בלאט 15 פון 29
נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 4:46 pm
דורך יואליש
שמערל האט געשריבן:געהערט אמאל פון איינער וואס איז אמאל געווען אלס קינד ביי א חתונה ווי יום טוב ערליך האט געשפילט אויף זיין אקארדיון. דעמאלטס איז די ניגון ובאו האובדים בארץ אשור ארויסגעקומען און עס איז געווען פון די האט ניגונים ביי חתונות, האט דער אינגל געבעטן יום טוב ערליך זאל שפילן די ניגון. אבער ער האט נישט געוואלט ווייל עס קומט פון שלמה קארלבאך...
איז ער געווען אזא היפאקריט?
זייער אן אינטערעסאנטר אנקדאט. ס'איז שווער צו זאגן אז עהרליך איז געווען אן היפאקריט. זיין חן באשטייט אין גרויס טייל אז ער הערט זיך אוטענטיש און אמת'דיג. אנדערש פון רוב - אויב נישט אלע - אנדערע חסידישע רעקארדינג ארטיסטן וועלכע זינגן אידישקייט כדי צו קעיטערן צו א קלייענטעל, האט עהרליך רעקארדירט אידישקייט מלובש אין מוזיק, קונסט און הומאר, האפענדיג אז ער וועט באשאפן א קלייענטעל דערפאר, ווי אויך אז ער וועט פארלויפן די מידיום וואס הייבט זיך אן אריינצובאקומען אין אידישע הייזער (רעקארד פלעיארס) און אנשטאט צו הערן קארלבאך, קווארטין און זשאו אמאר, וועט זיינע ווארעמע הוראות, חוזק פון סעקיוליזם, און ראמאנטאזירונג פון אידישקייט און דער גליקליכער-אמאל אריינדרינגן אין די וויליאמסבורגע בראונסטאון הייזער. אין אנדערע ווערטער, איך זעה עהרליך אלס אזא א סארט רבי/משפיע (בעיקר פאר מאמעס) פון איבערפלאנצן א אידישקייט און חסידישקייט פאר די פאסט-האלאקאוסט דור און זיין מעטאד איז געווען די נייע טעכנעלאגיע פון רעקארדירונג און די אור אלטע קונסט פון מוזיק.
מ'קען זאגן אז ער האט געהאלטן אז דער בעל שמחה וואלט עס נישט געוואלט פאר די סיבה און עהרליך איז סך הכל א שכיר וואס ברויך דינען דעם בעל שמחה'ס רצון. אויך קען מען מחלק זיין אז ס'איז געווען אן השקפה'דיגע באשלוס וויבאלד קארלבאך איז געווען, ווי מ'זאגט, בכם ומכם און אקטיוו, און האט מושך געווען. משא"כ א פאלקס ליד וואס האט נישט קיין בעה"ב אונטער דעם און זיכער נישט א לעבעדיגע ציענדע פיגור. ס'איז זייער אן ארטאדאקסישע וועג פון טראכטן, ווי די עיקר פראבלעם ווערט געמאסטן לויט וואס פארא השפעה דאס קען אימפארטירן און וויפיל חומת התבדלות דאס קען אומווארפן. דאס איז די יסוד פון "השקפה" איבער הלכה, לפי דעתי העניה. דא קומט אריין די "נאז" און "שמעק" פון א פרומער איד. ס'איז א שפיר פון הא לן והא להוא וואס איז נישט היפאקריטיקעל.
וואס אן אמת איז דאס ביסודו מדאורייתא ומדרבנן. פון חוקת הגוי ביז בישל עכו"ם. יעדע זאך איז געמאסטן לויט וויפיל קירב הדעת ס'ברענגט מיט א גייסט וואס מ'וויל זיך אפטיילן און דראעט זיך אריינצוברעכן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 5:55 pm
דורך יואליש
כ'האב לעצטענס געהערט פונעם עטנאמוזיקאלאדזשיסט
וועלוועל פאסטערנאק אז ער איז נאכגעגאנגן די מקור וויאזוי די מיסירלו, א קלארער מיטעלאנדישע ניגון, איז אריבערגעקומען צו די אידן. פאסירט האט עס מיט יארן צוריק ווען די ברסלב'ע חסידים פלעגן טאנצן אין מירון (דאכט זיך ער האט געזאגט אפי' ל"ג בעומר) און שפעט אריין אין די נאכט האבן די לאקאלע דרוזן זיך צוגעשטעלט טאנצן און מוסיף געווען מחול אל הקודש זייערע ניגונים און טענץ. דארט איז מיסירלו אופגעכאפט געווארן אלס א "ברסלב'ער ניגון".
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 6:23 pm
דורך ביליג
האט יו"ט ערליך געוויסט יעדע ניגון פון ווי עס שטאמט ?
מען האט די ניגונים געזינגען ביי באו בשלום
צער בעלי חיים - קינדער טעיפ
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 3:17 pm
דורך יואליש
אין די 80ער אדער 90ער יארן איז ערשינען די "קינדערוועלט" סעריע פון קינדער אלבוימס ארויסגעגעבן דורך א חשוב'ע וויליאמסבורג'ע משפחה. פיל פון די קינדער טעיפס ווי, שפעטער, "לכל זמן" און אנדערע אין יענע צייטן האבן געניצט סעקולארע ניגונים מיט היימישע ליריקס. אבער רוב מאל איז די רעדע געווען פון א נורסערי ריים אדער אמעריקאנע פארשפרייטע ניגון,און זאגאר דיזני ניגונים. אבער איך מיין כ'האב געטראפן איינס מיט א מקור אין די אור אלטע רוסישע פאלקס לידער.
די רוסישע ניגון "פישערמאן טאנץ" אין איר היימישע ווערסיע זינגט איבער צער בעלי חיים. די צווייטע פאלט זינגט "
א הינט וואס בילט, א לייב וואס שרייט, א פייגעלע וואס פליט, א שלאנג וואס קריכט - מ'טאר זיך נישט רייצן, טשעפענען מיט זיי, ווייל דאס איז דאך די עבירה פון צער בעלי חי". די ניגון איז נאכאמאל פראדצירט געווארן אין א קינדער טעיפ מיט א זאמלונג פון קינדער ניגונים, פון יו"ט עהרליך און אנדערע.
ווער דערקענט די ניגון און איז דאס ווירקליך ענליך?
http://youtu.be/TkISQb2EA0k
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 1:15 am
דורך גראף
נאכנישט געזעהן דא.
מרדכי בן דוד'ס אלבום דער ניגון ''הנה לא ינום'' פון דער רעקארד הננו.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=jBOkhzkPM4M[/youtube]
https://youtu.be/jBOkhzkPM4M
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 1:18 am
דורך גראף
מ.ב.ד. ניגון "שיר השלום".
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tfnBxbDz77U[/youtube]
http://youtu.be/tfnBxbDz77U
נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:43 pm
דורך נעגעל וואסער
אויף די נייע סי.די. "ביטס" פון יואלי גרינפעלד איז דא עטליכע גויאישע ניגונים וואס ער האט מגייר געווען.
ממילא די אינטרא פון "עברי אנכי" וואס קומט פון עד שיראן'ס
ניגון איז נישט געפערליך ווייל ס'נישט אזא באקאנטע ניגון.
אבער ניגון #16 "קול ששון" קומט פון איינער פון די מערסטע באקאנט
ניגונים אויף יו טוב "אפטאון פאנק", וואס האט שוין באלד צוויי אין א האלב ביליאן וויואס.
קוקט אויס, אז ס'שוין מער נישט קיין בושה צו לקח'נן פון פרעמדע פעלדער.
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 2:47 am
דורך צום פינטל
נעגעל וואסער האט געשריבן:אויף די נייע סי.די. "ביטס" פון יואלי גרינפעלד איז דא עטליכע גויאישע ניגונים וואס ער האט מגייר געווען.
ממילא די אינטרא פון "עברי אנכי" וואס קומט פון עד שיראן'ס
ניגון איז נישט געפערליך ווייל ס'נישט אזא באקאנטע ניגון.
אבער ניגון #16 "קול ששון" קומט פון איינער פון די מערסטע באקאנט
ניגונים אויף יו טוב "אפטאון פאנק", וואס האט שוין באלד צוויי אין א האלב ביליאן וויואס.
קוקט אויס, אז ס'שוין מער נישט קיין בושה צו לקח'נן פון פרעמדע פעלדער.
Six 13
האט יעצט ריליסעד א סינגעל מיט ענגלישע ווערטער אויף עד שיראן טון
סזעט אויס ווי זיי האבן אן אגענדע אריין צוברענגען גוישע מוזיקה ביי אינז
דרך אגב זיי האבן אסאך ניגינים וואס איז א חלק אדער אין גאנצען גויש
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 7:36 am
דורך נעגעל וואסער
אוודאי. פון ווי מיינסטע איז איך קען די ביידע ניגונים? נאר פון זיי.
כ'מיין אז אלע זייערע ניגונים איז פון מקור לא טהור.
זיי שרייבן געווענטליך אין די דיסקריפטשען וועמענס ניגון דאס איז.
אלס בעסער ווי די וואס נעמען אין מאכן גאר א שתיקה, א שטייגער ווי לוי'ס ניגון אחכה לו וכו'...
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 8:40 am
דורך יעקב איש תם
זעט מיר אויס אז יעדער ווייסט נאר ווען אידן "בארגן" פון גוים, וויל איך ווייזען צוויי פלעצער ווי גוים בארגן פון אונז
די אנהייב דא איז חבד'ס רחמנא דעני
https://youtu.be/qiB98Wbsdloווער געדענקט The Mess Grew Bigger פון Uncle Moishe זאל דאס אויך דערקענען (נשים, לשון...)
https://youtu.be/uR4WFPa6xuISent from my Nexus 6 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 4:41 pm
דורך געפילטע פיש
יעקב איש תם האט געשריבן:ווער געדענקט The Mess Grew Bigger פון Uncle Moishe זאל דאס אויך דערקענען (נשים, לשון...)
https://youtu.be/uR4WFPa6xuISent from my Nexus 6 using Tapatalk
די ניגון איז סך עלטער ווי Uncle Moishy, כמעט הונדערט יאר עלטער. 1893 טו בי עקזעקט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=D3VZDRfpypw[/youtube]
https://www.youtube.com/watch?v=D3VZDRfpypw
נשלח: מאנטאג יולי 03, 2017 4:56 pm
דורך סלינקי
מ.ב.ד - ליכטיגער שבת (1982)
https://m.youtube.com/results?q=close%2 ... ebber&sm=1(1965)
אין א
אינטערוויו זאגט מרדכי אויף די ניגון:
"השיר מתוך האלבום "שבת". כשהיה לנו את כל החומר לאלבום, היה חסר לנו שיר אחד באנגלית ושיר אחד באידיש. באותה תקופה, קיימתי הופעה בירושלים ובמטוס, בנסיעה חזרה לניו-יורק,
נפל לי לחן. השמעתי את זה למפיקי האלבום והם מאוד התלהבו. זה היה הפעם הראשונה שכתבתי גם מילים."
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 9:30 pm
דורך ארי נוהם
מענינא דיומא: אונזער ניגון אויף "מעוז צור", אין איר אריגינאלער פארמאט (לוטעראנישע קירכע).
https://youtu.be/n6anvv85OEgלייענט אויך דא א לענגערע פארש ארבעט דערוועגן:
http://onegshabbat.blogspot.co.il/2013/ ... 9.html?m=1
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 10:22 pm
דורך נעגעל וואסער
מ'קען קלאר הערן פון דעם ניגון אז דאס קומט גראד פון קירכע ארויס! כ'האב נאר נישט געוויסט וועלכע, אצינד ווייס איך שוין...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 11:33 pm
דורך berlbalaguleh
נעגל וואסער: ס'איז נישט קיין ראיה. אפשר פארקערט. אז די טוירטש האט געגנב'עט אידישע ניגונים און תנועות...!
די תנועות פונ'ם ניגון אויף מעוז צור קלינגען ווי יעקיש דייטשע תנעות. פי' וואס די דייטשע אידן האבן קאמפאזירט און געזינגען פאר הונדערטער יארן...!
מדי דברי: אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אין אן אנדער'ן אשכול אז איך בין נתעורר געווארן פון א ניגון געזינגען דורך א גוי'אישן זינגער. און איך האלט אז אונזערע גרויסע אידישע קאמפאוזערס און זינגערס ווי מרדכי בן דוד און אברהם פריעד וואלטן עס געקענט אדאפטן (צופאסן) מיט אידישע ליריקס אין א שיינעם אידישן ניגון.
דער סאנג הייסט ..."קאנטרי ראודס, טעיק מי בעק טא דהע פלעיס איי בעלאנג. טא וועסט ווירדזשיניע"...! געזינגען דורך דעם פארשטארבענעם זינגער דזשאהנני דענווער...!
שומרי מצוותיה - בעלז
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2018 8:10 pm
דורך געפילטע פיש
הערענדיג Abie ראטטענבערג'ס לב ונפש אלבום לעצטענס, די הויכע פאל פון
חסל סידור פסח איז גענוי די זעלבע ווי די הויכע פאל פון שומרי מצוותיה. כ'שטעל מיך פאר אז ראטענבערג'ס איז עלטער ווי בעלז, די
טאן זינגט ער שוין אויף די ערשטע אלבום פונעם Journeys סעריע. נישט ממש א גוישע מקור, אבער אויך א פיינע גניבה.
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 12:54 am
דורך גדעון
די ניגון פון די נוירט קאריע טשירלידערס ביי די אלימפיקס זעהט אויס ווי א היימישע זאך
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 12:57 am
דורך קפה נמס
וואס עפעס שטעלסטו זיך פאר אז ראטטענבערג איז פריער?
ראטטענבערג איז נאכנישט קיין צעהן יאר. דאכט זיך מיר אז מ'זינגט עס שוין פיל לענגער אין די היימישע גאס.
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:04 am
דורך געפילטע פיש
קפה נמס, ס'זעט זיך אן אז דיר האט מען נישט געגעבן צו זייגן Journeys צוזאמען מיט די מאמעס מילך. די ערשטע Journeys איז שוין ארויסגעקומען דריי און דרייסיג יאר צוריק אום 1984.
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:31 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געפילטע פיש האט געשריבן:הערענדיג Abie ראטטענבערג'ס לב ונפש אלבום לעצטענס, די הויכע פאל פון
חסל סידור פסח איז גענוי די זעלבע ווי די הויכע פאל פון שומרי מצוותיה. כ'שטעל מיך פאר אז ראטענבערג'ס איז עלטער ווי בעלז, די
טאן זינגט ער שוין אויף די ערשטע אלבום פונעם Journeys סעריע. נישט ממש א גוישע מקור, אבער אויך א פיינע גניבה.
דער ניגון איז אן אור אלטע ירושלימ'ער ניגון, און איך האב עס שוין געהערט עטליכע מאל אויף 'כי הנה' ליל יוהכ"פ.
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:54 am
דורך מנחם אבראמאוויטש
איך זיך שוין לאנג א מקור פאר א לכה דודי ניגון וואס מ'זינגט בעיקר ביי די ליטווישע.
א שטייטע ניגון, ס'הערטס זיך וואו א מודזיץ ניגון אבער איך קען עס נישט טרעפן אין ערגעץ.
שלאפלאזע נעכט...
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 8:38 pm
דורך געפילטע פיש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:הערענדיג Abie ראטטענבערג'ס לב ונפש אלבום לעצטענס, די הויכע פאל פון
חסל סידור פסח איז גענוי די זעלבע ווי די הויכע פאל פון שומרי מצוותיה. כ'שטעל מיך פאר אז ראטענבערג'ס איז עלטער ווי בעלז, די
טאן זינגט ער שוין אויף די ערשטע אלבום פונעם Journeys סעריע. נישט ממש א גוישע מקור, אבער אויך א פיינע גניבה.
דער ניגון איז אן אור אלטע ירושלימ'ער ניגון, און איך האב עס שוין געהערט עטליכע מאל אויף 'כי הנה' ליל יוהכ"פ.
וועלעכער? חסל צו שומרי?
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2018 8:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
חסל
Sent from my LG-K373 using Tapatalk