בלאט 141 פון 213
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 1:24 am
דורך שבת אחים
chusid האט געשריבן:מיין פראגע איז געשטעלט צו די חברים דא וואס זענען ליבעראל גענויגט (ווייל וואס רעכטע האלטן ווייס איך), זענען די רעכטע פשוט נארישער ווי לינקע? (די פראגע איז באופן כללי און פארשטייט זיך אז עס איז דא חכמים און שוטים ביי ביידע)
די רעכטע זענען די פרומע, און באופן כללי זענען די פרומע אסאך נערישער און ווייניגער educated, יעצט צו דיין קשיא צו די פרומע זענען נערישער ווי די לינקע וועל איך איבערלאזן פאר דיר אליינס דיסיידן, נעם אריין אין באטראכט אז רוב רעפבוקליקאנער גלייבן זאכן אן קיין שום עווידענס למשל אז יאשקע גייט צוריקומען אלץ משיח אין זייער לייף טיים און אז ער האט געמאכט וואסער פאר וויין און נאך אסאך שטותים מיט הבלים וואס מ׳האט געשריבן יאהרן צוריק ווען מענטשען זענען געוועהן האלבע מאנקיס און זיך אויפגעפירט ערגער ווי חיות רעות.
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 3:12 am
דורך Chuchem
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איז פארהאן א gps navigation app פאר ענדרויד וואס ארבעט לגמרי אן וועב סערוויס?
Yes.
You can use Google Maps. Just save the area you will be traveling through, for offline use, turn on location (that provides GPS navigation), and the app will navigate your trip.
To save offline maps, search for specific area, then go to Menu - Save offline.
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 7:40 am
דורך געוואלדיג
מיין בני בית איז געווארן גערופן צו דזשורי דורי, איז מעגליך צו אויסשמועסן דא אין א פאבליק פארום עפעס גוטע עצות אויב יא וואס טוהט מען, אויב נישט וואו קען איך באקומען א גוטע עצה.
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:05 pm
דורך שמעקעדיג
אז זי האט א שטוב מיט קינדער איז דאס ע"פ רוב גענוג צו פטר'ן פון דזשורי דוטי.
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:05 pm
דורך שמעקעדיג
די אלע פרומע מוחים וואס האקן אקעגן די ספירה און בין המצרים טעיפס ווייל מען שפילט אויס דעם אבילות סיסטעם, וואו זענען זיי אצינד ווען אלע פובליקאציעס אן אויסנאם האבן אויפרייסערישע אפעטיטליכע שפייעכץ-רינענדע אדווערטייזמענס לכבוד די 9 טעג, אזש א גאנץ יאר קען איך קוים ווארטן אויף די אויסטערלישע גוטע מעניו'ס פון די 9 טעג סאפער'ס און רעסטוראנטן?
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 6:12 pm
דורך געוואלדיג
יישר כח, שמעקעדיג
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 6:47 pm
דורך האמת לאמיתו
שמעקעדיג האט געשריבן:די אלע פרומע מוחים וואס האקן אקעגן די ספירה און בין המצרים טעיפס ווייל מען שפילט אויס דעם אבילות סיסטעם, וואו זענען זיי אצינד ווען אלע פובליקאציעס אן אויסנאם האבן אויפרייסערישע אפעטיטליכע שפייעכץ-רינענדע אדווערטייזמענס לכבוד די 9 טעג, אזש א גאנץ יאר קען איך קוים ווארטן אויף די אויסטערלישע גוטע מעניו'ס פון די 9 טעג סאפער'ס און רעסטוראנטן?
גיי און די ישיבה'ס און אין די חדרים וועסטו שוין איינמאל הערן האקן דערויף
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 6:48 pm
דורך שמעקעדיג
צו הערן מחאה אויף ספירה טעיפס ברויך איך אויך גיין צו די ישיבות און חדרים?
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 10:57 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
וויפיעל קאסט א עלעוועטער?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:18 pm
דורך לבלר
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:וויפיעל קאסט א עלעוועטער?
קעניג אזוי ווילסטי פירעון א קאנטרי.
סווענט זיך אין פיל מיט פרטים
וועלעכא קאמפעני עלעוועטער?
וויפעל שטאק? 1 אדער 15
ווי א שטארקער מאטער?
קאמארשיל אדער רעזעדענשיל?
א נארמאלא עלעוועטער פאר א בילדינג. איז בערך $80.000 אבער קענסט האבן א קליינע פאר $22.000.
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:25 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז פשט פון א הונגער סטרייק? פארוואס זאל איך זיך רעכענען מיט א רוצח וואס גייט אויף א הונגער סטרייק און אים נאכגעבן זיינע פארלאנגען? ער וויל שטארבן א פיינפולער טויט, גוד לאק טו הים. פארוואס זעה איך כסדר אז רעגירונגען ברעכן זיך פאר דעם און געבן נאך די פארלאנגען פון די מערדערס?
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:48 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ווען א רבי איז א עכטע טיפש. מיינען די חסידים אז ער איז קליג. אדער זיי ווייסען אז ער איז א טיפש אין מ׳קען פשוט זיין א חסיד פין א טיפש אויך. ס׳נישט קיין סתירה
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 1:15 am
דורך לבלר
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז פשט פון א הונגער סטרייק? פארוואס זאל איך זיך רעכענען מיט א רוצח וואס גייט אויף א הונגער סטרייק און אים נאכגעבן זיינע פארלאנגען? ער וויל שטארבן א פיינפולער טויט, גוד לאק טו הים. פארוואס זעה איך כסדר אז רעגירונגען ברעכן זיך פאר דעם און געבן נאך די פארלאנגען פון די מערדערס?
קודם כל ווער זאקט אז מרעכנט זיך?
וואל די נייעס ברענקט עס אראפ... האסטי אמאל געזען אז די גווארמענט זאל זיך דערשרקען?
שנית עס איז בטבע שווער פאר א מענטש צי ציקיקען ווי איינער גייט איוס...
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 1:17 am
דורך ירא שמים
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:ווען א רבי איז א עכטע טיפש. מיינען די חסידים אז ער איז קליג. אדער זיי ווייסען אז ער איז א טיפש אין מ׳קען פשוט זיין א חסיד פין א טיפש אויך. ס׳נישט קיין סתירה
מטראכט נישט מגלייבט אין פארטיג.
נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 1:18 am
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז פשט פון א הונגער סטרייק? פארוואס זאל איך זיך רעכענען מיט א רוצח וואס גייט אויף א הונגער סטרייק און אים נאכגעבן זיינע פארלאנגען? ער וויל שטארבן א פיינפולער טויט, גוד לאק טו הים. פארוואס זעה איך כסדר אז רעגירונגען ברעכן זיך פאר דעם און געבן נאך די פארלאנגען פון די מערדערס?
ווען אן ארעסטאנט איז אין טורמע איז די רעגירונג אחריות אויף זיין וואוילזיין, געזעצליך.
נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 8:06 am
דורך דריידל
שמעקעדיג האט געשריבן:די אלע פרומע מוחים וואס האקן אקעגן די ספירה און בין המצרים טעיפס ווייל מען שפילט אויס דעם אבילות סיסטעם, וואו זענען זיי אצינד ווען אלע פובליקאציעס אן אויסנאם האבן אויפרייסערישע אפעטיטליכע שפייעכץ-רינענדע אדווערטייזמענס לכבוד די 9 טעג, אזש א גאנץ יאר קען איך קוים ווארטן אויף די אויסטערלישע גוטע מעניו'ס פון די 9 טעג סאפער'ס און רעסטוראנטן?
רעדט שטילער ווייל באלד וועט מען נאך אסר'ן עסן מילכיגס אין די ניין טעג
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 5:47 pm
דורך יהושע חיים
די איסור אויף ספירה אלבומס איז נישט ווייל מען שפילט אויס די אבילות נאר ווייל עס איז דא גדולי ישראל וואס האלטן ע"פ הלכה האט דאס שוין א דין פון כלי זמר ווייל דער קול איז אזוי ווי איינער זינגט מאכט עס נישט אויס כלי זמר משא"כ עסען מאכלי חלב האט נאר א געפיל אז עס שפילט אויס די אבילות
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 12:44 am
דורך chusid
פארוואס דארפן די מעקסיקאנע אריבער קריכן די געיט כדאי צו קומען אויף אמעריקע. וואס געשעט אויב קומט ער אריין נארמאל דורך א פליגער און זאגט ער קומט צו א משפחה שמחה און בלייבט דא?
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 12:47 am
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:פארוואס דארפן די מעקסיקאנע אריבער קריכן די געיט כדאי צו קומען אויף אמעריקע. וואס געשעט אויב קומט ער אריין נארמאל דורך א פליגער און זאגט ער קומט צו א משפחה שמחה און בלייבט דא?
אזוי האבן טאקע אסאך יודן געטון נאכן קריג.
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 12:55 am
דורך רויטע וואנצעס
chusid האט געשריבן:פארוואס דארפן די מעקסיקאנע אריבער קריכן די געיט כדאי צו קומען אויף אמעריקע. וואס געשעט אויב קומט ער אריין נארמאל דורך א פליגער און זאגט ער קומט צו א משפחה שמחה און בלייבט דא?
מ'דארף האבן א וויזא. חוץ פון דעם אויב קומט מען באזוכן און מ'לייבט לענגער ווי 90 טעג גייט מען אויף די רעקארד אלץ אומלעגאל און מ'זוכט יענעם. אויב קומט מען דורכן גרעניץ אומלעגאל ווייסט קיינער נישט מ'איז דא.
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 1:28 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
קען מען דאך חתונה האבען מיט איינעם אינמיטען די 90 טעג.
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 1:39 am
דורך רויטע וואנצעס
טאקע א שיינע עצה להלכה, אבער למעשה דארף מען דורך גיין שבעה מדורי גיהנם צו באקומען א גרין קארד. קודם איז דא שרעקליכע שטראפן, נאכדעם ווערט מען ארויסגעווארפן פון לאנד ביז'ן באקומען די גרין קארד וואס קען דויערן יארן. כאפ א שמועס מיט אידן פון א"י וואס האבן דא חתונה געהאט וויפל השתדלות זיי האבן געדארפט פאר'ן גרין קארד.
נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 1:57 am
דורך יהושע חיים
מען פארציילט אז דער ברך משה איז אנגעקומן קיין אמעריקע און מען האט עהם געוואלט ציריק שיקן אבער אדווייל איז געבוירן חיה'לע און אזוי ווי זי איז אן אמעריקאנער בירגער ווייל זי איז געבוירן אויף דער אמערקאנער באדן אזוי האט ער געקענט באקימן בירגערשאפט און דעם גאלדענעם אמערקע