בלאט 15 פון 16
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער חזו"א איז אוועק פלוצלונג, אויף א ליל שבת אין מיט'ן נאכט. צופרי, ווען דער שמועה איז צושפרייט געווארען, האבען בני ברק איינוואונער געשטראמט צו זיין שטוב און איהם אנגעוואונטשען א גוט שבת!!
דא
נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 2:54 pm
דורך יין שרף
שו"ת דברי חיים
נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 2:56 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נע ס'מיינט נישט כפשוטו. (איך ווייס אז סקומט נישט אריין דא, אבער כ'האף עטס וועטס פארשטיין)
נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 11:45 am
דורך איש חזון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער חזו"א איז אוועק פלוצלונג, אויף א ליל שבת אין מיט'ן נאכט. צופרי, ווען דער שמועה איז צושפרייט געווארען, האבען בני ברק איינוואונער געשטראמט צו זיין שטוב און איהם אנגעוואונטשען א גוט שבת!!
דא
(עס איז דא דארט א ט''ס, צ''ל ''ברטלר'' במקום ''פרנקל'')
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 10:32 pm
דורך ונבנתה העיר
רש"י אין דברי הימים: יש מפרשים אזוי, וי"מ כך, וזה וזה אין בהם רוח חיים...
(מ'דארף סתם אזוי עפענען אן אשכול פאר מליצות ופאנים. בערל?)
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:14 pm
דורך איש חזון
ונבנתה העיר האט געשריבן:מיוחס לרש"י אין דברי הימים: יש מפרשים אזוי, וי"מ כך, וזה וזה אין בהם רוח חיים...
(מ'דארף סתם אזוי עפענען אן אשכול פאר מליצות ופאנים. בערל?)
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 1:13 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין מוריה שנת תשמ"ב, האבען זיי געדרוקט די צוואה פון דער בעל לחם הפנים, חתנו של בעל מגן אברהם.
שרייבט ער דארט וויל פאלגענד:
באתי לגזור עליכם שלא תשתו שום רפואה משום רופא שבעולם אף מן רופא מומחה כי הטבעים נשתנו והם עושים כל מיני רפואות ע"פ ספרים ישנים ושם נכתבו העשבים והסממנים לפי הטבעים שהיו בעתים ההם ועכשיו נשתנו ורובם מתים ונאספו בלא זמנם וללא משפט ע"י הרופאים לאפוקי רפואות שחוץ לגוף אם אינו מועיל לא יזיק ומעודי עד היום הזה ברוב שנותי לא רציתי לקבל שום רפואה לשתות משום רופא מהאי טעמא
מ'זאל זיך דוקא נישט פארלאזען אויף אלטע רפואות.
דא האט איהר דער בילד פון זיין ווערטער
אוצר החכמה_108067.jpg
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 2:53 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:רש"י אין דברי הימים: יש מפרשים אזוי, וי"מ כך, וזה וזה אין בהם רוח חיים...
(מ'דארף סתם אזוי עפענען אן אשכול פאר מליצות ופאנים. בערל?)
ונבנתה העיר: ייש"כ. די פראבלעם איז אז ס'פאלט מיר איין א גוטע מליצה אדער א פאן (מיט א פ"א דגושה און קמ"ץ) ווען איך בין נישט ביים קאמפיוטער. למשל אינמיטן דאווענען. אדער ווען איך דרייוו דעם באס. און ביז איך קום אן צו די מאשינקע האביך עס שוין פארגעסן...!
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 2:58 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר: נאר אויף דיין פריער'דיגע מליצה פון די רש"י אין דברי הימים..."י"מ כך. וי"מ כך"... דאס דערמאנט מיך. אז מ'איז אמאל געגאנגען פרעגן פון א געוויסן גרויסן אדמו"ר, וואס די וועלט האט געמיינט אז ער איז א תלמיד חכם וידען, א געוויסע שאלה. האט ער (נעבעך נישט וויסנדיג די תשובה איבער די הלכה אדער מנהג.) האט געענטפערט זייער קלוג...."ס'איז דא א טייל וואס פיהרן זיך אזוי. און א טייל פיהרן זיך אזוי...!
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 9:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין אגרות משה חלק ח׳, אז די סבה פארוואס די אידיש שפראך איז געבליבען לאנג נאך דעם וואס אידען האבען פארלאזט דייטשלאנד, איז צוליעב די ברכה פון יפת אלקים ליפת, וואס אשכנז איז פון יפת און זייער שפראך האט א פלאץ אין אהלו של שם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 1:17 pm
דורך ונבנתה העיר
סידור אדמוה"ז (הללו את ה' מן השמים):
וכנראה בטבע, הזכר נוטה לחסד יותר מן הנקבה, שמלאה דינין ורוגז כו'.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 1:21 pm
דורך כוכב
יא, כ'האב אמאל געזען ערגעץ שטיין כרחם אב על בנים אז דער טאטע האט מער רחמנות אויף די קינדער ווי די מאמע.
שטייט שוין אין חז"ל אז א פרוי בעט זיך שווערער איבער.
אויב מעג איך ווייטער זיין א סעקסיסט, ווען איך רוף א פירמע און די רעסעפשאניסט איז א מאן בין איך אלץ מער מצליח און ס'איז א לייכטערע ערפארונג ווי א פרוי ואתכם הסליחה.
#לאוו_יו_האני
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 2:42 pm
דורך איש חזון
שרה עיניה צרה באורחין
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 4:50 pm
דורך בנימין
ומפני מה האיש מקבל פיוס ואין אשה מקבלת פיוס זה ממקום שנברא וזו ממקום שנבראת (נדה לא:)
רש"י - מקבל פיוס - נוח לרצות: זה ממקום שנברא - אדמה עפר תיחוח נוח ליבטל אבל בשר ועצמות קשין:
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 8:49 pm
דורך ונבנתה העיר
אז יוסיפון באנוצט זיך שוין מיט'ן פסוק מהרסיך ומחריביך ממך יצאו, במשמעותו המליצי.
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 9:34 pm
דורך פליקער
א פרישע מעשה, א בר מצוה מתנה פרעס טראק
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 11:55 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פליקער האט געשריבן:א פרישע מעשה, א בר מצוה מתנה פרעס טראק
ברוך הבא פליקער. ס'דא האפענונג.
אינז וועלן זיך נישט באגעניגן מיט אן איין שורה'דיגן מעסדזש פון אכט אהאלב ווערטער, מיר ברויכן גאנצעטע ארטיקלעך ווי אמאל. חדש ימינו כקדם!!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 10:25 am
דורך איך אויך
נישט קיין נייער געדאנק, שוין דא אין יוראפ מער ווי 10 יאר. עס איז איינעם איינגעפאלן א געדאנק פאר פרנסה און כדרכם של יודעלעך האט ביז א קורצע צייט ארויסגעשפראצט קאמפעטישן, און היינט האט שוין יעדע ספרים געשעפט א אייגענע בר מצוה מתנה טראק ולא זכר איש את המסכן וואס האט עס אנגעהויבן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 3:46 am
דורך קל לראש
געפילטע פיש האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: קודם צום ענין. דער חילוק איז אז הליפורנוס איז געווען א גרויסער רשע. אויך האט מען נישט געוויזן פאר א יעדן דעם קאפ. משא"כ ביי אייסיס. זיי הרג'נען אומשולדיגע מענטשן. אויך. מ'ווייזט עס אויף ווידיאו אין די גאנצע וועלט.
שלא מן העניין: איך באמערק אז דו לערנסט פון די נייע סטייל משנה ברורה. די נייע נישט טראדיציאנעלע מאכט מיך געפערליך נערוועיז. כאטש זיי שרייבן אז דאס טוט פארגרינגערן דעם לימוד... נישט ביי מיר...!
לשיטתם הארגענען זיי אויך רשעים, ס'הייסט? זיי זענען כופר אינעם נביא מוחמד!
ס'דא וואס טענה'ן טאקע אז פונקט ווי מ'צענזורירט סעק*סואלע נושאים אין חומש ווען מ'לערענט מיט קינדער, זאל מען אויך צענזורירן די גראפישע ווייאלענס חלקים. זיי האבן א טענה.
למשל עקידת יצחק און משה רבינו'ס רעאקציע צום עגל, פינחס רעאקציע צו מעשה זמרי און אפשר גאר השי"ת עונשים צו דעם אלעם.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:36 am
דורך קל לראש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז דאנאלד טראמפ איז א קרוב מיט פיהל אידען. דער וואס האט געליינט 'בוסתנאי' פון מארקוס לעהמאן ווייסט אז ער איז דער יחיד מבית דוד וואס איז געבליבען פון א פוטש פונ'ם פארסישען קעניג און ער האט שפעטער חתונה געהאט מיט'ן טאכטער פון יענע קעניג (נאך איהר גיור, פארשטייט זיך) הרב שרירא גאון און שפעטער דער מהר"ל זענען דארט אייניקלאך. דאנאלד טראמפ איז אן אייניקעל פון יענער פארסישע קעניג
ערשטנס, רב שרירא גאון שרייבט קלאר אין זיין באקאנטע תשובה
"ואבהתא דילנא דבי נשיאה אינון, מיהו
שבקוה כל הני ארחתא בישתא דנשיאות ועיילו ברבנן במתיבתא
למבעא עונה ושפלות ונמיכות. ולא מבני בסתנאי אנחנא אלא מקמי'
הכי עיילי זקננו ברבנן דמתיבתא"
און אויב די יחוס בריוו פון מהר"ל איז אמת שטייט דארט אז ער איז אן אייניקל פון רב האי גאון. ממילא איז ער נישט קיין קרוב מיט להבדיל טראמפ.
אויסער דעם שטייט דארט אז בוסתנאי האט געהאט צוויי ווייבער.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:33 am
דורך איסר האטלקי
כוכב האט געשריבן:יא, כ'האב אמאל געזען ערגעץ שטיין כרחם אב על בנים אז דער טאטע האט מער רחמנות אויף די קינדער ווי די מאמע.
שטייט שוין אין חז"ל אז א פרוי בעט זיך שווערער איבער.
אויב מעג איך ווייטער זיין א סעקסיסט, ווען איך רוף א פירמע און די רעסעפשאניסט איז א מאן בין איך אלץ מער מצליח און ס'איז א לייכטערע ערפארונג ווי א פרוי ואתכם הסליחה.
#לאוו_יו_האני
פארוואס איז איז אין וומס"ג לייכטער צו דרייוון ווי אין ב"פ? ווייל אין ב"פ איז דא מער נשים דרייווערס.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:04 am
דורך יעלה ויבא
איסר האטלקי האט געשריבן:פארוואס איז איז אין וומס"ג לייכטער צו דרייוון ווי אין ב"פ? ווייל אין ב"פ איז דא מער נשים דרייווערס.
בדרך כלל זענען די גאסן ברייטער.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:19 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:יא, כ'האב אמאל געזען ערגעץ שטיין כרחם אב על בנים אז דער טאטע האט מער רחמנות אויף די קינדער ווי די מאמע.
שטייט שוין אין חז"ל אז א פרוי בעט זיך שווערער איבער.
אויב מעג איך ווייטער זיין א סעקסיסט, ווען איך רוף א פירמע און די רעסעפשאניסט איז א מאן בין איך אלץ מער מצליח און ס'איז א לייכטערע ערפארונג ווי א פרוי ואתכם הסליחה.
#לאוו_יו_האני
כוכב: ווען איך רוף ערגעץ צו א קאמפאני און דער רעסעפשאניסט איז א מאן. נישט א פרוי. ווייס איך אז ער איז (מסתמא) א ל.ג.ב.ט. קיו. און די פירמע האט איהם געדינגען ווייל זיי וויללן זיין פאליטיקלי קארעקט...!