בלאט 15 פון 25

נשלח: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 4:13 am
דורך יתרו
ביסט זיכער זיי זענען אפען אין יו"ט?, ווייל אויפן WEBSITE זעה איך גארנישט וועגען יו"ט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 5:17 am
דורך BAL TSHIVA
יתרו האט געשריבן:ביסט זיכער זיי זענען אפען אין יו"ט?, ווייל אויפן WEBSITE זעה איך גארנישט וועגען יו"ט.

100%

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 10:18 am
דורך ביליג
(718) 289-0635

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 10:19 am
דורך ביליג
54 corner new utrecht ave

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 11:00 am
דורך ביליג
See imageבילד

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 2:38 pm
דורך געוואלדיג
איז דא עפעס וואס איך קען טוהן, איך באקום כסדר restricted פאון קאלס און קיינער רעדט נישט?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 3:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געוואלדיג האט געשריבן:איז דא עפעס וואס איך קען טוהן, איך באקום כסדר restricted פאון קאלס און קיינער רעדט נישט?
ביסט א חסידישער רבי, און דיין ברודער׳ס חסידים רודפ׳ן?
ביסט א טענאנט, און דיין לענדלארד וויל דיר זע׳ען אינדערויסען?
ביסט א מנהל\מלמד, און די קינדער ווילען טשעפען?
ביסט אן עסקן, און מ׳וויל דיר שרעקען?
ביסט שולדיג געלט פאר די מאפיא, און זיי ווילען שיקען א מעסעדזש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 7:14 pm
דורך תנחום
אויב באקומסטו עס אופן סעל. איז דא פיינע עפפס וואס וועלן עס ערלעידיגן פאר דיר. אויב באקומסטו עס אינדערהיים איז קענסטו דריקן 77* דאס וועט בלאקן אנאנימעס רופערס. (87* וועט אויסלעשן די פיטשער)

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 8:28 pm
דורך געוואלדיג
אויפן סעל, איך פארמאג א בעיסיק פליפ פאון.

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 11:55 am
דורך רויטע וואנצעס
איך זוך א געלערנטער וואס פארשטייט גוט צו מאגנעטן. איז דא מאגנאטיק אינזשעניראן אדער סייענטיסטן וואס געבן אפוינטמענס פאר מענטשן?

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 12:57 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס: איינס פון די הויפט יסודות פון מאגנעטיזם איז עלעקטרא-מאגנעטיזם. אויף וואס די גאנצע עלעקטרישע (נישט אזוי ווי דער בלאט, וואס האט ליעב אנצורופן א יעדע עלעקטרישע פארט ..."עלעקטראניש) טעכנאלאגיע איז געבויעט. אזוי ווי טראנספארמערס, מאטאר'ן און נאך פארשידע אנדערע טיילן פון די מאדערנע עלעקטרישע סיסטעמס...!"...

איך האב א גוטן פריינט א בעל עגלה וואס ער קען זיך א ביסל אויס אין די קליינע אותיות פון די טעכנאלאגיע (רח"ל)...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 2:57 pm
דורך ונבנתה העיר
רויטע, כ'האף אז דו קריכסט נישט אין דעם לאך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 3:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
:lol:

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:10 am
דורך ברוך שפינוזה
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך ווער משוגע פאר די באקסער. ודא קאקא, אז אין די היימישע געשעפטן פארקויפט מען עס נאר חמשה עשר בשבט, און אויף די אינטערנעט קאסט עס זייער טייער. ווייסט אפשר איינער וואו מ'קען עס קויפן אגאנץ יאר פאר ארום צוויי דאללער א פונט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:18 am
דורך berlbalaguleh
ברוך שפינוזה: דו ביסט אין גוטע קאמפאני. ר' שמעון בר יוחאי און זיין זוהן ר' אלעזר האבן דאס געגעסן פאר דרייצן יאר וואס זיי זענען געווען אין די מערה און געלערנט תורה. אבער איך מיין אז ער וועט זיך שעהמען מיט א נאמען פון אזא אפיקורס און יאשקע ליעבהאבער ווי דער נאך וועם דו הייסט...!

נאר איך בין נישט זיכער אז דו גלייבסט בכלל אין די ..."לעגענדעס"... פון די אגדות חז"ל. מיט אזא פילאזאף ווי דו קענמען קיינמאל נישט וויסן...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:27 am
דורך ברוך שפינוזה
berlbalaguleh האט געשריבן:ברוך שפינוזה: דו ביסט אין גוטע קאמפאני. ר' שמעון בר יוחאי און זיין זוהן ר' אלעזר האבן דאס געגעסן פאר דרייצן יאר וואס זיי זענען געווען אין די מערה און געלערנט תורה. אבער איך מיין אז ער וועט זיך שעהמען מיט א נאמען פון אזא אפיקורס און יאשקע ליעבהאבער ווי דער נאך וועם דו הייסט...!

נאר איך בין נישט זיכער אז דו גלייבסט בכלל אין די ..."לעגענדעס"... פון די אגדות חז"ל. מיט אזא פילאזאף ווי דו קענמען קיינמאל נישט וויסן...!

אמר רבה בר בר חנה אמר רבי יוחנן מאי דכתיב (הושע יד, י) כי ישרים דרכי ה' וצדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם משל לשני בני אדם שצלו פסחיהם אחד אכלו לשום מצוה ואחד אכלו לשום אכילה גסה זה שאכלו לשום מצוה צדיקים ילכו בם זה שאכלו לשום אכילה גסה ופושעים יכשלו בם. (הוריות י:)

לגבי די לעגענדעס, ווענדט זיך וואס דו רופסט אן גלייבן, וואס איז זיכער איז זיכער, איך גלייב אז ס'וואלט געקענט געשען.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 2:26 am
דורך cictim
בערעלע טייערער: אז מ'גלייבט נישט אין צדיקים רח"ל, דערקייקעלט זיך עס צו כפירה בעיקר, ויאמינו בה' ובמשה עבדו, ביי דיר איז עס די צדיק, אין ביי עם איז עס שוין ח"ו ח"ו...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 11:49 am
דורך berlbalaguleh
סיקטים: איך וויל ח"ו קיינעם נישט בארעדן. אבער פונקט האטציך אויפגעמאכט א שכינות'דיגער אשכול וואו מ'באהאנדלט דעם מהות פונ'ם שרייבער דורך זיינע תגובות. וואס זאלל איך דיר זאגן. אבער דער נאכפאלגער פון דעם יעזוס פארעהרער פונ'ם אמסטערדאם'ער געטא האט אין זיינע תגובות אויסגעדרוקט ווייניגער ווי 100%'טיגע קאנפידענץ אין די אמת'דיגקייט און גערעכטיגקייט פון די מאמרי חז"ל. האמיר עס אנגערופן ..."לעגענדעס"... מיט גענזענע פיסלעך, ווי מ'רופט עס אין אידיש. אבער ביי מיר איז עס בכלל נישט קלאסיפיצירט אלס ..."לעגענדע"...נאר איך גלייב באמונה שלימה אין א יעדן ווארט פון חז"ל אז וואס זיי האבן געזאגט איז 100% אמת...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 8:39 pm
דורך ברוך שפינוזה
בעל-עגלה: איך גלייב דיך נישט אז דו גלייבסט טאקע.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 9:35 pm
דורך berlbalaguleh
ברוך שפינוזה: איך בין ב"ה א מאמין באמונה שלימה אין די דברי חז"ל. איך בין נישט פון די אויפגעקלערטע פילאזאפן. וואס זייער ערשטע זאך איז, מסופק צו זיין, אדער זיך אינגאנצן אויסלאכן פון דברי חז"ל. מיט וואס זענען זיי בעסער ווי די רעפארמער וועלכע טענה'ן אז די גאנצע תורה איז נישט געגעבן געווארן דורך משה רבינו מסיני. זיי וויללן זיין ..."טשעריטעבל"...זאגן זיי אז די תורה איז געשריבן געווארן דורך מענטשן. נאר ס'איז אינספירירט געווארן דורך גאט...! עפ"ל...!

דאס איז די ערשטע סטעפ. נאכדעים ראציאנאליזירט מען די מצוות פון די תורה. למשל, נישט טון קיין מלאכה אום שבת, איז געזאגט געווארן נאר אין די צייטן ווען די אידן זענען געגאנגען אין מדבר. (אויב זיי גלייבן בכלל אין דעם היסטארישן פאקט.). וויל דאמאלס איז געווען א שווערע זאך צו מאכן א פייער.. אבער היינטיגע צייטן ווען ס'איז דא מעטשעס. אדער ספער פלאגס דארף מען שוין קיין שבת נישט היטן. וואספארא שווערע מלאכה איז דען צו דריקן דעם רעמאוט פון טי.ווי. אדער אויפמאכן דעם סמארטפאון און וואטס'עפפ'ן אום שבת קודש. אדער צו עסן א טשיעז בורגער אדער העם סענדוויטש. אין די מדבר, אין די גרויסע היצן האט מען נישט געהאט קיין גוטע קאכן מעטאדן אדער האלטן זאכן פריש, האט די..."טאוראה"...פארבאטן צו עסן חזיר פלייש. ווייל די טריקינאסיס ווארם עקזיסטירט אין די חזירים. און אויב מ'קאכט עס נישט גוט אויס ,קענמען קראנק ווערן דערפון. אבער היינטיגע צייטן ווען ס'עקזיסטירן גוטע, היגיענישע קאכן מעטאדן און ס'איז דא גוטע רעפרידזשערעישן צו האלטן די חזיר סענדוויטשעס פריש. קען מען שוין עסן אלעס. אפילו פירות ים...!

ס'הייסט. מ'קען גיין מיט א שטריימל און בעקישע און ווייסע זאגן און זיין אן אפיקורס און א כופר גמור...!

ODA

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 5:24 pm
דורך או אינו
ווי באקאנט טוט oda געניסען פין א יחידות'דיגע קוואל פאר ר'אימבערסמענט פאר זייער מעדיקעל סערוויסעס. FQHC איז די אפציעלע סיסטעם וואס די פעדעראלע גאווערמעט טוט פראוויידען קעיר אין זיי אפערירען אינטער דעם. ווייסט איינער אויב א פיזישאן אסיסטענט (pa) מעג אפיציעל מאכען דעם פאציענט אינטערזוך? ספעציעל ווען זיי קריגען 300 $ פאר יעדען וואס וואקט אריבער די טיר.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2018 1:56 pm
דורך גראף
וואו אין דער בראנקס קען מען קויפען עפעס כשר'ס אויסער ווייז פאטעיטא טשיפס?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2018 2:37 pm
דורך וואלווי
ריווערדעיל האט געהעריג כשר'ס. אבער ס'איז שפיץ בראנקס ממש.