בלאט 15 פון 44

נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 12:29 am
דורך הגיון
די לעצטע פאר יאר האב איך אלץ געהאט א פילטער אויף מיין פאון. איך פלעג האבן דזשעי נעט, קעי ניין, אדער א אינטערנעט לאק. היינט האב איך גארנישט, און די סיבה איז די Rise פון די היימישע פילטערס. יא, טאקע די פילטערס וואס וואלטן געדארפט אויסצוזען די גרינגסטע האט מיר געמאכט די שווערסטע. פאר די חלק אליין אז איך מוז דאס האלט מיך צוריק. יארן האב איך געהאט א פילטער ווייל קיינער האט מיך נישט געהייסן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 12:34 am
דורך ירח בן יומו
הגיון האט געשריבן:די לעצטע פאר יאר האב איך אלץ געהאט א פילטער אויף מיין פאון. איך פלעג האבן דזשעי נעט, קעי ניין, אדער א אינטערנעט לאק. היינט האב איך גארנישט, און די סיבה איז די Rise פון די היימישע פילטערס. יא, טאקע די פילטערס וואס וואלטן געדארפט אויסצוזען די גרינגסטע האט מיר געמאכט די שווערסטע. פאר די חלק אליין אז איך מוז דאס האלט מיך צוריק. יארן האב איך געהאט א פילטער ווייל קיינער האט מיך נישט געהייסן.

עס איז נישט [tag]הגיוני[/tag] זיך שפילן מיט פייער ווייל אנדערע מאנען שווערע תקנות. אם אין אני לי מי לי. לייג חאטש וואס די פלעגסט האבן. עס איז דאך דיין נשמה, נישט זייערע.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 12:35 am
דורך ראשעקאל
לייג קעי 9. ס'איז די בעסטע

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 9:37 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס אז דא איז נישט דער פלאץ, אבער אז מ'רעדט שוין, זאל זיין.
מ'זאגט מיר פון k9 אז מיין טעלעפאון שטימט נישט דערמיט. אויף מיין קאמפיוטער האב איך נישט קיין פראבלעם, ווארום איך האב נישט קיין אינטרנט אינדערהיים און ווען איך גנבע וויי-פיי בין איך אלס אין א מקום רבים. אויפ'ן פאון וואלט איך יא געוואלט א פילטער, נישט ווייל איך האב געזינדיגט ב"ה, נאר פאר ליידיגייען. ווען איך וואלט געהאט א פילטער אויפ'ן פאון וואלט איך לכאורה געהאט מער צייט אין טאג.
ווי טרעף איך אן אומזיסטער פילטער פאר אן אנדרויד פאון?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 9:41 am
דורך בן אדם
גיי צו טעג און זאג זיי אז דו ווילסט נישט צאלן. זיי וועלן דיר גערן נאכגעבן.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 11:01 am
דורך ירא שמים
נט ספרק

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 12:34 pm
דורך פרייוויליג

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 12:47 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ער האט נאר א פראבלעים מיט אייפאון, ב״ה כהאב א געלעקסי, מיין קינדער וועלן נישט האבן מחלות אין קאפ אזוי ווי ער שעלט.
סתם אינטרעסאנט ווי א רב וואס מהאט חושש געווען אויף זנות קומט מיר אנטיילן וועגען אינטערנעט אין שעלט כאילו אונז האבן געטוען וואס ער האט (אפשר) געטוען.

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 12:55 pm
דורך נהורא נפישא
פרייוויליג האט געשריבן:http://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/397772/rabbi-berland-those-with-iphones-will-have-autistic-children-and-have-brain-impairments-wives-must-divorce-husbands.html

הרב בערלאנד

ס'קען זיין אז ער לייגט א אויג אויף עטליכע פרויען און פארדעם וויל ער אז יעדער זאל זיך גט'ן

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 12:56 pm
דורך HotCoffee
האבן זיין עלטערן געהאט א אייפאון?
ה"י וואס ס'איז געווארן פון עם.

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 1:06 pm
דורך נהורא נפישא
לאז אפ זיינע עלטערן, ער האט געטראפן זיווגים אן האבן אן אייפאון.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 1:08 pm
דורך HotCoffee
איך רעד וועגן די brain impairments.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 3:49 pm
דורך יהושע חיים
בילד

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 5:10 pm
דורך שמעקעדיג
טייערע אייניקלעך! גייט אייך געזונטערהייט וואו די אויגן טראגן אייך, און הערט מיר אויף איינטיילן ווי אזוי צו פירן מיין שטוב, בבחי' ונהפוך הוא.

א פרייליכן פורים!

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 5:13 pm
דורך נולד מאוחר
אינטערסאנט ביי אונדז איז פונקט פארקערט, דו אייניקלעך קלעבן צי די פעטער וואס האט א סמארטפאון.

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 5:19 pm
דורך שמעקעדיג
פורים ליינט מען דאך וכלים מכלים שונים, לעשות כרצון איש ואיש.

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2016 6:06 pm
דורך געוואלדיג
אזא מין עקל און גרויל האב איך שוין לאנג נישט געשפירט, פוי.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 12:52 am
דורך מור וקציעה
הרב שטינמן זאגט פאר א איד נישט צו איינלאדענען אויף סעודת פורים מענטשען מיט סמארט-פאון'ס אפילו כדי לקרבם ליהדות

(זעה דעם צווייטען דף למטה)
בילד
בילד

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 2:02 am
דורך מור וקציעה
הרבי מויז'ניץ: איני מוחל למי שיעביר תמונות שלי בקבוצות
בבית המדרש "מרכז חסידי ויז'ניץ" התכנסו גברים ונשים לכינוס נגד פגעי הטכנולוגיה בו הזהיר האדמו"ר כי אינו מוחל למי שיעביר תמונות שלו קבוצות ולמי שיצפה בתמונותיו במכשירים פסולים
שאול כהנא|י' באדר ב' תשעו 06:31 20.03.16

בילד
כ"ק האדמו"ר מויז'ניץ - "איני מוחל למי שיעביר תמונות שלי בקבוצות"
כ"ק האדמו"ר מויז'ניץ (צילום: יהושוע פרוכטר)

בבית המדרש מרכז חסידי ויז'ניץ נערך אמש (מוצאי שבת) כינוס מיוחד נגד פגעי הטכנולוגיה בראשות האדמו"ר מויז'ניץ ובהשתתפות קהל החסידים, גברים ונשים, זאת תחת הכותרת "לטהרינו".

את המשא המרכזי נשא האדמו"ר שהגיע במיוחד ממקום שהותו בערד ונאם בפני הציבור באריכות על הצורך והחובה של משפחה חסידית להתנתק מהכלים הטמאים.

האדמו"ר מויזניץ הרחיב בתוצאות הקשות שגרמו השימוש במכשירים טכנולוגים להידרדרות רוחנית ולהרס משפחות וקרא להיזהר ולהתרחק מכך.

הרבי זעק מדם ליבו כי אינו רוצה שיעבירו תמונות שלו בקבוצות (ברשתות החברתיות) וכי אינו מוחל למי שיעשה זאת וכן שלא יצפו בתמונות שלו במכשירים פסולים.





די שארפע דיבורים פון הקוה''ט שליט''א קומט נאכדעם וואס אינשי דלא מעלי האבען פארשפרייט אויף וואצעפ בילדער פון אבינו רועינו שלא ברשות הגבאים

בילד
כמובן איז כ''ק מרן הקוה''ט שליט''א ווייטער מעודד ומחזק את כל הפיקטשער אויסגאבעס שנוטלים חלק בהפצת תמונת זיו איקוניו שדומה לחמה ודיוקנו הטהור וקלסתר פניו שדומה למלאכי השרת שמעורר את העם לתשובה וליראת שמים ע''י התמונות הקדושים

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 6:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זיך מיך. איך בין נישט מוחל..... פארוואס ביסטו דער מחותן דא? טאמער ס'טויג נישט, זאג דאס! הער אויף מיט זיך!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 5:50 pm
דורך פרייוויליג
די ווייטע אויג פון אחשורוש

ImageUploadedByTapatalk1458510650.564647.jpg

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 6:53 pm
דורך שמעקעדיג
טאקע ווייטע אויגן... אז ער האט א ווייטע/לאנגע נאז האב איך אליינס באמערקט אויפן בילד; דער חידוש איז אז די אויגן זענען אויך ווייט..

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 8:49 pm
דורך יעלה ויבא
uploadfromtaptalk1458521368280.jpg


Sent from my LGLS990 using Tapatalk