בלאט 15 פון 63
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:47 pm
דורך שמעקעדיג
זיי ליינען נישט די מעידזשאר העדליינס פון אלע גרויסע פאפולערע צייטונגען? זיי זענען ממש אויסגעטון פון די וועלט?
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:47 pm
דורך קרעקער
מאכסט מיך לאכען
דיבלאזיא? קען טאמפסאן?
זעכער זענען זיי נישט צום האַבען יעצט, יא זיי וועלען לויפען צם רבינס טיש און צום ארמארי כ"א כסלו כאפען שיינע בילדער, אבער ווען מען דארף זיי הערט מען נישט קיין פיפס אפילו א פארדאמונג נישט
איין זשוליאני האט געהאט די באליס צו גיין ארויס קעגען די מאפיא
מארק מיי ווארד חברה נו יארק אונטער דיבלאזיא גייט ווערען פינקט ווי אינטער דינקינס
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:56 pm
דורך נאר,,פרייליך
ק''מ האט א לייוו הוקאפ פינעם קאנפרענס
א שוואגער געט איבער אויף ק''מ פילע פון די גיטע מעשים פינעם איש החסד רבי מנחם הי''ד
.....
דר'עולם צוגייט זיך שוין
בחדרי באריכט פינעם קאנפרענס:
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63310אין מאנסי האט איינער בויקאטירט דעם פאוסט
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 3:59 pm
דורך חד גדיא
גאנץ געלונגען די פרעס קאנפערענץ.
צום סוף האט א צופרידענער טענענט גערעדט.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 4:10 pm
דורך איינגעמיירעט
סאיז זייער מסוכן מיט דיע חברה זיי ארבעטען קעפ אויף קעפ,דער לענדער ארבעט אונטער איינעם און יענער ארבעט אונטער נאכאיינעם, און אז מכאפט איינער קען אן אנדערער רצחנען און סטראשענען, ממוז כאפן אגאנצע גרופע אינאיינעם, און דאס איז שוין א לאנגע מעשה.
וואו אוכט האבען זיי דאפעלטע איידענטיפוקאציעס.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 4:55 pm
דורך מאן דאמר
ס"איז מיר שווער צו גלייבן אז מען גייט די באנדיטן נישט דערווישן, 2014, מען האלט חשבון אויף יעדן, די NSA פרשה יוכיח אז מען קען גארנישט באהאלטן.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 4:59 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'האלט אז ס'איז גאר גאר וויכטיג אז מען זאל חאפען די פארברעכער אין ברענגען צי גערעכטיגקייט, ס'האט נישט ציטוהן נאר מיט די יעצטיגע מעשה, ס'האט ציטוהן צי ווייזען פאר די אינטערוועלט אז מען הייבט נישט אן מיט די אידישע קאמיוניטי אין טאמער יא צאלט מען א פרייז,
ס'דא צוויי וועגען וויזוי עס צי טוהן, טאמער די פאליציי קאאפערירט אין טוהט צי דער זאך הרי טוב, אבער טאמער זיי פוילעצען אונטער דאן איז אזוי,
קודם דארף די וויליאמסבורג עסקנים דינגען גוטע פריוואטע אינוועסטיגעיטער צי טרעפען די שולדיגע, אין מיט די שולדיגע מיין איך נישט די וואס האבען עס געטוהן, דאס אויך אבער דער עיקר איז צי טרעפען דער וואס שטייט אונטער דעם,
דאס וועט אויפטוהן אויך צי לייגען פרעשור אויף די פאליציי אז מען וועט טרעפען די פארברעכער מיט זיי צי אן זיי,
יעצט איז אזוי, טאמער נאכען טרעפען די פארברעכער, וועט די פאליציי טוהן צי די זאך אין זיי אנקלאגען, הרי טוב, טאמער זיי וועלען ווייטער שלעפען די צייט אין גארנישט טוהן, דאן מיינט דאס אז רציחה איז מותר געווארען אין מען צאלט נישט קיין פרייז דערפאר, נו קען מען דאך טוהן די זעלבע זאך וואס זיי האבען געטוהן, מען צאלט פאר א "קילער" אן איבערלאזען עווידענס צי ערמארדען די שולדיגע, אין אזוי שיקען א מעסעדזש צי די אלע שווארצע רוחות, אז מען הארגעט נישט אין די אידישע קאמיוניטי,
אין טו העלל מיט די פאליס דיפארטמענט, זיי זענען מסתם פארט פין די פראבלעם נישט פין די סעלושען,
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:02 pm
דורך היימישער ליטוואק
מיין געסס איז אז מכאפט זיי נאך ביפאר שבת פ' בשלח.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:03 pm
דורך נאר,,פרייליך
שטעל דיר פאר ווען בעובדא דהר''ר יחזקאל שמש וואלט די שטיבעל שוין געווען אין קראפט........
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:11 pm
דורך היימישער ליטוואק
אין נאמן פון ני פאסט וויל איך אויסדריקען אונזערע מיקסט פילינגס. אונזער צופרידנהייט, אז ב"ה, כ'מיין טהענק ג-ד, האט אונזער צייטונג באקומען די זייער נויטיגע פובליסיטי אין די ניו יורקער גאס. חז"ל האבן אונז שוין גלערנט אז בעד פובליסיטי איז גוד פובליסיטי. גוט אז איר שרייט אין זיד, גוט אז איר קאכט און שוימט, איר זענט לעבדיגע עדות אז אונזער צייטונג איז עלייו ענד קיקינג.
פון דער אנדערער זייט פילן מיר א מארראלישן חוב אויסצודריקן אונזער סימפאטיע צו די שטארק פאמיליע און צו די שווארץ-היטל-טראגעדיגע געמיינדע פון עקסטרעם-אורטהדאסקסיטשע אידן וועלכע מאכן נעבך מיט אזא טראגישע פארלוסט.
מיר פארזיכערן אייך אז אונזער רעפארט מיינען גארנישט פערזענליך, מיר דרוקן נאר אויס אונזער קאנסטיטוציענאל בארעכטיגטע פרייהייט פון די פרעססע. מיר האפן אז מיר וועלן ווייטער קענען רעפארטירן מיט פרופעסיאנאליזם אויף אייערע שמחות און אלגעמיינע נייעס.
מיט עהרע און רעספעקט,
נ.י. פאסט
(-מקום החתימה)
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:16 pm
דורך שמעקעדיג
חזקיהו המלך האט געשריבן:כ'האלט אז ס'איז גאר גאר וויכטיג אז מען זאל חאפען די פארברעכער אין ברענגען צי גערעכטיגקייט, ס'האט נישט ציטוהן נאר מיט די יעצטיגע מעשה, ס'האט ציטוהן צי ווייזען פאר די אינטערוועלט אז מען הייבט נישט אן מיט די אידישע קאמיוניטי אין טאמער יא צאלט מען א פרייז,
ס'דא צוויי וועגען וויזוי עס צי טוהן, טאמער די פאליציי קאאפערירט אין טוהט צי דער זאך הרי טוב, אבער טאמער זיי פוילעצען אונטער דאן איז אזוי,
קודם דארף די וויליאמסבורג עסקנים דינגען גוטע פריוואטע אינוועסטיגעיטער צי טרעפען די שולדיגע, אין מיט די שולדיגע מיין איך נישט די וואס האבען עס געטוהן, דאס אויך אבער דער עיקר איז צי טרעפען דער וואס שטייט אונטער דעם,
דאס וועט אויפטוהן אויך צי לייגען פרעשור אויף די פאליציי אז מען וועט טרעפען די פארברעכער מיט זיי צי אן זיי,
יעצט איז אזוי, טאמער נאכען טרעפען די פארברעכער, וועט די פאליציי טוהן צי די זאך אין זיי אנקלאגען, הרי טוב, טאמער זיי וועלען ווייטער שלעפען די צייט אין גארנישט טוהן, דאן מיינט דאס אז רציחה איז מותר געווארען אין מען צאלט נישט קיין פרייז דערפאר, נו קען מען דאך טוהן די זעלבע זאך וואס זיי האבען געטוהן, מען צאלט פאר א "קילער" אן איבערלאזען עווידענס צי ערמארדען די שולדיגע, אין אזוי שיקען א מעסעדזש צי די אלע שווארצע רוחות, אז מען הארגעט נישט אין די אידישע קאמיוניטי,
אין טו העלל מיט די פאליס דיפארטמענט, זיי זענען מסתם פארט פין די פראבלעם נישט פין די סעלושען,
אזא תגובה האבעך שוין לאנג נישט געזעהן פון דיר, חזקיהו.... עס מאכט נישט קיין סענס קיין איין שורה, עס איז אלעס דמיונות וואס דו וואלסט זייער געוואלט, אבער וועט נישט פאסירן אין די ווירקליכקייט
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:18 pm
דורך סאשי פיש
אן ענטפער
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:20 pm
דורך שמעקעדיג
חזקיהו המלך האט געשריבן:כ'האלט אז ס'איז גאר גאר וויכטיג אז מען זאל חאפען די פארברעכער אין ברענגען צו גערעכטיגקייט, ס'האט נישט צו טוהן נאר מיט די יעצטיגע מעשה, ס'האט ציטוהן צי ווייזען פאר די אינטערוועלט אז מען הייבט נישט אן מיט די אידישע קאמיוניטי אין טאמער יא צאלט מען א פרייז,
הא הא, די אינטערוועלט גייט זיך טאקע שטארק דערשרעקן פון די ריזיגע אידישע קאמיוניטי, כאילו מיר זענען עפעס פאוערפול כח,
שוין צייט איינצוזעהן אז ליידער 'אונזער כח' איז גוט פאר א זייפן בלאז, עיין ערך רובאשקין, וועבערמאן, גראסמאן, וכו'.
קודם דארף די וויליאמסבורג עסקנים דינגען גוטע פריוואטע אינוועסטיגעיטער צי טרעפען די שולדיגע, אין מיט די שולדיגע מיין איך נישט די וואס האבען עס געטוהן, דאס אויך אבער דער עיקר איז צי טרעפען דער וואס שטייט אונטער דעם,
וויליאמסבורגע עסקנים? ווער זענען זיי? מיט וועמענס געלט? וועמענ'ס צייט? און דאס שוין נאכדעם וואס זיי נעמען דיר אויף פאר זייער וועגווייזער און מדריך...
דאס וועט אויפטוהן אויך צו לייגען פרעשור אויף די פאליציי אז מען וועט טרעפען די פארברעכער מיט זיי צי אן זיי,
איך האף זיי האבן גענוג טיילענאל צו פארנעמען אזא שרעקליכע פרעשור
יעצט איז אזוי, טאמער נאכען טרעפען די פארברעכער, וועט די פאליציי טוהן צי די זאך אין זיי אנקלאגען, הרי טוב, טאמער זיי וועלען ווייטער שלעפען די צייט אין גארנישט טוהן, דאן מיינט דאס אז רציחה איז מותר געווארען אין מען צאלט נישט קיין פרייז דערפאר, נו קען מען דאך טוהן די זעלבע זאך וואס זיי האבען געטוהן, מען צאלט פאר א "קילער" אן איבערלאזען עווידענס צי ערמארדען די שולדיגע, אין אזוי שיקען א מעסעדזש צי די אלע שווארצע רוחות, אז מען הארגעט נישט אין די אידישע קאמיוניטי,
הא הא הא הא הא........... דא האבן די רויבער אויסגעשאסן......
אין טו העלל מיט די פאליס דיפארטמענט, זיי זענען מסתם פארט פין די פראבלעם נישט פין די סעלושען,
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:29 pm
דורך מאטי
היימישער, I used to think highly of you, did anybody abduct your nick?
שובבי"ם תורה און די שטארק טראגעדיע
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:29 pm
דורך היימישער ליטוואק
דער זון פון סאטמער רבי פון וויליאמסבורג, האט שוין בשעת שאלעשידעס גוואוסט פון דעם טראגעדיא, האט ער גהאלטן א הספד/דברי התעוררות צו די וויינעדיגע קולות פון אומשודלדיגע תמימות'דיגע בחורים.
זענען די בחורים'ס עבירות שולדיג?
מעג מען מספיד זיין שבת?
מעג מען תשובה טוהן מיט טרערן און בכיות שבת?
הערט
דא און זאגט אייער מיינונג
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:35 pm
דורך נאר,,פרייליך
[justify][center]שיינער געדאנק פון א איי שרייבער[/center]
וואס האבען מיר מיטען גוי??
טאטי! טאטי! איינער האט געזאגט א מיאוסע ווארט...אוי וויי! ווער? מ'טאר דאך נישט...עפעס א גוי, דא אויפן קארנער!אה! קינד מיינס. קוק נישט אהין, און הער דיך נישט צו. דערפאר ביזטו דאך א איד...
***א שרעקליכע טראגעדיע וואס דער שפראך איז צו ארים צו באשרייבן האט פאסירט ביי אונזער היימישן עולם, מיט א רציחה איבער א באליבטן אינגערמאן וואס איז באקאנט געווען מיט זיין צדקה וחסד, און אפילו אן זיינע מצות ומעשים טובים, אן זיין רעזומעי אין חסד, איז ער א טאטע פאר 8 קינדערלעך געווען, און מאן פאר א נארוואס געווארענע אלמנה. אזוי טראגיש! אידן נעמען זיך אינטער גוטע קבלות לעילו נשמתו כדרכם בתורה, און מ'בעט דעם אייבערשטן אז ווייטער זאלן מיר נישט ח"ו געפרואווט ווערן מיט אזוינע שרעקליכע נסיונות.קומט אריין דער אלעמען באקאנטער שווארצער מלאך דער משחית, און ווי נאר ער זעהט א געוויסע ערנסטקייט אויף זיינע אנגעלאקערטע אידעלעך, זוכט ער כל מיני טצדקים זיי צו מטשטש זיין און פארדרייען דעם קאפ פונעם עיקר, און אלעס נאר כדי זיי זאלן נישט האבן דעם ריכטיגן דעת צו באטראכטן מיט א אידישן בליק דעם גאנצן עפיזאד.ער זעצט זיך אריין אין די קעמערלעך פון די שמוציגע ניו יארק פאוסט ווי ער האט עמטליך א שטאב מיט ארבייטער'ס וועלכע טוען וואס ער הייסט אן קיין צוויי מאל הייסן, און ער הייסט אז דאס מאל זאל מען שרייבן עפעס שמוציגער ווי געוויינליך.ער ווייסט אז זיינע אנדערע קאמאנדירן ווי טוויטער פעיסבוק און אלע אנדערע אינטערנעט זייטלעך וועלן אים פולקאם דעקן, און ער ווייסט אז ער האט גענוג קאנדידאטן וואס זאלן ארום פירן דעם שמוץ אז ס'זאל קלעבן אויף אלע זייטן פונעם אידישן פאלק ליידער..
.***לאמיר פארשטיין וואס דא קומט פאר!
יארן צוריק ווען עס האט זיך נאר אפגעשפילט סיי וועלכע פרשה ביי אידן, צו איז עס געווען א פרייליכע געשעעניש, אדער ח"ו א טראגעדיע, איז אלס געווען ביי אידן א צוזאמענארבייט סיי אין די שמחה און סיי ח"ו דאס פארקערטע. מ'האט זיך אלעמאל געשפירט איינער דעם צווייטן, פונקט ווי היינט, און נאך מער.איין זאך אבער איז נישט געווען! די פאר אידן וואס פלעגן ברענגען די נייעס אין ביהמ"ד און מ'האט זיי עמטליך גערופן די מקוה נייעס אגענטור, זיי האבן נישט געקענט ברענגען א גויאישן צייטונג, נאר געקענט נאכזאגן בערך וואס זיי האבן געהערט אדער געלייענט, און דער עולם איז געשטאנען אין די זייט און געקעמט די בערד, און אדער מיט געשאקלט מיט ווייטאג, אדער מיטגעשמייכלט פון די צימעס. און ווען מ'איז ארויס זאגן ברכת התורה האט מען פארגעסן פונעם שמועס, און דער טאג האט זיך אנגעהויבן צו פירן ווייטער ווי א אידישער טאג.פאסירט האט אבער אז דער שטן האט אריינגעלייגט זיינע כוחות אין טעכנעלאגיע, און היינט איז יעדער א אלסווייסער, און אלע קומען אין מקוה אלס די רעדנער'ס נאר די פאר צוריקגעבליבענע כולל אינגעלייט וואס האבן טעלעפאן אן טעקסט דארפן זיך נעבעך צוהערן צו די געשרייען פון אלע ווייסערס.עס איז טראגיקאמיש אבער איך האב געקוקט לעצטנס וויאזוי א נייעס שמועס זעהט אויס, און איך האב געלאכט צו מיר אליינס אזש ביז איך האב אויסגעזעהן ווי א פון זינען גערירטער ל"ע.שטייען 12 מענטשן און שמועסן. יעדער ציהלט צום לעצטן פון די פארקערטע ריכטונג (א שאדע איך בין נישט קיין גוטער גראפיקער, איך וואלט אייך געמאלן א בילד פון וואס איך רעד... וועל מיר דאס לאזן פאר די עקספערטן) למשל אויב שטייט מען אין א קרייז וועט יעדער רעדן צו דעם וואס שטייט די ווייטסטע פון אים, און שרייען גענוג הויך, און מיט א אונטער בליק קוקן ווער נאך עס הערט וואס ער זאגט.
אלע רעדן אין די זעלבע צייט (ווי ביי די נשים זאלן זיין געזונט) און קיינער הערט נישט דעם צווייטן.נאר איינער שטייט גראד אינמיטן די גרופע, און ער מאכט מיט די הענט ווי א קאארדינעטער.אהא איך הער וואס דו זאגסט..איין מינוט... וואס זאגסטו? לאז איין מינוט איך קום שוין צוריק.ווארט איך האב נישט געהערט דיין לעצטע סטעיטמענט.. אהא מיינסט צו זאגן אזוי?
און אזוי שטייט יעדער און פרובירט צו באקומען די אכטונג פון דעם אומגליקליכן אינגערמאן אינדערמיט.און מה טובו? פארוואס וויל יעדער נאר אז ער זאל הערן?ווייל ער איז דער איינציגער וואס ווייסט אפשר נאך נישט! ווייל ער איז דער איינציגער וואס האט נישט קיין צוטריט צו די אלע כלים, און ער קען נאך זיין אינטערסירט דא צו הערן עפעס...אזוי שטייען, גרופעס אין צווייען און אין דרייען, און טוען קייען, אלע אלטע בעבלערייען, און פרובירן צו פארדרייען, א קאפ אין צווייען.איז אבער מיט דעם גאנצן חורבן מיטגעקומען נאך א פראבלעם וואס ממש נעמט ארויס דעם מענטש פון גלייכגעוויכט.פלוצלינג זעהט ער וואס דער גוי שרייבט! פלוצלינג איז ער קלאר באהאוונט מיטן עשו שונא ליעקב!ביז היינט האט ער נאר געקענט די פוילישע גויטע וואס ארבעט ביי אים, און דעם שבת גוי פון ביהמ"ד, און דא אנטפלעקט זיך פאר אים א עשו במילואו... און ער פאנגט אן צו פארפירן..
***מיינע טייערע ברודער.
דער ניו יארק פאוסט מיט אלע אנדערע שונאי ישראל האבן נישט היינט אנגעהויבן, און עס האט אונז קיינמאל נישט אינטערסירט וואס זיי זאגן! עס האט אונז נישט אינטערסירט, און מיר ווייסן נאך היינט נישט וואס זיי האבן דעמאלס געזאגט אדער היינט געזאגט.דאס אז דער גוי האט אונז נישט ליעב, איז אן אלטער כלל.דאס אז מיר דארפן אלעס וויסן, און ענטפערן דערויף מיט שטותים והבלים איז גאר א נייער כלל.דאס ערגסטע ווערט נאך ווען פלוצים ווערט דאס דער עיקר, און אלע פאליטיקאנטן כאפן זיך ארויף אויף דעם גרינגן וועג ארויס, און פאנגען אן צו נעמען זייער גרינגסטע מעטאד פון האלטן א מייק און פארפירן ברבים, און יעדער קלאטש, און אלעס פאטשט, און . . . . נאך אפאר וואוטס ביים נעקסטן עלעקשאן.
רבותי! איז דאס דא דער פראבלעם? מיר דארפן אז די פאליטיקאנטן זאלן פארדאמען דעם פאוסט? דעם וואס?... ווער איז דער פאוסט? וואס האבן זיי מיט אונז? מיר דארפן תשובה טוהן! און די בעאמטע זאלן זיך אפגעבן מיט כאפן די פארברעכער, און דער פאוסט זאל ווייטער שרייבן וואס זיי ווילן...דער פאוסט איז נישט מיין פראבלעם יעצט, און וועט נישט זיין מיין פראבלעם אין עתיד נאר טאמער איך וועל עס לייענען ח"ו.לאמיר געדענקען אז אונז האט קיינמאל נישט אינטערסירט וואס דער גוי זאגט, און אודאי נישט וואס א נידריגער צייטונג פון די נידריגסטע פעלקער וועלכע ווערט נישט געליינט דורך אפילו גויים מיט א טראפ וועזן...גענוג איז גענוג! צוריק צום עיקר..
.וואס האט איר זיך אינטערגענומען היינט לעי"נ משולם מנחם בן ישראל? דאס איז וואס מ'פארלאנגט פון אונז און גארנישט מער.[/justify]
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:37 pm
דורך חד גדיא
דאס איז נישט סאטמאר רבי פון ווילי, מהרי''י, נאר הרב מענדל סאטמאר רב פון צד מהר''א.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:39 pm
דורך היימישער ליטוואק
פארראכטן.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:42 pm
דורך גאנצל
אזוי האט ער געזען ביי זיינע עלטערן
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:44 pm
דורך נאר,,פרייליך
גאנצל האט געשריבן:אזוי האט ער געזען ביי זיינע עלטערן
דאס פארזינגען אינאיינעם פילע סארט זמירות דאכצעך איז אויך אן אייגען סארט שניט
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:46 pm
דורך גאנצל
ער האט געהאט מערערע זיידעס רבנים.....
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 5:55 pm
דורך היימישער ליטוואק
גאנצל האט געשריבן:אזוי האט ער געזען ביי זיינע עלטערן
וועלכע פון זיינע זיידעס האט גזאגט א הספד פאר זאגן ברוך המבדיל בין קודש לחול?
עס איז א הלכה'דיגע שאלה, און איז מיר אינטערסאנט צו קענען אזא מקור.