פון זיין טאטן, איז יעדער פארפליכטעט צו אויספאלגן יעדע תקנה, אפילו מ'פארשטייט נישט די טעם. ווייל אויף דעם תנאי האבן די ערשטע תושבים גע'חתמ'ט זעכציג יאר צוריק.
רחמנא ליצלן. איך האף אז ער מיינט דאס נישט ערנסט, נאר אגב חורפיה לא דק.
איז אפשר שייך אפיר ברענגען דעם צעטעל וואס מען האט געחתמעט זעכציג יאר צוריק?
עפעס האב איך אן הרגשה אז אין כאן צעטעל ואין כאן חתימה.
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:43 am
דורך מנשה לוסטיג
בסדר, אין כאן צעטל אין כאן חתימה, איך בין עפעס דא זיך שלאגן ווי א ילד בן יומו? יא נישט ניין אפשר..
איך פארצייל פאקטן, קענסט זאגן אז דער ויואל משה איז געווען באלעבוס, קענסט זאגן סקווערע רבי איז דאס איז יענס, קענסט זאגן וואס אומער, ווער איז די מושל בכיפה היינט? ווער איז דער אדון השלום? ווער האט טויזענטע יודען יראים ושלמים ווי אריבערגעפירט פונעם אמאליגן אוקריינא. ווער איז געבליבן מיטן ווינקעלע אן שמוץ צייטונגען קול מבשר הפגנות שייגעץ ארויס פוי ציוני מיט אלע מעשי טפלות.. ווער איז עוסק אין איין זאך.. אויפשטעלן א דור חסידים לדורותם. אויב זאגסטו אז נישט סקווער, וואס איז נאך דא צו רעדן ווייטער.. איך זאג סקווער דו זאגסט בויבעריק איך זאג הימל דו זאגסט ערד.
קען איך דען רעדן בהמה שפראך? ווילסטו עפעס וויסן פרעג. ווילסטו מיר איבערצייגן, וועט עס נישט גיין. ווילסטו אויסקלארן א נושא הנה איך בין גרייט. אבער זאגן איינס מאל איינס איז קארטאפל, דארפסטו דיר אויסזוכן א צווייטע סוגיא, ווייל פון וועם דו רעדסט און אויף וועם דו רעדסט זענען נישט פון דיין סארט ספישי.. נישט דיין סארט בריאה. אדער מיר מאנקיס און דו מלאך אדער גאר..
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 4:57 am
דורך מאיר_וואלף
מנשה לוסטיג האט געשריבן:בסדר, אין כאן צעטל אין כאן חתימה, איך בין עפעס דא זיך שלאגן ווי א ילד בן יומו? יא נישט ניין אפשר..

עס איז מיר נאר געבליבען, נאכאמאל איבער צו חזרן,
מיין רחמנות גייט נישט אויפן בחור,
מיין רחמנות גייט בלויז אויף דיר
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 8:14 am
דורך איך אויך
מנאשקע דאכט זיך מען האט דיר עס שוין געזאגט, נאך דעם בעל הבאנפייער פון דרייע פארטאגס האט נאך קיינער נישט געמאכט אזויפיל שאדן פאר די העיליגע סקווערע פראאפאגאנדע ווי דיר מיט דיינע נאכאנאנדע פערדערישע פירקלערייען, ביטע עפן דיך אויף א א אייגענע בלאג ווי די קענסט דיך אויסנאפחן וויפיל די ווילסט און באמוטשע נישט דאס מענטשהייט!
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 8:21 am
דורך איחוד פעלד
וואס ווילט עטץ פין מנשה. ער איז גוט, ער ברענגט ארויס דער אור פין סקווירא פאר די גאנצע וועלט מיט א קלארקייט.
דער סקווירא איז דער אדון השלום, שטעלט אייך פאר, עס דערמאנט מיר דער טעיפ ווי מען הערט דער דיין זאגט פאר א סקווירא אז פאר מען הייבט אהן מיט די ווילדע שטיק, וויל מען זיך אדורך קומען בדרכי נועם.
דער סקווירא סטראשעט אדער שלום, און אז נישט וועל איך מיט מחלוקת צווינגען מיין שלום, מיט שריפות פראטעסטען און אלימות וועלען אלע איינגעבען צו מיין שלום.
האט היטלער אפשר אויך אזוי געזאגט?
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:03 am
דורך sunbar
עס קען זיין אז מנשה איז נישט 100 פראצענט גערעכט. אבער ער איז גערעכט מיט דעם אז די 'סאטמארע' האבן נישט וואס אריינצורעדן דא...
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:14 am
דורך מאיר_וואלף
sunbar האט געשריבן:עס קען זיין אז מנשה איז נישט 100 פראצענט גערעכט. אבער ער איז גערעכט מיט דעם אז די 'סאטמארע' האבן נישט וואס אריינצורעדן דא...
דו האסט אזוי אליינס באשלאסען!!!
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:17 am
דורך sunbar
מאיר_וואלף האט געשריבן:sunbar האט געשריבן:עס קען זיין אז מנשה איז נישט 100 פראצענט גערעכט. אבער ער איז גערעכט מיט דעם אז די 'סאטמארע' האבן נישט וואס אריינצורעדן דא...
דו האסט אזוי אליינס באשלאסען!!!
יעדער באזעסענע מענטש האלט אזוי. איך וויל נישט אריינגיין אין פרטים וד'ל...
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:22 am
דורך ברסלבער
נאך א נקודה:
ווען איינער שלאגט זיך פאר זיין כבוד, פאר זיין פארטיי, פאר זיין רבי, קען מען עס ענדערשט דולדן, יעדער מענטש האט זיינע געפילן.
אבער ווען עס גייט נאך אויפן אייבערשטנס חשבון, איז שוין אן אנדערע מעשה.
ער וואלט עס באמת נישט געוואלט טוהן, נאר ער איז ממש געצווינגען זיך אנצונעמען פארן אייבערשטן.
ואנשי סדום רעים וחטאים לה' מאוד, זיי האבן געטוהן אלע זייערע שגץ-שטיק נאר פארן אייבערשטנ'ס וועגן.
דער בעל התניא שרייבט אין א בריוו אז אלע צרות קומען נאר פון "מחלוקת לשם שמים".
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:58 am
דורך מאיר_וואלף
ברסלבער האט געשריבן:נאך א נקודה:
ווען איינער שלאגט זיך פאר זיין כבוד, פאר זיין פארטיי, פאר זיין רבי, קען מען עס ענדערשט דולדן, יעדער מענטש האט זיינע געפילן.
אבער ווען עס גייט נאך אויפן אייבערשטנס חשבון, איז שוין אן אנדערע מעשה.
ער וואלט עס באמת נישט געוואלט טוהן, נאר ער איז ממש געצווינגען זיך אנצונעמען פארן אייבערשטן.
ואנשי סדום רעים וחטאים לה' מאוד, זיי האבן געטוהן אלע זייערע שגץ-שטיק נאר פארן אייבערשטנ'ס וועגן.
דער בעל התניא שרייבט אין א בריוו אז אלע צרות קומען נאר פון "מחלוקת לשם שמים".
אויב דו ביסט נישט מסביר וועם דו מיינסט, וועט מען מיינען אז דו מיינסט יעדעם, אויזער סקווירא
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:19 pm
דורך ברסלבער
פאר וועם עס פארשטייט די מענטאליטי פון די היימישע חסידותער דארף מען נישט מסביר זיין פון וועם מען רעדט
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 1:47 pm
דורך משולם שטיינפעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:בסדר, אין כאן צעטל אין כאן חתימה, איך בין עפעס דא זיך שלאגן ווי א ילד בן יומו? יא נישט ניין אפשר..
איך פארצייל פאקטן, קענסט זאגן אז דער ויואל משה איז געווען באלעבוס, קענסט זאגן סקווערע רבי איז דאס איז יענס, קענסט זאגן וואס אומער, ווער איז די מושל בכיפה היינט? ווער איז דער אדון השלום? ווער האט טויזענטע יודען יראים ושלמים ווי אריבערגעפירט פונעם אמאליגן אוקריינא. ווער איז געבליבן מיטן ווינקעלע אן שמוץ צייטונגען קול מבשר הפגנות שייגעץ ארויס פוי ציוני מיט אלע מעשי טפלות.. ווער איז עוסק אין איין זאך.. אויפשטעלן א דור חסידים לדורותם. אויב זאגסטו אז נישט סקווער, וואס איז נאך דא צו רעדן ווייטער.. איך זאג סקווער דו זאגסט בויבעריק איך זאג הימל דו זאגסט ערד.
קען איך דען רעדן בהמה שפראך? ווילסטו עפעס וויסן פרעג. ווילסטו מיר איבערצייגן, וועט עס נישט גיין. ווילסטו אויסקלארן א נושא הנה איך בין גרייט. אבער זאגן איינס מאל איינס איז קארטאפל, דארפסטו דיר אויסזוכן א צווייטע סוגיא, ווייל פון וועם דו רעדסט און אויף וועם דו רעדסט זענען נישט פון דיין סארט ספישי.. נישט דיין סארט בריאה. אדער מיר מאנקיס און דו מלאך אדער גאר..
ווער קען מיר זאגן וואס די איידעלע בחורים זאגן ביי 1:40?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GAOPkSjI5UA[/youtube]