בלאט 15 פון 21

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 6:03 pm
דורך איך אויך
לעמיל האט געשריבן:זר איז גערעכט עס איז גוט פאר א מינוט און נאכדעים ווערט עס צוריק שטייט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:29 am
דורך Java
מיר האבן געעפנט א נייער פארום אין תורה ודעת, "טעכנעלאגיע".

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:30 am
דורך זר זהב
לשטתי באלאנגט עס אין פארברענגען נישט אין תורה ו'דעת'.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 7:41 pm
דורך לעמאן דזשוס
האב איך א שטיקל פראבלעם, איך מיין אז ס׳באלאנגט דא

יעדעס מאל איך ריפרעש מיין פעידזש ווער איך ארויסגעסיינט....וואס פשט

קוים איינגעשריבן צען טאג און שוין געהעקט? ביטע ארויסהעלפן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 7:48 pm
דורך שמעקעדיג
איך זעה א שטארקע חילוק אין שנעלקייט וואס די פעידזש לאודט זיך.
ס'איז פיל שנעלער ווי אמאל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 7:50 pm
דורך געפילטע פיש
לעמאן, דו נוצט די טעמפארערי לינק?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:14 am
דורך לעמאן דזשוס
איך ווייס וואס איך נוץ? איך נוץ וואס סערגעי גיבט מיר, איצט אז דו פרעגסט קוק איך אויבן זעה איך אן אינטערעסאנטן אדרעסס קוקט אויס ווי צייטווייליג, יא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:44 am
דורך געפילטע פיש
סערגעי האט דיר דאס געגעבן? ביזט זיכער?
גיי צוריק דארט אויבן און לייג אריין kaveshtiebel.com אנשטאט און מאך זיכער צו טשעקן די באקס "שרייבט מיר אריין אויטאמאטיש יעדעס מאל".

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:01 am
דורך יידל
קראום האלט מיך אין איין צוריקשיקן צום טעמפארערי לינק, אפילו ווען כ'לייג אריין kaveshtiebel.com. וויאזוי געט מען זיך אן עצה?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 2:48 pm
דורך געפילטע פיש
וואס הייסט, דו טייפס אריין קאוועשטיבל.קאם און ס'רידיירעקט דיר גלייך?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 2:55 pm
דורך לעמאן דזשוס
שערקויעך געפילטע פיש...איצט ביים געהעריגן יו אר על איז אויס פראבלעם

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:10 pm
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס הייסט, דו טייפס אריין קאוועשטיבל.קאם און ס'רידיירעקט דיר גלייך?

יא! איך פארשטיי אויך נישט פארוואס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:48 pm
דורך משה רוקח
דארפסט אויסמעקן דיין קעש און קוקיס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:12 am
דורך געפילטע פיש
לעמאן דזשוס האט געשריבן:שערקויעך געפילטע פיש...איצט ביים געהעריגן יו אר על איז אויס פראבלעם

יישר.

און משה רוקח איז גערעכט, אפילו איך פארשטיי נישט פארוואס די קעש\קוקיס קענען דיר רידייערקטן צום טעמפ לינק אבער אין אפוועזענדהייט פון א בעסערע תירוץ וועט מען מוזן זאגן אז דארט ליגט די קוה באגראבען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:33 pm
דורך יידל
כ'האב זיך נישט געוואלט געזעגענן פון מיינע באליבטע קוקיס (קרעדיט: כ'קעדענק שוין נישט, עוד מימי ראשית צמיחת הלייקים) האב איך צוגעווארט א טאג. היינט רידיירעקט ער מיר שוין נישט נאר לאזט מיר צו גראד צום רבי'ן אליין.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:46 pm
דורך געפילטע פיש
ב"ה מיר זענען אפגעקומען בלויז מיט שרעק.

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 2:13 pm
דורך שמואל הלוי
אונטער מאחורי הפרגוד פארום שטייט: ענינים שהצנעה יפה להם, עפ"י דרך התורה
לכאורה דארף שטיין "שהצניעות".

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 6:26 am
דורך טאמבל סאס
דאס איז דאך די מליצה'לע דערפון.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:39 pm
דורך באריסטא
מיר האבן געטוישט דעם קאליר פון "תורה ודעת".

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:40 pm
דורך לעמיל
א ריזיגען יישר כח! :like

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:53 pm
דורך שמעקעדיג
א דאנק! עס לייענט זיך פיל בעסער ווי ביז יעצט!

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 2:36 pm
דורך newkave
שמעקעדיג האט געשריבן:א דאנק! עס לייענט זיך פיל בעסער ווי ביז יעצט!

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:22 pm
דורך Java
מיר האבן צוגעלייגט אן אפציע צו זוכן קאווע שטיבל מיט גוגל. אויב וויל מען זוכן מיט גוגל דארף מען אריינלייגן דעם זוך טערמין אין דעם זוך קעסטל און אנצייכענען דעם קעסטל "זוך מיט גוגל?" און דערנאך דרוקן זוך.