בלאט 15 פון 21
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:08 pm
דורך דעת תורה
איך קען מער נישט דאונלאודן זאכן פון קראום. איך וויל עפעס דאונלאודן מוז איך נוצן א אנדערע בראוזער. וואס טוט מען?
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:10 pm
דורך דעת תורה
ווי אויך זוך איך א לעזונג איינמאל פאר אלעמאל, וויאזוי צו קענען האבן אויף מיין דעווייס עפפס וואס גוגל פלעי האט דעסיידעט עס איז נישט קאמפעטיבל מיט מיין דעווייס.
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:24 pm
דורך געפילטע פיש
דעת תורה האט געשריבן:איך קען מער נישט דאונלאודן זאכן פון קראום. איך וויל עפעס דאונלאודן מוז איך נוצן א אנדערע בראוזער. וואס טוט מען?
וואס געשעהט ווען דו פראבירסט דאונצולאודן?
דעת תורה האט געשריבן:ווי אויך זוך איך א לעזונג איינמאל פאר אלעמאל, וויאזוי צו קענען האבן אויף מיין דעווייס עפפס וואס גוגל פלעי האט דעסיידעט עס איז נישט קאמפעטיבל מיט מיין דעווייס.
אויב דו האסט א Rooted דיווייס קענסטו עדיטן געוויסע פיילס און טוישן די ID פון דיין פאון צו א נעקסעס, וואס דארט קען מען אלעס דאונלאודן, אויב דו ביסט אינטערעסירט וועל איך אויפזוכן און פאוסטן די אינסטרוקציעס. אדער קענסטו שאפן א APK פייל פון יענע עפפ און עס side-load'ען אויפן דיווייס.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 4:12 am
דורך George
שמעקעדיג האט געשריבן:אסאך מאל ווערט מיר קשה פשוט'ע פונקציעס, כאילו זיי עקזיסטירן נישט, כ'ווייס נישט פארוואס
וואו קען איך אנשטעלן וועלכע SOUND מיין פאון זאל מאכן ווען איך באקום א טעקסט מעסעדש, א וואויס מעיל, וכדומה?
ביי די נייערע ענדרויד'ס האבן זיי געלייגט דעי אפשען ביי יעדע עפפ עקסטער פאר די ספעסיפיק.
למשל ביי טעקסט מעסעדזשעס: גייסטו צו Setting וועסטו דארט זעהן אלע Rington Options און אזוי ביי יעדע עפפ. נאך איין מזל אז די Volume האבן זיי יא געלאזט די אפשען אין די מעין סעטונגס פון די פאון.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 11:29 am
דורך שמעקעדיג
יישר כח דזשארדזש!
אזוי פשוט, און דאך האב איך עס נישט געקענט אויספיגערן אליינס, עד שבא דשארדזש ודרשו.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:16 pm
דורך שמעקעדיג
(הגם דא רעדט מען פון ענדרויד אין דזשענעראל, און נישט פון פאונס, זעה איך נשט קיין בעסערע אשכול וואו אריינצושטעלן מיין תגובה.)
איך האב שוין מיין אנדרויד טעלעפאן צו גוטן פאר בערך 1.5 יאר, און לעצטנס איז עס געווארן אזוי שטייט אז מען קען צוקראכט ווערן.
דאס איז שוין נאכן אנ-איסטולירן אסאך עפפס, און אויסרייניגן די מעמארי און די CACHE מיט אפאר עפפס, וואס נאך קען זיין דער משוגעת?
עס איז געווען שנעל ווען כ'האב עס געקויפט. עס האט א צווייפאכיגע-ווארצל (Dual Core) און לויפט אויף 1.2 GHZ, גאנץ שנעל פאר יענע צייט ווען עס איז ארויסגעקומען. פארוואס פאסירט דאס?
אפשר ווייל איך האב צופיל טעקסט מעסעדזשעס אין מעמארי? צופיל קאנטאקטס? קאל היסטארי?
ביי די טעבלעטס (נעקסוס 7, די אלטע) האב איך געזעהן רעוויואס אז עס ווערט שטייט מיט דער צייט. דארט איז נישטא קיין טעקסט. נישט קיין היסטארי פון קאלס און נישט קיין קאנטאקטס!
אויפן קאמפיוטער זענען פאראן פראגרעמס וועלכע קענען אראפנעמען דזשאנק פיילס און קלינען די רעזשיסטרי, אראפנעמען אומוויכטיגע סטארט-אפ פראגראמ'ס און אנדערע טריקס, וואס קען מען טון צו פארשנעלערן דעם טעלעפאן?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:22 pm
דורך chosen people
איך מיין אז מעסעדשעס, ספעציעל בילדער פון די מעסעדשעס, נעמען אויף אסאך פלאץ.
איך האב אן עפפ וואס הייסט clean master, איך מיין אז עס נעמט אראפ אלע זשאנק פיילס.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 6:37 pm
דורך שמעקעדיג
יישר כח. איך פארמאג דאס אויך. עס העלפט אביסל, אבער נישט גענוג.
אט האסטו א סקרינשאט פון מיר.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:37 am
דורך דעת תורה
עס ווערט שטייט ווייל מען האט אפן אסאך עפפס, וואס מען האלט אין איין צולייגן, און אסאך דערפון ראנט אין די בעקגראונד ווילאנג מען לעשט עס נישט אויס אויף א ספעציעלן וועג. עס קומט צו אסאך קעטש'ס, וואס בלייבן אינעם רעם, און מאכן שטייט.
---
איך האב לעצטנס צוויי פראבלעמען מיט מיין ענדרויד. איינס, אז קראום מאכט פורים פון מיר, קריכט - קראכט וחוזר חלילה. איך האב עס שוין געדראפט און צוריקגעגאנגען צום סטאק בראוזער, איך בין נאר נייגעריג וואס איז די סיבה קראום טוט דאס צו מיר.
צווייטנס, זינט טאקע דער אויבנדערמאנטער "clean master" עפפ איז געקומען צו מיר מיט א פארשלאג, אריבערצופירן פארשידענע עפפס צום (בילט אין) עס די קארד, האב איך זיך געלאזט איבעררעדן און טאקע אזוי געטאן, מיט דער האפענונג אז עס וועט שנעלער מאכן מיין ענדרויד. למעשה, האב איך איינמאל ריסטארטעט, און והנה, אלע עפפס אויפן עס די קארד עפענען זיך נישט. App not installed קומט ארויף. וואס איז די פשט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:10 am
דורך שמעקעדיג
נישט זיכער, אבער מען קען עס דאך לכאורה צוריקרוקן, נישט אזוי?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:27 am
דורך דעת תורה
איך גלייב נישט אז צוריק רוקן וועט עס צוריק אינסטאלירן. איך דארף מעניועלי אינסטאלן יעדן עפם נאכאמאל, איך וואונדער זיך נאר צי עס קומט אזוי (למשל ווען מען האט עפס אינסטאלט, וואס די מעמארי ליגט אויף א רעמאוועבל עס די קארד, אז מען נעמט עס איינמאל ארויס און מען לייגט עס צוריק וועט דאס פאסירן?)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 4:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך ברעך מיך קאפ שוין יארן, פארוואס קען איך נישט טרעפן א resend button אין texts msgs ס'נאר דא א fwd button. איך האב א s3.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 4:37 pm
דורך שמעקעדיג
מען דארף זיך נישט ברעכן קאפ, עס איז פשוט נישט פארהאן.
דאונלאוד די עפפ
Go SMS Pro
עס האט די Resend אפציע און נאך פיל אנדערע גוטע זאכן, מיט א סעלעקציע פון Themes
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 7:55 pm
דורך chosen people
אדער handcent.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:05 pm
דורך chosen people
ראסטי בריק היינט ארויס געקומען מיט די ארטסקרול עפפ, אין ארטסקרול געט יעצט איין באנד בחינם, איר קענט זיך אויס קלויבן וועלעכע איר ווילט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:28 pm
דורך משה רוקח
די דאונלאוד לינק פאר פלעש פאר ענדרויד האט איינער?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:55 pm
דורך נייגעריגער
משה רוקח האט געשריבן:די דאונלאוד לינק פאר פלעש פאר ענדרויד האט איינער?
http://forum.xda-developers.com/showthr ... ?t=2139513
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 1:31 pm
דורך שמעקעדיג
מיין ענדרויד האט אויפגעהערט זיך צו קאנעקטן צום קאמפיוטער, ד.ה. ווען איך קאנעקט עס מיט א USB קעיבל צום קאמפיוטער, קומט עס מער נישט ארויף אויפן קאמפיוטער, און ממילא קען איך נישט טרענספערן קיין פיילס אהין און צוריק. איך האב שוין רעסטארטעד מיין פאון און מיין קאמפיוטער, אן קיין ערפאלג.
עני העלפ עוועילעבל?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:44 pm
דורך געפילטע פיש
דו האסט די דרייווערס אויפן קאמפיוטער? וואס געשעהט ווען דו שטעקסט עס איין? קומט עפעס ארויף אויפן פאון אדער אין קאמפיוטער? האו אבאוד דיווייס מענעדזשער?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:50 pm
דורך שמעקעדיג
קודם, שקויעך פארן זיך וויסנדיג מאכן.
אודאי האב איך די דרייווערס, איך נוץ שוין דעם זעלבן קאמפיוטער לאנגע יארן. איך האב פרובירט אויף 4 באזונדערע קאמפיוטערס, עס זעהט אויס עפעס מיט מיין פאון איז דער פראבלעם.
געווענליך ווען איך שטעק עס אריין אין קאמפיוטער, פלעגט ארויפקומען 3 נייע דעווייסעס, איינס א מאטאראלע דרייוו (Motocast), און נאכדעם די אינטערנעל סטארעדזש פון מיין סעל פאון, און די דריטע די SD קארטל פון מיין פאון.
אצינד קומט נאר ארויף די ערשטע, די מאטאראלע דרייוו (זעה בילד)
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:52 pm
דורך שמעקעדיג
מאדנע! כאשר בא כן ילך!
יעצט אריינשטעקנדיג איז אלעס צוריק צום אלטן ב"ה, אלעס ארבעט צוריק על מתכונתו כבשנים קדמוניות.
געפילטע, עס מוז זיין אז מלאך רפאל גייט מיט דעם גרעסטן געלערנטן, און נאך איידער דו האסט מיר געענדיגט וועלן געהאלפן איז שוין די ישועה געקומען!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:04 pm
דורך געפילטע פיש
דו מיינסט ס'א דזשאוק, איך ווארף זיך מיט אזעלכע מופתים טאג טעגליך...
בד"וו, האט יעצט ארויסגענומען די SD קארטל צום ערשטן מאל אין די לעצטע תקופה?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:10 pm
דורך שמעקעדיג
וואס עפעס? בכלל טאטש איך נישט די SD קארטל כמעט, נאר ווען איך שטעל צו דעם פאון צום קאמפיוטער, ערשיינט דער קארטל אינהאלט צווישן די איבריגע.
(ארויסצונעמען מיין SD קארטל דארף מען אראפשרויפן דעם בעק קאווער)