די וועבערמאן סומאטאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זר זהב האט געשריבן:א גוטע קשיא, העמער זעהן דעמאלטס. כ'גלייב אז אויב ס'וועט פאסירן אזאנס וועט מען שנארן געלט פאר לויערס אויפצואווייזן אז ס'האט נישט פאסירט..

איים סארי, דו מאכסט נישט קיין סענס.
זר זהב האט געשריבן: (און דאס איז שוין לשיטתך אז ס'אמת די מעשה)

אונז רעדן מיר מיר דאך פון אויב ס'האט יא פאסירט.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

באלאנגט ער אין א משוגעים הויז. מ'וועט אים נישט העלפן אויב באקומט ער א ריזענעבעל שטראף
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

געפילטע פיש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:כאנישט וואס מסביר צו זיין. וואס איז דיין פוינט?

מיין פוינט איז צוויי פאכיג, איינס, דאס וואס דו זאגסט אז מ'דארף פראטעקטן ווערבערמאן ווייל ע"פ תורה קומט זיך נישט קיין תפיסה פאר א מאנס, און ממילא נעמן זיך די רבנים אן פאר עם כדי א מענטש וואס איז נאר באגאנגען א קליינע נעוויירע'לע וואס די תורה הייסט דערויף צאלן פופציג טאלער פאר די געלט שאדן וואס דאס מאכט פארן טאטן, זאג איז אז דא איז עס נישט נאר די קליינע עבירה פון מאנס זיין, נאר אויך די גרויסע נעוויירע פון בועל זיין א נדה, טא ווי אזוי קענען די רבנים די פאנטרעגער פון די תורה עם פראטעקטן?
אבער מיין עיקר פוינט איז, אז מיט דעם לאגיק אז די תורה הייסט נישט געבן פאר א באלעסטערער לעבנס לענגליכע תפיסה, קען מען זאגן די זעלכע זאך אויף א רוצח, די תורה הייסט נישט לייגן אין תפיסה א רוצח, איז דא עדים און התראה באקומט ער א ביהעדינג אינמיטן שטאט, און אויב נישט גייט ער פריי.


ניין געפילטע, אויב איז דא רגליים לדבר איז דא אזא זאך אז מכניסים אותו לכיפה
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

כיפה איז נאר ביי רציחה און נאר נאך דריי (?) מאל. און כיפה איז נישט תפיסה, נאר א וועג פון הארגענען. אדער איז אויך דא ווען בית דין שפארט איין דעם נחשד עד שיגמר דינו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רעפארט היינט אין פארווערטס


משפט פון פארדעכטיגטן באלעסטיקער, הרב וועבערמאן, הייבט זיך אן

פון שרה־רחל שעכטער (ניו־יארק)

דינסטיג, דעם 30'סטן אקטאבער, וועט זיך אנהייבן דער משפט פון הרב נחמיה וועבערמאן, אַ 53־יאריקער קאנסולטאנט פאר תלמידים און תלמידות אין די סאטמערער ישיבות, וועלכער ווערט באשולדיקט אין ******* באלעסטיקן א חסיד'יש מיידל אין וויליאמסבורג, דרײ יאר לאנג.

וועבערמאַן איז אַרעסטירט געוואָרן אין פעברואַר 2011, נאך דעם ווי דאס מיידל האט דערציילט, אז ער איז געווען איר טעראפּעווט און האָט איר געצוואונגען, בעת דער קאנסולטיר־סעסיע, צו טאן סעקסועלע מעשים מיט אים. אנגעהויבן האָט זיך עס, ווען זי איז געווען 12 יאר אלט. לויט געוויסע קוואלן, האט וועבערמאן אויך באלעסטיקט אנדערע סאטמערע מיידלעך בעת זײן כלומר'שטער טעראפי.

זינט זײן ארעסט, האָט די סאטמערער קהלה, אונטער דער פירערשאפט פונעם רבי'ן, זלמן־לייב טייטלבוים, געשטיצט פעדאפילן, טענה'נדיג, אז ער איז אומשולדיק. א וואקסנדיקע צאל מענטשן, סײ פון דער חסידישער וועלט, סײ פון נישט־חסידישע קרײזן, האבן שוין עפענטליך אויסגעדריקט זייער פראטעסט קעגן דער סאַטמערער פאַרטיידיקונג פון וועבערמאן, און פאר-אכטאגן זונטיג האט אַ גרופע דעמאָנסטרירט פאר א הויז אין פלעטבוש, וואו עס איז פארגעקומען א בענעפיט לטובת דער סאטמערער קהילה. די גאסטגעבער, שימי לאקס און זײן פרוי, זענען ברייטהארציגע שטיצער פון די סאטמערער געזעלשאפטן, הגם זיי זענען אליין נישט קיין חסידים.

כאטש דער בענעפיט איז נישט געווען ספּעציפיש צו העלפן וועבערמאן, האט דער אָרגאַניזירער פון דער דעמאנסטראַציע, ירחמיאל לאפין — דער גרינדער פֿון Frum Follies, אַ בלאג וואס קריטיקירט שארף די סאטמערער שטיצע פון וועבערמאן — דערקלערט, אַז דאס איז געווען אַ גוטע געלעגנהייט צו לאזן די מנדבים וויסן, אַז די סאטמערער קהילה פארטיידיקט די סעקסועלע באלעסטיקער פון קינדער; בפרט, אַז דער עהרן־גאסט פונעם בענעפיט איז געווען נישט ווייניגער ווי דער רבי, זלמן־לייב טייטלבוים, אַליין.

דאָס איז נישט געווען די ערשטע דעמאָנסטראַציע קעגן דער סאטמערער פארטיידיקונג פון פעדאפילן. דעם פאַרגאַנגענעם מאי, האבן כמעט הונדערט מענטשן זיך באטייליקט אין אַ דעמאנסטראַציע פארן זאַל פֿון "קאנטינענטאל קעיטערערס", אין וויליאמסבורג, וואו עס איז פארגעקומען א בענעפיט, כדי צו זאמלען געלט לטובת וועבערמאנ'ס יוריד'ישע הוצאות. אַ סך פון די דעמאנסטראנטן האבן געטראגן שילדן מיט די ווערטער, "באשיצט די געליטענע, נישט די באלעסטיקער".

שטעלט זיך די פראַגע: ווי אַזוי האָט וועבערמאַן געהאַט צוטריט צו אַ יונג מיידל אין אַ געזעלשאַפֿט, וווּ די מענער און פֿרויען זענען אַזוי שטרענג אָפּגעטיילט? הגם די פּרטים זענען נאָך נישט קלאָר, און וועלן מסתּמא ערשט אַנטפּלעקט ווערן במשך פֿונעם מישפּט, דערציילט לאָפּין, אַז וועבערמאַן איז אַ הצלחהדיקער געשעפֿטסמאַן, וועלכער דינט שוין זעקס יאָר לאַנג אויפֿן סאַטמערער וועד־הצניעות (צניעות־קאָמיטעט), און דאָס האָט אים דערלויבט נישט בלויז צו האָבן אַ צוטריט צום מיידל, אָבער אויך די מעגלעכקייט אַרויסצופּרעסן געלט בײַ איר משפּחה, כּדי מע זאָל פֿאַרשווײַגן די כּלומרשטיקע "אויסגעלאַסנקייט" פֿון זייער טאָכטער.

"דער וועד־הצניעות האָט געהערט, אַז זי איז אַ ׳נישט־געראָטן׳ מיידל," שרײַבט לאָפּין. "אפֿשר איז עס, ווײַל זי האָט גערעדט מיט ייִנגלעך? אפֿשר זענען אירע קליידער געווען צו מאָדערן, אָדער זי האָט געפֿרעגט צו פֿיל קשיות? די סיבה איז נישט וויכטיק. דער עיקר איז, דער וועד־הצניעות איז געווען גרייט איר צו העלפֿן — פֿאַר אַ היפּשער סומע געלט, פֿאַרשטייט זיך. אויב נישט, וואָלט דאָס מיידל דאָך באַקומען דעם שם פֿון אַן ׳אויסוווּרף׳ אָדער אַ ׳שיקסע׳. אין אַזאַ פֿאַל, וואָלט קיין לײַטישע משפּחה זי נישט געלאָזט חתונה האָבן מיט זייערע זין."

דער איינציקער אויסוועג פֿאַר איר משפּחה איז געווען צו געפֿינען אַ "תּורה־טעראַפּעווט", וואָס קען זי פֿאַרוואַנדלען אין אַ "גוט" מיידל, האָט די שול־אַדמיניסטראַציע געעצהט. וכּך־הווה. ווי עס שרײַבט הרבֿ יעקבֿ האָראָוויץ (אַן אָנגעזעענער פֿאַרטיידיקער פֿון קינדער, וועלכע זענען ******* באַלעסטיקט געוואָרן) אין זײַן אינטערנעץ־אַרטיקל, What Went Terribly Wrong (ווי אַזוי דער ענין איז אַזוי שטאַרק פֿאַרדאָרבן געוואָרן), האָט די אַדמיניסטראַציע דעמאָלט אַרײַנגערופֿן וועבערמאַן, אַ חשובֿער מיטגליד פֿונעם ועד־הצניעות, ווי איר טעראַפּעווט, כאָטש קיין ליצענץ דערפֿאַר האָט וועבערמאַן בכלל נישט געהאַט.

"נישט געקוקט אויף דער געוויינטלעכער שטרענגער אָפּטיילונג פֿון מענער און פֿרויען, האָט מען במשך פֿון די יאָרן דערלויבט וועבערמאַן צו האָבן אַ צוטריט צו דעם מיידל, אָן שום אויפֿזיכט," שרײַבט הרבֿ האָראָוויץ. "ער האָט זיך געטראָפֿן מיט איר פּריוואַט — אָפֿט מאָל אין אַ ביוראָ אָדער דירה מיט אַ שלאָפֿצימער — און דערבײַ עובֿר געווען אויף אַלע סטאַנדאַרטן פֿון ייִחוד און צניעות.
"אַחוץ די אַלע אומדערטרעגלעכע פֿאַקטן, איז לעצטנס קלאָר געוואָרן, אַז דאָס מיידל איז נישט געווען די איינציקע," האָט האָראָוויץ צוגעגעבן. "זינט וועבערמאַנס אַרעסט, האָב איך פּערזענלעך זיך פֿאַרבונדן מיט די משפּחות פֿון פֿיר אַנדערע מיידלעך, וועמען ער האָט ******* באַלעסטיקט. זיי האָבן אָבער מורא צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם פֿאַקט."

לאָפּין האַלט, אַז די אינסטיטוציע פֿונעם וועד־הצניעות איז הײַנט אין גאַנצן קאָרומפּירט געוואָרן. "מסתּמא מיינט איר, אַז דאָס איז ווי דער וועד פֿון אַמאָל. דעמאָלט פֿלעגן די מיטגלידער פֿונעם וועד, בײַם הערן וועגן פֿאַלן פֿון ********* אויסגעלאַסנקייט, וואָרענען די פֿרוי אָדער דעם מאַן זיך צו פֿירן ׳לײַטיש׳, און אויב דאָס האָט נישט געהאָלפֿן, האָט מען עפֿנטלעך געמאָלדן וועגן זייער אויפֿפֿיר, כּדי זיי צו פֿאַרשעמען, אָדער (אין פֿאַל פֿון אַ מאַן), אים גוט אָנגעשלאָגן." הײַנט אָבער, באַטאָנט לאָפּין, דינט דער וועד ווי אַ מיטל אַרויסצודריקן געלט פֿון דער משפּחה פֿונעם "נישט־לײַטיש" מיידל אָדער בחור, כּלומרשט צו העלפֿן ראַטעווען דעם שם פֿון דער משפּחה.

די אַקטיוויסטן קעגן דער ********* באַלעסטיקונג פֿון קינדער קוקן אַרויס אויפֿן מישפּט פֿון וועבערמאַן און האַלטן, אַז יעדע עפֿנטלעכע דעמאָנסטראַציע קעגן דער פֿאַרטיידיקונג פֿון וועבערמאַן און אַנדערע פּעדאָפֿילן קאָן העלפֿן ענדערן דעם צוגאַנג פֿון מענטשן — אויב נישט פֿון די סאַטמערער פֿירער, איז כאָטש פֿון זײַנע פֿינאַנציעלע שטיצער מחוץ דער סאַטמערער קהילה.
דער בענעפֿיט פֿאַראַכטאָגן זונטיק איז טאַקע געווען אַ פֿאַל פֿון דעם דאָזיקן פֿאַרשפּרייטן פֿענאָמען, וווּ אַ נישט־חסידיש פּאָרפֿאָלק זאַמלט געלט לטובֿת חסידישע אינסטיטוציעס. "בדרך־כּלל, פֿליסט דאָס געלט אין דער פֿרומער וועלט בלויז אין איין ריכטונג — פֿון לינקס אויף רעכטס," האָט לאָפּין דערקלערט. מיט אַנדערע ווערטער, די מאָדערן־פֿרומע ייִדן וועלן פֿינאַנציעל שטיצן די חסידישע אינסטיטוציעס, כאָטש די חסידים וועלן קיין מאָל נישט שטיצן קיין נישט־חסידישע געזעלשאַפֿטן.

"ישיבֿה־אוניווערסיטעט וועט נישט באַקומען קיין פּעני פֿון דער חסידישער וועלט, אָבער די חסידים באַקומען יאָ געלט פֿון נישט־חסידישע ייִדן אין די ׳פֿײַוו טאַונס׳," האָט לאָפּין געבראַכט ווי אַ בײַשפּיל. די "פֿײַוו טאַונס" איז אַ ראַיאָן פֿון פֿינף פֿאַרמעגלעכע שטעטלעך אין לאָנג־אײַלאַנד, אַרײַנגערעכנט סידערהורסט און וווּדמיר, וווּ עס וווינען הײַנט אַ גרויסע צאָל פֿרומע משפּחות.
אַ סך פֿון אָט די שטיצער קומען אַליין פֿון "היימישע" [=חסידישע] משפּחות, אָבער האָבן זיך "אַרויפֿגעאַרבעט", געוואָרן דאָקטוירים אָדער אַדוואָקאַטן און געקויפֿט עלעגאַנטע הײַזער מחוץ דער חסידישער קהילה. פֿון דעסטוועגן, האָבן זיי נאָך אַלץ ענגע פֿאַרבינדונגען מיט דער חסידישער וועלט, און דערפֿאַר ווערן זיי אָפֿט ברייטהאַרציקע שטיצער פֿון חסידישע אינסטיטוציעס.
"מיר האַלטן, אַז די פּאָטענציעלע מנדבֿים מחוץ דער סאַטמערער קהילה וואָלטן געוואָלט וויסן וועגן די פּראָבלעמען אין דער סאַטמערער געזעלשאַפֿט," האָט לאָפּין באַטאָנט. "אַזוי וועלן זיי אפֿשר אַליין איבערקלערן זייער באַשלוס זיי צו געבן אַזוינע ברייטהאַרציקע מתּנות."
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

ראשעקאל האט געשריבן:רעפארט היינט אין פארווערטס


דאָס איז נישט געווען די ערשטע דעמאָנסטראַציע קעגן דער סאטמערער פארטיידיקונג פון פעדאפילן. דעם פאַרגאַנגענעם מאי, האבן כמעט הונדערט מענטשן זיך באטייליקט אין אַ דעמאנסטראַציע פארן זאַל פֿון "קאנטינענטאל קעיטערערס", אין וויליאמסבורג, וואו עס איז פארגעקומען א בענעפיט, כדי צו זאמלען געלט לטובת וועבערמאנ'ס יוריד'ישע הוצאות. אַ סך פון די דעמאנסטראנטן האבן געטראגן שילדן מיט די ווערטער, "באשיצט די געליטענע, נישט די באלעסטיקער".
"


האב איך נישט געוויסט אז שעכטער נוצט אויך א חסידי'שן מענטשן-מעסטער...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

מ'מאלענט וואסער און מ'קייט שטרוי נאכאמאל און נאכאמאל, ווילאנג מ'געט נישט ארויס די באווייזן וואס מ'האט אנטקעגן נ.וו. זעה איך נישט פארוואס מ'מוז עס גלייבן!!!!
סתם ווייל דו קענסט אים צו איר און דו ווילסט אננעמען די זייט צו די זייט קענסטו נאכנישט אראפרייסן איינעם וואס טאנצט נישט נאך דיינע מסקנות.
ארויס מיט די פאקטן און נאכדעם זאל זיך יעדער שטעלן אין א גראדע ליניע און מ'וועט טשעקן די איי-קיו...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פיקציע האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:רעפארט היינט אין פארווערטס


דאָס איז נישט געווען די ערשטע דעמאָנסטראַציע קעגן דער סאטמערער פארטיידיקונג פון פעדאפילן. דעם פאַרגאַנגענעם מאי, האבן כמעט הונדערט מענטשן זיך באטייליקט אין אַ דעמאנסטראַציע פארן זאַל פֿון "קאנטינענטאל קעיטערערס", אין וויליאמסבורג, וואו עס איז פארגעקומען א בענעפיט, כדי צו זאמלען געלט לטובת וועבערמאנ'ס יוריד'ישע הוצאות. אַ סך פון די דעמאנסטראנטן האבן געטראגן שילדן מיט די ווערטער, "באשיצט די געליטענע, נישט די באלעסטיקער".
"


האב איך נישט געוויסט אז שעכטער נוצט אויך א חסידי'שן מענטשן-מעסטער...

ביטע זיי מסביר.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

א הייפעטעריקל שאלה - אן נעמען א צד ווער עס איז גערעכט אדער אומגערעכט. מען האלט נישט דארט, אבער נניח אז מען כאפט אז די אנקלעגער האבן געזאגט ליגענט, קען וועבערמאן/בערגער נאכן געווינען זייער פראצעס קלאגן די פארפאלק און ארויסנעמען זייער ביסן פון מויל פאר די קומענדיגע צענדליגע יאר?
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

לכאורה יא, זיי קענען קלאגן אלץ מוציא שם רע.
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

יא זיי קענען, אבער איך שטעל מיר פאר אז זיי גייען עס נישט טאן, אזא זאך וויל זיך יעדער זעהן אינדרויסן און פארגעסן אז איך האב אמאל געהאט אזא פרשה, און חוץ דעם וואס עפענען א קעיס קעגן זיי קען נאכאמאל ארויפברענגען די קעיס אויף זיך.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

berlbalaguleh האט געשריבן:
פיקציע האט געשריבן:האב איך נישט געוויסט אז שעכטער נוצט אויך א חסידי'שן מענטשן-מעסטער...

ביטע זיי מסביר

עס זענען נישט דארט געווען האלב פון וויפיל שעכטער שרייבט, אזוי ווי ביי אלע חסידישע צוזאמקומען וואס מען שרייבט א "חסידישע" נומער ווי נאנט צי צען טויזענט אויף א מסיבה וואו עס זענען געווען אפשר טויזענט באטייליגטע.
מערקט ווי זי האט אריינגעריקט דעם 'כמעט' במקום די חסידישן 'נאנט-צי'.
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ווייסט איינער ווען עס הייבט זיך או די טרייעל, אין אויב עס גייט זיין דא אין ?kings county
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

לויט ווי איך האב געהערט האט זיך עס געדארפט אנהייבען לעצטע וואך דינסטיג נאר וועגן דע האריקעין האט מען עס אפגעשטיפט אויף דיע וואך

לאמיר טאקע האפן אז ער זאל ניצול ווערן פון אלעם בייזן און מען זאל אים באפרייען פון אלע קלאגעס.
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
yisroelotd
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך yisroelotd »

איך וואלט געוואונטשען אביסעל אנדערש, דער אמת זאל ארויפשווימען, וואס עס זאל נאר זיין
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

גייט עס זיין דא אין kings?וועלכע טאג גייט מען סעלעקטען די זשארי???
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

אוהב דעת האט געשריבן:גייט עס זיין דא אין kings?וועלכע טאג גייט מען סעלעקטען די זשארי???


http://frumfollies.wordpress.com/2012/1 ... ctions-to-
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

אבי גערעדט האט געשריבן:מיינסט אוודאי צו זאגן: ווען נישט אינזערע היימישע שקצים לויפן צו די פרעסע "וויינען" כת"ל


און איך האב אלץ געמיינט אז דער חילול השם איז ווייל עס זענען דא אזוי געריפענע היימישע אידן וועלעכע קענען נישט האלטען דעם זיפער פארמאכט
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:
אבי גערעדט האט געשריבן:מיינסט אוודאי צו זאגן: ווען נישט אינזערע היימישע שקצים לויפן צו די פרעסע "וויינען" כת"ל


און איך האב אלץ געמיינט אז דער חילול השם איז ווייל עס זענען דא אזוי געריפענע היימישע אידן וועלעכע קענען נישט האלטען דעם זיפער פארמאכט


ניין, ווייל נאר די אפגעהיטענע - אפגעפארענע שקצים האלטן אייביג די ז...ר פארמאכט, קאט איט!
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

yisroelotd האט געשריבן:איך וואלט געוואונטשען אביסעל אנדערש, דער אמת זאל ארויפשווימען, וואס עס זאל נאר זיין

ס'געווען א מעשה מיט א חסיד פון א געוויסן רעבין וואס האט געהאט אויף זיך אן ערנסטן קאורט קעיס. איז ער געקומען צום רעבע אוןו דערלאנגט א פדיון אז ער זאל ניצול ווערן. דער רעבע האט איהם אנגעוואונטשן "דער אייבישטער זאל העלפן דער אמת זאל ארויסקומען". רופט זיך אן דער חסיד. ניין. דאס טויג נישט.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

היינט הייבט זיך אן זשורי סעלעקשאן אין דעם קעיס. איך וואלט פארגעשלאגן א באזונדער אשכול מיט אפדעיטס און אנאליזן דורכאויס דעם משפט. דער טרייעל לייגט פאקטיש דעם דעם גאנצן חרדישן ציבור אויפן באשולדיגונגס באנק און סאיז וויכטיק צו מיטהאלטן וואס גייט פאר. אויב איז דא א גילטי ווערדיקט וועל איך בל"נ נישט פארן מיטן באן א חודש דערנאך.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

פארוואס פעילט אויס א נייע אשכול?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

לעמיל האט געשריבן:פארוואס פעילט אויס א נייע אשכול?


איך האב אינזין געהאט א פלאץ פאר בלויז פאקטן און קראנטע אנאליזן איבער אלעם ארום וואס וועט בלי ספק זיין א הייסער משפט אן די זייטיקע אמפערייען פון דעם אשכול. אויב דער עולם וויל ענדערש ממשיך זיין דא איז אויך גוטץ
פארשפארט