בלאט 141 פון 214

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 2:49 pm
דורך מתבודד
שעפטאל האט געשריבן: נישט אזוי?
ניין.

80-90 פראצענט פון ניקס וואס שרייבן זיך דא איין האבן נישט (עכ"פ ערנסט) בדעה צו שרייבן דא, איינמאל זיי מאכן א אתערותא דלתתא און פאנגן אן שרייבן מער דאן קומט זיך זיי שוין אנערקענונג.

נ.ב. לגבי אימאמאטהער וואלט איך יא אפלייעט דיין געדאנק...

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 6:03 pm
דורך שעפטאל
פינקט פארקערט, וועגן מנעמט זיי נישט אויף שיין, וועגן דעם שרייבן זיי נישט, זיי פילן ווי קיינער דארף זיי נישט האבן!!!

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 6:31 pm
דורך ששון ושמחה
שעפטאל האט געשריבן:איך מיין מען ברויך אויפנעמען די פרישע טשוטשיק'ס מיט א לייק, זיי זאלן זיך פילן מער וועלקאם, סאיז נישט שיין ס'קומט אריין א פרישע אורח אין שטיב'ל און קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג, ווער וויסט וואסערע אוצרות ליגן באהאלטן און די פרישע פשוט'ה אויסזעענדע ניקס, זיי באקומען אזא קאלטע אויפנאמע פארגייט זיי די אפעטיט צו שרייבן, מען דארף זיך וויסענדיג מאכן פון זיי, געבן א לייק, קאמענטירן אויף זייער נאמען, און פארטיג,
נישט אזוי?
געווענליך אויב איינער שרייבט עפעס מער ווי אפאר טריקענע ווערטער וועט ער באקומען א לייק.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 6:37 pm
דורך שעפטאל
אנטשילדיג, דו ווייסט ווי איך האב מיר געפלאגט צו שרייבן מיין שטיק'ל, אפאר וואכן האט עס גענומען, יעדע ווארט האב איך איבער געטראכט טויזענט מאל, און למעשה.. גארנישט.. שווערע האראוואניע האב איך אריינגעלייגט.. ך'האב מיר דורוך גערעדט מיט מיינע בעסטע חבירים... און שוין.. אפאר טריקענע ווערטער... :( :? :shock:

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 7:08 pm
דורך שעפטאל
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

איך האב עס נישט געמיינט ערנסט אבער שכוח עניווע

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:57 am
דורך איציקל
דא איז א אינגערמאן וואס זיצט נאך אין כולל ב"ה. מען קען מיך טרעפן אין איינער פון די פרישע חרדישע געגענטער. פון אלץ קליין אינגל האט מיך שטארק געצויגן כל המיני ידיעות, הן בתורה ולהבדיל ביי וועלטליכע ענינים. פארשטייט זיך אז ק"ש איז ביי מיר געווען כמוצא שלל רב. אזוי ווי איך האב נישט אלעמאל access צום ק"ש וועל איך נישט שרייבן אוסיף א כסדרדיגן אופן.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:58 am
דורך ווילי
I like to hear and to be part of out of the box discussions and to hear from anybody what they have to
Kava shtible todaysay and thats why I'm creating my account with

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:59 am
דורך God Farbid
איך האב מחליט געווען אז איך וויל פארזעצן צו האבן די מעגליכקייט צו ליינען דא אויך יעצט ווען ס'איז פארמאכט פאר דרויסענדיגע, און דאס איז די עיקר סיבה פון מיין יעצטיגע שריט זיך איינצושרייבן.

אפשר אז איך בין שוין דא מיט אן אקאונט וויל איך שוין אמאל אריינווארפן מיינע צענטן, אבער נישט דאס איז די אגענדע פאר יעצט, ועוד חזון למועד אי"ה.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:02 am
דורך מן הסתם
איך ליין שוין דא מיום הווסדה, איך האב מיר שוין זייער זייער לאנג צוריק געוואלט איינשרייבן דא אינעם שטיבל, נאר כבין פשוט נישט אנגעקומען דערצו מחמת טירדות, איך גלייך זייער די ברייטקייט אויף פארשידענע נושאים וויאזוי זאכן ווערן דא דעבאטירט.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:04 am
דורך זעמעלע
א גוטן טאג
איך בין א מענטש וואס האב ליב דורך צו טוהן סיי אנטערעסאנטע און סיי אקטועלע נושאים, און איך מיין אז קאווע שטיבל איז גאר א פאסיגע פלאץ דאס צו טוהן אויף א באשיידענעם אנגענעמע פארנעם, איך האף טאקע סיי צו הנאה האבן און סיי צו ביישטייערן צו קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:05 am
דורך א באס דרייווער
א פשוטע איד וואס ארבייט שווער פאר פרנסה אלס א באס דרייוער און וויל זיך אביסעל אויליפטערן דא אופן זייטל, איך האב שטארק הנאה פון די 'אפענע' נייעס וואס מען קען דא זעהן און שרייבן

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:06 am
דורך האנדא 38
א פריוואטע סיטיזין וואס ווערט געצווינגן צומאכן א ניק צו קענען ווייטער ליינען.
בפרט פונקט יעטס ווען אייוועלט פארמאכט
למעשה פארשטיי איך נישט פארוואס מווערט געצווינגן צו שרייבן אין "דערציילט איבער אייך"

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:06 am
דורך אמרבינימין
אמר רבי בנימין, הכל בחזקת סומין עד שהקדוש ברוך הוא מאיר את העינים. זענען מיינע אויגן טאקע לעכטיג געווארן ביים טרעפן א סייט פון היימישע שמיסן אין נייעס. אויס בלינד, זעט אויס. א כולל יונגעמאן, ספעציעל מיט גאנישט דערווייל, וועט זיך מסתם טרעפן וויממ'האלט אויף דער וועלט אין די קומענדע שטיק צייט.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:11 am
דורך hello123
Hi,
I'm a Yiddish speaking Yingerman, just never learnt to use the Yiddish Keyboard.
My main interests are but not limited the wrongs about our heimisha society and our so called Chinuch system.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:15 am
דורך אסטראלאג
איך וויל צוגעבן מיינע געדאנקען און באמערקונגען פאר די אינהאלטסרייכע ארטיקלען און נייעס וועלכע ווערן דא שטענדיג פובליצירט
און איך האף אויך צו ליפטערן מיינע ארטיקלען, מיטן אויבערשטענס הילף.

איך בין א ״שטאלצער״ אויסגעשפראכענער אנטי ציוניסט, - פארט נישט קיין פרא-פאלעסטינער.
איר וועט מיר שטענדיג טרעפן ביי די תורה אפטיילונגען.

עהרע און שעצונג.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:21 am
דורך סיסטעם
זעט אויס אז איינער איז אויפגעקומען מיט א אינטרעסאנטע אויפן פון אויפטרייבן איינגעשריבענער באניצער, און יא עס איז געלאנגען ווען איך מיט נאך צענדליגע האבן זיך איינגעשריבן.
אבער אפילו אזוי וועל איך זיך לאזן הערן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:21 am
דורך צוזאמגעדרייט
אסטראלאג האט געשריבן:איך וויל צוגעבן מיינע געדאנקען און באמערקונגען פאר די אינהאלטסרייכע ארטיקלען און נייעס וועלכע ווערן דא שטענדיג פובליצירט
און איך האף אויך צו ליפטערן מיינע ארטיקלען, מיטן אויבערשטענס הילף.

איך בין א ״שטאלצער״ אויסגעשפראכענער אנטי ציוניסט, - פארט נישט קיין פרא-פאלעסטינער.
איר וועט מיר שטענדיג טרעפן ביי די תורה אפטיילונגען.

עהרע און שעצונג.
איר טוט און אסטרעלאגיע?

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:35 am
דורך לא יודע כלום
שלום עליכם איך בין בדרך כלל זייער א נייגירגער מענטש איך ליין היסטאריע גאר אסאך איך האב ליב אלע סארט ידיעות.
איך בין אבער נישט קיין גוטע שרייבער און אידיש בעיקר שרייב איך און לה"ק און עברית סאו כאטש איך ליין זייער אסאך און קאווע שטיבל האב איך זיך קיינמאל נישט איינגעשריבן
אבער יעצט אז סאיז פארשפארט פאר פרעמדע מוז איך זיך איינשרייבן און איינווועגס אריינווארפן מיינע הערות דא און דארט

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:36 am
דורך אסטראלאג
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
אסטראלאג האט געשריבן:איך וויל צוגעבן מיינע געדאנקען און באמערקונגען פאר די אינהאלטסרייכע ארטיקלען און נייעס וועלכע ווערן דא שטענדיג פובליצירט
און איך האף אויך צו ליפטערן מיינע ארטיקלען, מיטן אויבערשטענס הילף.

איך בין א ״שטאלצער״ אויסגעשפראכענער אנטי ציוניסט, - פארט נישט קיין פרא-פאלעסטינער.
איר וועט מיר שטענדיג טרעפן ביי די תורה אפטיילונגען.

עהרע און שעצונג.
איר טוט און אסטרעלאגיע?
.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:03 am
דורך yesiknow
א באס דרייווער האט געשריבן:א פשוטע איד וואס ארבייט שווער פאר פרנסה אלס א באס דרייוער און וויל זיך אביסעל אויליפטערן דא אופן זייטל, איך האב שטארק הנאה פון די 'אפענע' נייעס וואס מען קען דא זעהן און שרייבן
berlbalaguleh@
גרויסע קאמפעטישען...

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:27 am
דורך Capital
א גוטן, איך דריי זיך שוין לאנג ארום דא און איך ליין אסאך, אבער איך האב אנגעהויבן טראכטן אז עס איז נישט ריכטיג אז איך האב אזוי הנאה פון די סייט און נישט צוגעבן עפעס פאר די סייט, האב איך אפגעמאכט אז עס איז געקומען די צייט אנצוהייבן שרייבן אויך.

ביים שרייבן וועל איך האלטן אלע תקנות פון די סייט און איך האף ענק אלע וועלן הנאה האבן פון מיר.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:43 am
דורך אקטעוויסט
אויפוואקסענדיג אין א שטוב ווי קאווע שטיבל איז געווען א זאך וואס מיין טאטע פלעיגט ליינען, (אפשר שרייבן אויך?) פלעיגט אויסקומען אז ער זאל ארויספרינטען גוטע ארטיקלען, און פארשטענדלעך האב איך געלייגט א האט דעראויף.. שפעטער ווען די וועקער איז ערשינען פלעגט ער עס קויפן, און בין הזמנים ווען איך פלעג אהיים קומען פון ארץ ישראל האב איך מיך ציגעשארט דערצו און דאס דארעכליינען. פארשטייט זיך דורך די יארן פלעג איך סתם אזוי אסאך ליינען דא. יעצט שוין זייענדיג פארהייראט און האבענדיג מיין אייגענע פראוואטע קאמפיאטער איז נישט מער ווי נארמאל. צו קענען זיין פיזיש אקטיוו דא.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:46 am
דורך מי ימצא
אקטעוויסט האט געשריבן:אויפוואקסענדיג אין א שטוב ווי קאווע שטיבל איז געווען א זאך וואס מיין טאטע פלעיגט ליינען, (אפשר שרייבן אויך?) פלעיגט אויסקומען אז ער זאל ארויספרינטען גוטע ארטיקלען, און פארשטענדלעך האב איך געלייגט א האט דעראויף.. שפעטער ווען די וועקער איז ערשינען פלעגט ער עס קויפן, און בין הזמנים ווען איך פלעג אהיים קומען פון ארץ ישראל האב איך מיך ציגעשארט דערצו און דאס דארעכליינען. פארשטייט זיך דורך די יארן פלעג איך סתם אזוי אסאך ליינען דא. יעצט שוין זייענדיג פארהייראט און האבענדיג מיין אייגענע פראוואטע קאמפיאטער איז נישט מער ווי נארמאל. צו קענען זיין פיזיש אקטיוו דא.

קאווע שטיבל האט שוין קינדער?

וואו! סוי לאמיר עפענען מוסדות, שוהלן, איבער אלעם, וואס טוט זיך מיט קאווע שטעטל?