בלאט 15 פון 16

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 4:42 pm
דורך שמעון וואלף
איז אמת די שמועה אז פאר פערציג טאלער קען מען זיך טובל'ן אין די וואסער ווי מ'האט געטובלט טאהשע רבי ביי מאכן די טהרה?

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 4:48 pm
דורך שמערל
פריעד באטשי האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:דער חידוש איז אז זיינע געטרייע גבאים האבן געהאט די חוצפה אים צומאכן אינטערשרייבן אויף א פאראויס געטייפטע צוואה ווען ער האט שוין נישט געוואוסט פון זיין חיות צוזאגן, כאטש וואס דער זעלבער מענטש האט מיט זיין אייגן כתב יד געשריבן און געוואלט אנדערש.

איך זע אז דו האסט נישט געליינט וואס איך האב געשריבן, ער שרייבט דאך קלאר אין די נייע צוואה, אז גארנישט טוישט זיך נישט פון די אלטע, איז פארוואס מאכסטו דא א מצב פאר גארנישט?

ווייל ער טוישט קלאר יא, איי וועסטו פרעגן פארוואס שרייבט ער אז ער טוישט נישט, ווייל זלמן גרויס האט פארשטאנען אז ווען מען שרייבט אזוי, איז גרעסער די שאנס אז די ערשטע צד זאל פארלירן אין א דין תורה.

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 4:52 pm
דורך שמערל
גאנצל האט געשריבן:קודם כל ער האט דעמאלט פיין געוואוסט געוואוסט פון זיין חיות צו זאגען

און צווייטנס ס'איז גאר קיין חידוש נישט ביים סאטמאר רב ז"ל (הב"מ) האט מען געטון סאך ערגערס פון דעם און די שענסטע (?)סאטמארע אידן טאנצן פאר דעם אקט קדוש קדוש (אויפשטעלן א רבי'ן צוויי מאל ברבים און איבערגעבן צעטלעך ברבים וואס צו זאגן איז דוכט זיך מיר ארגער)


און איך בין חולק. ער האט דעמאלטס ווייניגער געוואוסט ווי דער ברך משה א יאר פאר זיין פטירה.
בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס אויב האלט מען אז מען האט מבזה געווען דעם ברך, איז עס א תירוץ פארן מבזה זיין דעם טאשער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 4:59 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:קודם כל ער האט דעמאלט פיין געוואוסט געוואוסט פון זיין חיות צו זאגען

און צווייטנס ס'איז גאר קיין חידוש נישט ביים סאטמאר רב ז"ל (הב"מ) האט מען געטון סאך ערגערס פון דעם און די שענסטע (?)סאטמארע אידן טאנצן פאר דעם אקט קדוש קדוש (אויפשטעלן א רבי'ן צוויי מאל ברבים און איבערגעבן צעטלעך ברבים וואס צו זאגן איז דוכט זיך מיר ארגער)


און איך בין חולק. ער האט דעמאלטס ווייניגער געוואוסט ווי דער ברך משה א יאר פאר זיין פטירה.
בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס אויב האלט מען אז מען האט מבזה געווען דעם ברך, איז עס א תירוץ פארן מבזה זיין דעם טאשער.

תשס״ה (און אפילו שפעטער) איז די טאהש׳ע רבי נאך געווען ביים פולען זינען און נאך געהעריג גערעדט, געפראוועט וכדומה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:11 pm
דורך מאטל שניידער
שמעון וואלף האט געשריבן:איז אמת די שמועה אז פאר פערציג טאלער קען מען זיך טובל'ן אין די וואסער ווי מ'האט געטובלט טאהשע רבי ביי מאכן די טהרה?

יא אין ניין
עס איז בחנם )$2( די מקוה אין ביהמ"ד הגדול

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:38 pm
דורך גאנצל
שמערל האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:קודם כל ער האט דעמאלט פיין געוואוסט געוואוסט פון זיין חיות צו זאגען

און צווייטנס ס'איז גאר קיין חידוש נישט ביים סאטמאר רב ז"ל (הב"מ) האט מען געטון סאך ערגערס פון דעם און די שענסטע (?)סאטמארע אידן טאנצן פאר דעם אקט קדוש קדוש (אויפשטעלן א רבי'ן צוויי מאל ברבים און איבערגעבן צעטלעך ברבים וואס צו זאגן איז דוכט זיך מיר ארגער)


און איך בין חולק. ער האט דעמאלטס ווייניגער געוואוסט ווי דער ברך משה א יאר פאר זיין פטירה.
בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס אויב האלט מען אז מען האט מבזה געווען דעם ברך, איז עס א תירוץ פארן מבזה זיין דעם טאשער.


קיינער זאגט נישט מ'האט געמעגט איך זאג נאר אז ס'איז נישט א חידוש (ס'איז ליידער נארמאל (?) )

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:49 pm
דורך chusid
איך פארשטיי נישט די צוואה: מילא אז דער זון זאל זיין די "רבי--פירער" כדאי די מוסדות זאל זיך ווייטער פירען פארשטיי איך, אבער וואס איז פשט פון הרה"ק מ'טאהש זי"ע מיטן הייסן נעמען עסן פון זיין זונ'ס טעלער?? די געדאנק פון שריים איז אויסדריקליך נאר פון א צדיק. די טאהשע רבי זעט א תכלית אין עבודת השם מיטן שפילן רבי-חסידים געים?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:34 pm
דורך קאווע טרינקער
אוודאי אזוי, טאהשע רבי האט דען געהאלטן אז ער זעלבס איז א צדיק?? אוודאי נישט, און דאך האט ער געטיילט שיריים.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:59 pm
דורך גאנצל
ס'איז דא זעהר א גוט ווארט פונעם סאטמארע רב ז"ל (הב"מ) אויף דעם

ווען מ'האט גערעדט אמאל פון איינעם וואס נעמט קוויטלעך

האט ער רעאגירט מיט זיין אצילות חן על צורתו הק' מיט זיין אין בדומה'דיגע עניות און פשטות

וער פארשטייט דען היינט צו די עבודה פון קוויטלעך ? נאר וואס דען ? דאס איז עס א וועג ווי זוי צו שטיצן דעם גוטען איד מילא וואס א חילוק וועם מ'שטיצט ?.......

לעבעדיג אין טאהש...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 8:53 pm
דורך חקרן
עוד ישמע בערי יהודה... הייבטאך הייבטאך... ס'הויבט זיך אן.

פאלגענד איז א פרישער דאקיומענט פון טאהשער רבי, וואס דער איידעם זיינער הרב כ"ץ פון מאנסי האט ארויסגעגעבן. דארט שרייבט דער רבי אז הרב כ"ץ איז טאהשער רבי פון מאנסי און אלעס איז זיינער.

האלט מיט דעם קומענדיגן צורקיס שפיל.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:40 pm
דורך [NAMELESS]
קען זיין אז עס איז לעבעדיג, אבער פון די צעטל לכשעצמו זעט מען נישט קיין שום מחלוקת, לעבעדיגקייט וכדומה, וכבר הארכתי בזה באשכול אחר ומשם תדרשינו לטובה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:12 pm
דורך [NAMELESS]
פריעד באטשי האט געשריבן:קען זיין אז עס איז לעבעדיג, אבער פון די צעטל לכשעצמו זעט מען נישט קיין שום מחלוקת, לעבעדיגקייט וכדומה, וכבר הארכתי בזה באשכול אחר ומשם תדרשינו לטובה.

דא איז די לינק צו ווי עס איז שוין געווארן אויסגעשמועסט.
viewtopic.php?p=297554#p297554

Re: לעבעדיג אין טאהש...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:19 pm
דורך א איד
חקרן כהאב ליב דיינע ליעווע אשכולות וכדומה, אבער נישט דיינע צימעס אשכולות, ווי דו הייבסט אן צו גראבן און שמוץ, און ווען עס עקספלאדירט, קענסטו נאך שרייבן, ביטע שרייבן כפי תקנת המקום, נישט דאס האב איך געמיינט ווען איך האב געפענט די אשכול, אתמהה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 1:34 pm
דורך [NAMELESS]
אין די צייטונג

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 1:56 pm
דורך קאווע טרינקער
והיה ראשיתו בראטה קלאדינג

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 3:33 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 12:54 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
2) א געוואלדיגע עניו, זיך אליינס אוועקגעמאכט, זיך מכניע געוועהן פאר א פשוטע צוריסענע שוסטער!

3) ער האט געהאט די מערסטע "אהבת ישראל" וואס א איד קען נאר האבן צו א צווייטן! נישט קיין חילוק וועמענס חסיד דו ביסט געוועהן

5) דער גרעסעטער בעל מדות וואס מ׳האט נאר געקענט טרעפן, א גאון אין מדות! זיך קיינמאל נישט אין לעבן געשלאגן מיט קיינעם! מוחה געוועהן אויף קיינעם! געטשעפעט קיינעם! !


איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי דאס שטימט מיט די רדיפות אויפן עצי חיים בנוגע די פושקעס?


איך ווייס באמת נישט, קיינמאל נישט געהערט פון די פאליטיק, כ׳האב אבער נישט קיין ספק פאר א רגע אז ס׳האט געהאט צוטוהן מיט׳ן אהבת ישראל זצוק״ל, וואס האט ליב געהאט ״יעדע״ איד אן קיין זייטיגע חשבונות!, ער וואלט אוועקגעגבן אלעס פאר זיינע גרעסטע פיינט צו פארמיידן מחלוקות!.

ר' מאטעלע דערציילט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:04 pm
דורך ליפא
rps20150827_130400.jpg
rps20150827_130400.jpg (205.55 KiB) געזען געווארן 2330 מאל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:10 pm
דורך ליפא
rps20150827_130549.jpg
rps20150827_130549.jpg (267.9 KiB) געזען געווארן 2414 מאל
rps20150827_130653.jpg
rps20150827_130653.jpg (151.59 KiB) געזען געווארן 2414 מאל

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:30 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
מיכאל פין די ערשטע תלמידים פין טאהשע ישיבה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:39 pm
דורך שעפטל
איך קוק יעצט נאכאמאל די מציבה, ס'איז אינטערסאנט אז זיי שרייבן "הלוי" ווען די טאהש'ע רבי האט זיך אייביג אינטערגעשריבן אלס 'סג"ל'.

(כ'וואלט אפילו אפגעפרעגט דעם שרייבן "לאווי".. ער פלעגט זיך נישט אינטערשרייבן אזוי, און ס'שטייט נישט ביי זיינע עלטערן אויך נישט)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 4:40 am
דורך [NAMELESS]
דערציילט מיר א איד, אז ער האט אמאל געכאפט א שמועס מיט אן אדמו"ר'ל פון בארא פארק [וואס לעבט שוין נישט היינט], און בין השיחים האט יענער אים דערציילט אז יעדעס מאל ער פלעגט פארן קיין טאהש אויף שבת, פלעגט אים דער טאהשער רבי געבן א צענער'ל, דהיינו צען טויזענט דאלער! (אזוי ליגט מיר אין קאפ). אזוי בשתיקה, קיינער האט פון גארנישט געוואוסט.

האט יענער רבי'לע אויסגעפירט: ווען איך בין געפארן קיין סקווירא אויף שבת, האט מען מיר אויך מכבד געווען צו זיצן לעבן דעם רבי'ן אויפן אויבנאן, אבער ס'האט זיך געענדיגט ביים כבוד. אין טאהש האט מען מיר סיי מכבד געווען, און סיי געגעבן יעדעס מאל צען טויזענט דאלער בדרך כבוד!

Re: בד"ה: הרה"ק אדמו"ר מ'טאהש זצוק"ל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 9:48 pm
דורך [NAMELESS]
/