בלאט 15 פון 18

נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 7:20 am
דורך ידען
ישמעאל הכהן האט געשריבן:א חיוב איז א חיוב, און מ'טוט דעם מצוה אכילת מרור מיט שמחה. אבער ליינען א 'שטערן' איז נישט קיין ציווי, איז צו וואס זאל מען צו 'שטערן' דעם הייליגן יו"ט?

סטראשע נישט

נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 9:03 am
דורך שמעקעדיג
U R missing the point

נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 10:52 am
דורך ידען
וואס?

נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 12:21 pm
דורך שמעקעדיג
איך רעד צו ישמעאל, נישט צו דיר.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 10:50 am
דורך שמעקעדיג
איך בין ארויס פון התפעלות פון דעם "קולט" ארטיקל דעם חודש. עס איז ווערד אלע געלטער! קיינמאל נישט געוואוסט אז היימישע אידן העלפן ארויס פארכאפטע אידישע קינדער.
איף בין שוין חושד אז [tag]פליקער[/tag] ארבעט אין די ארגאניזאציע, דער סוף פונעם 'שטערן' ארטיקל ענדלט גאר שטארק צו דעם אשכול פון פליקער'ן

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 11:03 am
דורך ברסלבער
אינטערעסאנט איז אז דער שטערן האט בארירט די נושא פון לב טהור.

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 7:40 pm
דורך ישמעאל הכהן
אין שפאקטיוו פון ניסן שטייט אז א שאכטל ציגארעטלעך קאסט היינט אין ניו יארק 40 דאלער.

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 9:02 pm
דורך טיטאניק
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין ארויס פון התפעלות פון דעם "קולט" ארטיקל דעם חודש. עס איז ווערד אלע געלטער! קיינמאל נישט געוואוסט אז היימישע אידן העלפן ארויס פארכאפטע אידישע קינדער.
איף בין שוין חושד אז [tag]פליקער[/tag] ארבעט אין די ארגאניזאציע, דער סוף פונעם 'שטערן' ארטיקל ענדלט גאר שטארק צו דעם אשכול פון פליקער'ן

זייער א שיינע זאך אז זיי האבען אימאפיציעל גיט געהאקט אויף "טמא בראנץ"
זייער קליג מדמה געווען טמא-בראנץ צי א קולט, ווייזענדיג שווארץ אויף ווייס אז "טמא בראנץ" גייט אין די זעלבע פיס טריט ווי יעדע אנדערע קולט
אבער די חלק אז דער איד'ל מיטען רויטען קאפעלע ראביי העכט זאל זיין אזא הירא דאס גלייב איך נישט, זעט אויס א "תהלים כולל" ארטיקעל צי שנארען געלט פאר ליפט ביזנעס
לדעתי איין שטיק פון דמיון
אבער פאר די שטערן געב איך פיל קרעדיט פארען נעמען די שטארקייט און אזוי שיין ארויסברענגען די קאלירען פון דעם "טמא בראנץ"

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 9:02 pm
דורך טיטאניק
ברסלבער האט געשריבן:אינטערעסאנט איז אז דער שטערן האט בארירט די נושא פון לב טהור.

טאקע א פלא
אבער זייער א גיטע דזשאב זייער!

נשלח: דינסטאג יוני 03, 2014 11:45 am
דורך שעפטל
Stern.jpeg

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:28 am
דורך ונבנתה העיר
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס א נארמאלער מענטש ["פשוט'ע מענטש"] זאל מיינען אז א פונט בליי וועגט מער ווי א פונט פעדערן?

[און עס זעהט מיר נאכאלס אויס אז מארש איז נישט כהן.]

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:09 am
דורך petergrifin
דאן האבן די װיסנשאפטלער ארײנגעלײגט די צװײ שאכטלען אין זײער האנט, אײנער נאך די אנדערע, אן קײן סדר


דאס מײנט אײנס אין די רעכטע האנט און אײנס אין די לינקע האנט אויף א אמאל, אדער אײנס אין אײן האנט און
נאכדעם געטוישט מיט די צװײטע שאכטעל?

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:13 am
דורך כוכב
סתם א פורים תורה, וואס דארף מען וואלונטירן און וואס א חילוק וואס זיי זאגן ווען מ'קען עס אפוועגן.
לכאורה איז די שטודיע געווען צי מענטשן 'מיינען' אז מאסע קאנצעטרירט אויף איין פלאץ וועגט מער ווי גרעסערע קוואנטומען. אבער דא קומט אריין די ברענעדיגע פראגע, האו דע העק גיווס עי דעמן. וצ'ע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:44 am
דורך ונבנתה העיר
פיטער, לכאורה געטוישט.

כוכב, די גאנצע ארטיקל איז געשטעלט אויף שטודיעס של מה בכך, און לכאורה ביסטו גערעכט אז די שטודיע איז געווען איבער וואס מענטשן מיינען, עס איז אבער עיקר חסר מן השטערן, צו א פונט בליי איז שווערער ווי א פונט פעדערן איז א סטעיטמענט וואס קלעבט נישט מיני' ובי'.

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:38 pm
דורך ונבנתה העיר
אין דעם זעלבן ארטיקל באשרייבט ער גראדע א זייער אינטערעסאנטע שטודיע, היינט באקאנט אלס Dr. Fox effect.

אינעם זומער פון 1970 האבן פארשער גענומען א באקאנטער אקטיאר, איהם בא'טיטול'ט 'דר. פאקס' און איהם געלערנט צו האלטן א דרשה איבער געים טעאריע, אבער אויף אזא אופן אז ער זאל בעצם גארנישט זאגן...

פאלגענדיג זייערע אינסטרוקציעס - רעדן ווארעם, זיך איבער'חזר'ן, זיך סותר זיין, אריינפלעכטן הומאר און נאך - האט ער מצליח געווען אויסצושפילן אלע זיינע צוהערער, וואס זענען באשטאנען פון געלערנטע סטודענטן, און האט נאך זוכה געווען צו ווארימע אפלאדיסטן ביים ענדיגן...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RcxW6nrWwtc[/youtube]

דא קענט איהר זעהן די גאנצע דרשה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 11:50 am
דורך מ גפני
ונבנתה העיר האט געשריבן:אינעם זומער פון 1970 האבן פארשער גענומען א באקאנטער אקטיאר, איהם בא'טיטול'ט 'דר. פאקס'

אין שטערן שרייבען זיי אז דער ארגינעלער נאמען פונעם אקטיאר איז אויך פאקס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 2:24 am
דורך BAL TSHIVA
שוין דא די תשרי edition? באלד איז שוין יום כיפור

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 12:22 pm
דורך [NAMELESS]
יא עס איז שוין דא צו באקומען פון חודש תשרי, די מעין ארטיקל די שילדערונג פון פרוי גאטטעסמאן פון מאנטשעסטער אשת הרב יהודה אליעזר וואס זי האט זיך שוין געהאט געזעגנט פון אירע נאנטע זייענדיג שטרעבליך קראנק.. מען האט אויף איר שוין געהאט ארויפגעלייגט א דין גוסס אז מען טאר איר נישט רירען... געווען גרייט די טויט שיין.. און ווי וואונדירליך זי איז געראטעוועט געווארן בעזרת השם יתברך, זייער אינטערעסאנט.
א לעבעדיגע שילדערונג פון אפי' חרב חדה מונחת על צאוורו אל ימנע מן הרחמים,

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 10:39 pm
דורך יתרו
דער שטערן האט א קעפל: "מאיגרא רמא לאיגרא עמיקתא"! איך ווייס נישט צו ס'איז א טעות אדער סתם א ווערטער-שפיל. עס קוקט אויס מער ווי אן עמערצישער טעות אדער א סתם א טייפא, בכל אופן איז עס איז פאנני.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 8:18 am
דורך אליצפן
עמעזאן האט געשריבן:יא עס איז שוין דא צו באקומען פון חודש תשרי, די מעין ארטיקל די שילדערונג פון פרוי גאטטעסמאן פון מאנטשעסטער אשת הרב יהודה אליעזר וואס זי האט זיך שוין געהאט געזעגנט פון אירע נאנטע זייענדיג שטרעבליך קראנק.. מען האט אויף איר שוין געהאט ארויפגעלייגט א דין גוסס אז מען טאר איר נישט רירען... געווען גרייט די טויט שיין.. און ווי וואונדירליך זי איז געראטעוועט געווארן בעזרת השם יתברך, זייער אינטערעסאנט.
א לעבעדיגע שילדערונג פון אפי' חרב חדה מונחת על צאוורו אל ימנע מן הרחמים,


איך האב אויך שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל, אבער כ'האב נישט געקענט העלפן באמערקן א שטארקע לאך אינעם מעשה.
ער שילדערט דארט ווי ווען דער פלייט טיעם איז אנגעקומען איז זי שוין ממש געווען אויף יענער וועלו, און מענטשן דארט האבן נישט געוואלט צולאזן מ'זאל איר רירן וכו' וכדו'. פלוצים פעסט פארווערד עטליכע שעה שפעטער ווען זי איז אנגעקומען קיין קליוולאנד, האט מען געהאט צייט צו ווארטן עטליכע חדשים ביזן דורכפירן דעם לונג טרענספער. וויאזוי איז זי געגאנגען פון זיין ממש אויף יענע וועלט, ביז צו קענען לעבן נאך עטליכע חדשים ביזן טראנספער? האט דער טראנס אטלאנטיק פלייט איר בעסער געמאכט?
ס'נעמט נישט אוועק פונעם עצם נס, אבער אביסל אינטרעסאנט איז עס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 8:53 pm
דורך מ גפני
פרעגסט א שטארקע קשיא, כ'וועל עס פרובירן צו פארענטפערן 1) "צייט צו ווארטן עטליכע חדשים ביזן דורכפירן דעם לונג טרענספער" איז געווען א MUST און נישט BY CHOICE , ווייל זי איז געווען צו שוואך אריבער צו גיין די אפעראציע און יא 2) די דאקטוירים פון קליוולאנד קליניק האבן באוויזן איר צוריקצוברענגן און איר געמאכט פילן בעסער און מיט דערצייט איר גרייט געמאכט -פיזיש און גייסטיש- צום טראנספלאנט, א זאך וואס די צוריקגעבליבענע שטאלצע ענגלישע דאקטורים האבן פארנאכלעסיגט

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:20 pm
דורך ונבנתה העיר
נאך א דריי-טאגיגע שטודיע בין איך דערגאנגען אז דערווייל איז דער שטערן די בעסטע אויסגאבע.

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:39 am
דורך ידען
ונבנתה העיר האט געשריבן:נאך א דריי-טאגיגע שטודיע בין איך דערגאנגען אז דערווייל איז דער שטערן די בעסטע אויסגאבע.

בעסטע פון?

אידיש

ענגליש

עברית

אלע?