בלאט 15 פון 66

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:22 pm
דורך ישראלי
בכלל קידושין אינו תופס באשת איש

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:23 pm
דורך רימון
ביי אן אומדנא דמוכח פסקנ'ט מען אז הוי דברים בפרט אין אזא פאל וואס עס איז מער ווי אן אומדנא.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:57 pm
דורך יאסל ראקאווער
זעמער נישט אלע כשרע עדי קידושין, אונז האב מיר אלע עס געזען מיט אונזער אויגען.. עדי לקיומא!

סתם אזוי, אנטשין האט א הכשר אויף זיין עסן. די אנדערע מאה שערים יידן וואס זיצען דארט זענען אויך מחללי שבתים? אוי וויי געוואלד.

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:00 pm
דורך ישראלי
אגב ווי איז דאס אנטשין? (איך וואלט געקענט באשטיין אמאל צו באזוכן דארט)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 6:35 pm
דורך חקרן
קודם כל, יישר כח פארן ציבור, וואס האט מיר ארויסגעהאלפן צו קענען זען שטיסל. און א בקשה פאר אדנירם, זאל מוחל זיין מיט זיין ביאור מעמיק אויף די שפילערס וכו'... כולנו מצפים לזה בכליון עינים.

ליינענדיג וואס דער עולם שרייבט דא, קומט מיר ממש צו וויינען און איך פרעג מיר אליין: 'פארוואס מערק איך נישט אויף די אלע נקודות וואס מענטשן מערקן אויף? פארוואס באמערק איך נישט די פסיכילאגישע מחשבות וואס ליגן אונטער די מעשים פון מענטשן?' - איך האב נישט באמערקט שולמ'ס נאטור לויט ווי אזוי מען לייגט אים דא אראפ. איך האב געקוקט אויף די מעשה ווי א מעשה, הערשט נאך וואס דער עולם דא האט גע'מסבר'ט די פיגורן, האב איך עס טאקע באמערקט. און עס טוט מיר זייער וויי, אז איך האב נישט דעם פינפטן חוש ביקורת, אפצולערנען וואס עס קומט פאר אונטער די הערצער פון די שפילערס. איך שרייב בלויז די ווייטאג פון מיין הארץ.

איך וויל פרעגן עטליכע זאכן וואס איז מיר איינגעפאלן ביי די לעצטע סעריע:
א. דער חנינא טוניק, קען ער נישט אריינפאלן אצינד אין לעגאלע פראבלעמען? - פארוואס רופט נישט גיטי פאליציי אויף אים וגמרנו?

ב. רוחמי קוקט מיר אויס ווי א סתירה: אין עונה 1, האט עס אויסגעקוקט ווי זי האלט פארן גליטשן, דוכט זיך אז מען זעט איר אפילו רייכערן שבת. דא זוכט זי גאר א כניאקישער בחור וואס וויל זיך באשיצן פון מחשבות זרות און זי וויל אים העלפן לערנען. פארוואס?

ג. בכלל, אזוי ווי אנדערע האבן אויפגעמערקט: וואו איז חנינא'ס משפחה? - שלאפן זיי טאקע אין שוהל? - האט דער שוהל נישט קיין באזוכער?

ד. דער חנינא קוקט מיר נישט אויס ווי א בלויזע אקטיאר, ער זעט אויס ממש ווי א חרדי, אדער איינער וואס איז אפגעפארן... זיין תפילה איז זייער הארציג און אמת'דיג. ווייסט איינער ווער ער איז און וואס די סטארי איז?

ה. קען זיך די באבע מלכה נישט אריינלייגן אין פראבלעמען? - די לעצטע טעלפאן קאל פון רביצין ערבליך איז געווען צו איר און זי איז געווען די איינציגסטע וואס האט זיך געפינען דארט בשעת מעשה... וואס וועט די פאליציי זאגן?

ו. וואו איז צבי אריה שטיסל נעלם געווארן אין די עונה?

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 6:45 pm
דורך ירא שמים
וואס איז די ציל פון אזא סארט סעריע? איז די ציל ריין אינטערטעינמענט אדער ס׳קומט לערנען עפעס חכמת חיים?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 6:50 pm
דורך קאצקע ציקער
[tag]חקרן[/tag] צבי אריה שטיסל קען מען יא זעהן אויף עונה 2 פרק 1
איך האב א צווייטע שאלה.. ווי איז שלום שטיסל'ס צווייטע טאכטער די חבדסקער , איהר שוועסטער מאכט א שמחה אין זי קימט זיך נישט באטייליגען?

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2015 8:00 pm
דורך shmelka
.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2015 9:52 pm
דורך קאווע טרינקער
וויאזוי קען ליבי אזא פיינע עברית? זי וואוינט דאך אין בעלגיע.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 07, 2015 10:13 pm
דורך קאצקע ציקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:וויאזוי קען ליבי אזא פיינע עברית? זי וואוינט דאך אין בעלגיע.

ווייל איהר טאטע מאמע זענען ישראלי'שע

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 8:14 pm
דורך חקרן
שוין דא נאך א פרק? - אויב נישט, ווען דארף עס ארויסקומען - אויב יא, קען עס איינער אהערברענגען פאר די גע'כשר'טע מענטשן?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 3:12 pm
דורך יהושע חיים
עס איז אינטערסאנט אז קיינע קען נישט אפירברענגן די פרקים 5 6 וואס איז שוין ארויס
(איך האב פראבירט צו זיכען אבער איך בין נישט אזוי באהאוונעט וויאזוי)
דער וואס קען נאר וויל איך זאגן בשם מיר און אנדערע מיר קוקען שטארק ארויס דעראויף

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 4:10 pm
דורך [NAMELESS]
לויט ווי איך הער איז אפילו 4 נאך נישט ארויס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 4:13 pm
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז אפילו 4 נאך נישט ארויס

לויט ווי איך זע [שוין צוויי בלעטער צוריק אין דעם אשכול], איז פרק 4 שוין יא ארויס...
על המחיה האט געשריבן:שטיסל עונה 2 פרק 4
https://copy.com/hFQCQa3BBYMCbFCQ

============
פרק 5 איז זיכער שוין אויך ארויס, און כ'מיין אז אויך פרק 6, אבער ס'נאכנישט ארויף דא אין אשכול.
ווער וועט א טובה טון פארן ציבור?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 5:20 pm
דורך נשמת אדם
וויפיל איך האב געזוכט זעה איך אז כאטש עס האט שוין געשפילט טאקע אויך פרק 5 און 6, אבער איז עס נאכנישט אוועילעבל אויפן נעט, עס איז נישט מעגליך דערווייל דאס צו אהער ברענגען.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 6:38 pm
דורך יהושע חיים
https://www.youtube.com/watch?v=j-SipYhwEOg

איך זעה אז דא קען מען עס באקימן איך פארשטיי אבער נישט וויאזוי אפשר קען איינער ארויסהעלפן (אזוי אויך איז דא אויפן זעלבער טשעניל פרק 6)

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 6:45 pm
דורך shmelka
יהושע חיים האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=j-SipYhwEOg

איך זעה אז דא קען מען עס באקימן איך פארשטיי אבער נישט וויאזוי אפשר קען איינער ארויסהעלפן (אזוי אויך איז דא אויפן זעלבער טשעניל פרק 6)

טאטש נישט יענער לינקס! מסתם א נעסטי וויירוס, אזוי ווי אייביג.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:13 pm
דורך רימון
סאיז ספעם

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:33 pm
דורך פרייוויליג
[Forwarded from IᔕᖇᗩEᒪ]
עקב בקשות חוזרות [emoji844]

שטיסל עונה 2 פרק 5
ישודר עוד חודש ימים[emoji732]️

פרקים שנישלחו עד עכשיו היו הדלפות...[emoji39]

צוות לולו - סרטים [emoji41][emoji41][emoji41]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:46 am
דורך קאצקע ציקער
שש וויזוי ביסטו אזוי זיכער אז פרק 5 איז שוין ארויס?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 2:18 am
דורך [NAMELESS]
איך ציה צוריק. ס'האט געהייסן אז ס'וועט ארויסקומען דעם שבת, אבער מעשה שטן [?...] הצליח און כ'מיין אז ס'איז טאקע נאכנישט ארויס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 3:58 am
דורך מבקר
שטיסל, בדרך לברוקלין......

א באריכט לויטערט אז איינער האט אפגעקויפט די זכות צו קענען איבערמאכן די סעריע אויף די אמעריקאנע סטייל, מיט אידיש/ענגליש וכו'.

דערווייל שטודירן זיי נאך די אמעריקאנע חרד'ישן לעבן, באלד דערנאך וועט מען עס שוין אנהייבן פילעמען.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 11:07 pm
דורך ראוונע
אבי גערעדט האט געשריבן:האט איינער אויפגעכאפט, אז 90% ווען מ'זעט שלום שטיסל, זעט מען אים ביי די עבודת האכילה, מה פשט?

שפעטער ווען מען טרעפט די ביכל פון קעסטענבוים די שדכן זעהט מען טאקע ווי ער איז אים מגדיר מיט צוויי ווערטער
מעשן ואוכל