שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 398 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

שליחה דורך מי ימצא »

שלום עליכם! פאר אייך אלע נייע מיטגילידער.

פילטס וועלקאם, צו לאזן אייערע געדאנקען, און פעדער לויפן.

קאווע שטיבל, האפט צו נהנה זיין, פון אייך, אזוי ווי איר זאגט, אז איר האט הנאה פון אונז.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
קאלאמביען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך קאלאמביען »

איך גלייך צוהערן און וויסן ברייטערע זאכן וואס ווערט צעזוזירט און אנדערע מקומות, און זען די אנדערע זייט פון די מטבע אויף געוויסע ענינים כדי לשבר את האוזן און הנאה האסן פון וואוסענשאפט ועוד
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 348 מאל

שליחה דורך תניא בניחותא »

שלום עליכם נאך לאנגע יארן נהנה זיין פון קאווע שטיבל איז שוין העכסט צייט צי גיין אפיציעל, זייענדיג שוין א בן ארבעים לבינה מטופל בבנים וכו’ קען מען פון צייט צי צייט אויך צילייגן דברים של טעם ויה”ר שלא תצא תקלה מתחת ידינו.
freilech
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:35 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך freilech »

איך וויל זייער שטארק ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, אלס אויפגעוואקסן אין א היימישע ברוקלין סביבה, איז דאס די איינציגסטע פלאץ, וואו מען קען ליינען אויף מאמע-לשון, צו העלפן טראכטן גראד אן קיין צעמושעניש, און זיך אפזונדערן פון די וואס ווילן ליידער ארויפצווינגען זייער "אייגענע" מיינונגען, אויף יעדער איינער וואס ער האט באשלאסן אז ער מוז טראכטן ווי אים, נאר פאר די איינע סיבה ווייל ער גייט דאך אנגעטון פונקט ווי זיי.
איש יהודי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך איש יהודי »

איך האב מוראדיג הנאה פון די שרייבערס דא, איך האב נאך כמעט נישט געזען קיין קינדרישע תגובה דא, (איך האב מורא איך וועל זיין די ערשטע, לאל..)
איך באלאנג צי סאטמער אהרונים, איך האף צי ווערן אמאל א ערליכע יוד אין דאווענען מיט מנין יעדן טאג איך האף צים אייבירשטען ער זאל מיר מקרב זיין, הצלחה וברכה
באזיכער123
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 2:17 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך באזיכער123 »

באזיכען פון צייט צי צייט צי מיטיהאלטן וואס גייט פאר און דער היימישער וועלט און צי אריינווארפן מיין צוויי סענס ווען מעגליך
און איך האפ איך האב שוין געזאגט גענוג
באזיכען פון צייט צי צייט צי מיטיהאלטן וואס גייט פאר און דער היימישער וועלט און צי אריינווארפן מיין צוויי סענס ווען מעגליך
און איך האפ איך האב שוין געזאגט גענוג
נבוך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך נבוך »

אזוי ווי מיין ניק, איך בין א נבוך אין גיי מער מיט די רמב"ם'ס מהלך ווי דער קבלה מהלך אבער מיט דעם בין איך נאך אלץ א נבוך. איך בין נישט ציגעווינט צו ליינען אין שרייבן אין אידיש (אפילו איך רעד דאס אלץ מיין ערשטער שפראך) עס איז מיר פיל גרינגער אין ענגליש אדער עברית.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך מצפצף »

נבוך האט געשריבן:אזוי ווי מיין ניק, איך בין א נבוך אין גיי מער מיט די רמב"ם'ס מהלך ווי דער קבלה מהלך אבער מיט דעם בין איך נאך אלץ א נבוך. איך בין נישט ציגעווינט צו ליינען אין שרייבן אין אידיש (אפילו איך רעד דאס אלץ מיין ערשטער שפראך) עס איז מיר פיל גרינגער אין ענגליש אדער עברית.
איך האב געמיינט אז דער רמב"ם האט שוין מורה געווען אלע נבוכים.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1595 מאל

שליחה דורך מתבודד »

איך בין נאך נבוך אינעם עצם תגובה.
@נבוך, קענסטיך אפשר אביסל מסביר זיין?

אה,און שלום עליכם אייך! קום אריין און מאך זיך היימיש, צוזאמען מיט אלע אנדערע פרישע ניקס חדשים גם מגולגלים...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
ארגינעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ארגינעל »

איך בין א כולל אינגערמאן אין די מיטעלע צוואנציג יאהרן וואס שטרעבט צי ווערן קליגער און א יעדער הונזיכט וואס קען נאר זיין גאר ליב טשיקאווער תורה'דיגע נושאים אין ווי אויך אלטוועלטליכער נושאים וואס מאכט מיר קליגער
נבוך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך נבוך »

וויבאלד איך בין נישט אזוי באקאנט מיט אלע אשכולות וואס מ'האט שוין דורך געטון דא (איך האב נאר לעצטענס אנגעהוין ליינען ק"ש) איז זייער מעגליך אז די ריכטיגער נבוכים האבן שוין אלעס אדורך געאקערט אין איך בין נישט קיין שרייבר וועל איך מקצר זיין.
נאכן אדורך טוהן די קדמות הזהר (ווי למשל פין די יעב"ץ אין מטפחת ספרים, יחיא קאפח אין מלחמת השם און נאך) בין איך זיכער אז קבלה איז עפעס וואס האט נישט עקזעסטירט פאר תקופת הראשונים. נאך דערצו מיט ר' סעדיה גאון'ס אמונת ודעות אין נאכדעם די ערשטע ראשונים בפרט הרמב"ם, איז דאס לדעתי ממש א סתירה צו קבלה אין ממילא גייט אינגאנצן אקעגן אינזער חסידיש געשטומט לעבנסשטייגער ווי מיר זענען אויפגעוואקסן. נאר די רמב"ם מיטן מורה האט נישט אלעס אויפגעקלקרט אין אויך אסאך פון זיין סייענס איז געבויעט אויך אלטע גריכישע פאקטן וואס היינט זענען אסאך זאכן גאר אנדערש בנוסף צו דעם אז אין ש"ס און מדרש שטומען נישט אסאך זאכן לויטן רמב"ם.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1595 מאל

שליחה דורך מתבודד »

קבלה האט נישט 'עקזיסטירט' פאר תקופת הראשונים, אדער נישט געווען 'באקאנט'? ביי דיר איז פשוט אז זהר איז נישט געשריבן דורך תנאים?
עפן א אשכול אויף די נושא, ויבוא המפלפלים וכו'
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1754 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך כרם זית »

וואס טוט זיך מיט 'שיעור קומה' און די היכלות. עס קען זיין אז עס האט מיט אידישקייט קיין שייכות, אבער עס איז שוין געווען בזמן הגאונים.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
נבוך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך נבוך »

כרם זית האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט 'שיעור קומה' און די היכלות. עס קען זיין אז עס האט מיט אידישקייט קיין שייכות, אבער עס איז שוין געווען בזמן הגאונים.
אויף שיעור קומה איז דא א תשובת הרמב"ם:
שו"ת הרמב"ם סימן קיז
שאלה ויורנו הדרתו גם כן, מה ראוי (לענות), למי ששואל שאלה בדבר שיעור קומה, האם הוא כדברי מי שאמר, שהוא חבור אחד הקראים, ומסר זאת בשם הדרתכם, או הוא סוד מסודות החכמים ז"ל, שבו עניינים עצומים, טבעיים או אלוהיים, כמו שאמר רבינו האיי ז"ל באחד הקונטרסים בשאלות חגיגה, ושכרו כפול מ"ה.
התשובה לא חשבתי מעולם, שהוא מחיבורי החכמים ז"ל, וחלילה להם, שזה יהיה מהם. ואין הוא אלא חבור אחד הדרשנין היונים ותו לא. וסוף דבר, למחוק זה הספר ולכרות זכר ענינו (הוא) מצוה רבה. ושם אלהים אחרים לא תזכירו וכו'ב והרי מי שיש לו קומה, הוא אלהים אחרים בלא ספק. וכתב משה.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1754 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך כרם זית »

אודאי האט דער רמב''ם געטענהט אז עס האט נישט קיין שייכות מיט יהדות (אגב, אין זיין יונגע יארן האט ער לכאורה יא געהאלטן פון דעם). דער שאלה איז נאר צי איז שוין געווען מיסטיקע ביי אידן פאר די זמן הראשונים, וואס אויף דעם איז די תירוץ אז יא והא ראיה שיעור קומה (אפי' לויט דער רמב''ם איז עס דאך געווען אריינגעכאפט).

@מנהל ביטע אפטיילן די הודעות צו די קדמות הזוהר אשכול (אדער אפשר @נבוך זאל עפענען א נייע אשכול אויף קבלה בכלליות).
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 873 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1666 מאל

שליחה דורך מנהל »

שלום עליכם @נבוך. עס קוקט אויס אז דו האסט אסאך צו פארקויפן. עפען ביטע אן אשכול, און לאמיר לאזן דעם פלאץ דא פאר נייע ניקס. יישר כוח.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
אמת לאמיתה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך אמת לאמיתה »

ווען איך וויל לייענען עפעס לייכט און געשמאק, אדער ווען איך וויל באקומען א ברייטערע פערספעקטיוו אויף א נושא, גיי איך ארויף אויף קאווע שטיבעל. נאך אפאר יאר ליינען און שטיין פון די זייט, שפיר ס׳איז געקומען די צייט צושטייער געבן מיין חלק צו די שמועסן.
יצחק אייזיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 404 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך יצחק אייזיק »

איך בין א אינגערמאן וואס ליינט שוין דא א שיינע פאר יאר. איך האב מיך קיינמאל נישט איינגעשריבן ווייל איך בין נישט קיין גוטע שרייבער און חוץ מגיב זיין אויף תגובות דא און דארט ווייס איך נישט וויפיל איך קען צוגעבן. אבער גאר אסאך ידיעות האב איך שוין דא באקומען און טאמער מען דארף זיך רעגיסטרירען צו קענען ווייטער קונה זיין וויל איך אזוי טון.

נ. ב. א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס לייגען דא אריין אזויפיל כוחות להנות בהם בני אדם
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3236
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8960 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יצחק אייזיק האט געשריבן:איך בין א אינגערמאן וואס ליינט שוין דא א שיינע פאר יאר. איך האב מיך קיינמאל נישט איינגעשריבן ווייל איך בין נישט קיין גוטע שרייבער און חוץ מגיב זיין אויף תגובות דא און דארט ווייס איך נישט וויפיל איך קען צוגעבן. אבער גאר אסאך ידיעות האב איך שוין דא באקומען און טאמער מען דארף זיך רעגיסטרירען צו קענען ווייטער קונה זיין וויל איך אזוי טון.

נ. ב. א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס לייגען דא אריין אזויפיל כוחות להנות בהם בני אדם
יצחק אייזיק פון אייוועלט?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1595 מאל

שליחה דורך מתבודד »

נעע. יצחק אייזיק פון אייוועלט איז גאר א גוטן שרייבער אויב געדענק איך גוט.
יצחק אייזיק האט געשריבן:איך בין א אינגערמאן וואס ליינט שוין דא א שיינע פאר יאר. איך האב מיך קיינמאל נישט איינגעשריבן ווייל איך בין נישט קיין גוטע שרייבער און חוץ מגיב זיין אויף תגובות דא און דארט ווייס איך נישט וויפיל איך קען צוגעבן. אבער גאר אסאך ידיעות האב איך שוין דא באקומען און טאמער מען דארף זיך רעגיסטרירען צו קענען ווייטער קונה זיין וויל איך אזוי טון.

נ. ב. א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס לייגען דא אריין אזויפיל כוחות להנות בהם בני אדם
ר' אייזיקל, זיי נישט אזא עניו. קודם גראטוליר איך דיר פארן שרייבן א גאנצע תגובה געשמאק און פליסיג אן קיין גראמאטישע טעותים, א זאך וואס נישט יעדער קען היינט...
שארף דיר דאס בליי און נעם דיר שרייבן.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2459
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 6134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5901 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

אסטראלאג האט געשריבן:איך וויל צוגעבן מיינע געדאנקען און באמערקונגען פאר די אינהאלטסרייכע ארטיקלען און נייעס וועלכע ווערן דא שטענדיג פובליצירט
און איך האף אויך צו ליפטערן מיינע ארטיקלען, מיטן אויבערשטענס הילף.

איך בין א ״שטאלצער״ אויסגעשפראכענער אנטי ציוניסט, - פארט נישט קיין פרא-פאלעסטינער.
איר וועט מיר שטענדיג טרעפן ביי די תורה אפטיילונגען.

עהרע און שעצונג.
לכאורה וועלן מיר זיך נאך אסאך באגעגענען דא אין שטיבל......
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2459
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 6134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5901 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

אקטעוויסט האט געשריבן:אויפוואקסענדיג אין א שטוב ווי קאווע שטיבל איז געווען א זאך וואס מיין טאטע פלעיגט ליינען, (אפשר שרייבן אויך?) פלעיגט אויסקומען אז ער זאל ארויספרינטען גוטע ארטיקלען, און פארשטענדלעך האב איך געלייגט א האט דעראויף.. שפעטער ווען די וועקער איז ערשינען פלעגט ער עס קויפן, און בין הזמנים ווען איך פלעג אהיים קומען פון ארץ ישראל האב איך מיך ציגעשארט דערצו און דאס דארעכליינען. פארשטייט זיך דורך די יארן פלעג איך סתם אזוי אסאך ליינען דא. יעצט שוין זייענדיג פארהייראט און האבענדיג מיין אייגענע פראוואטע קאמפיאטער איז נישט מער ווי נארמאל. צו קענען זיין פיזיש אקטיוו דא.
וואוו, מען האלט שוין ביים צווייטן גענעראציע דא אין ק"ש!
מזל טוב צו @אקטעוויסט'ס טאטע פארן אריינברענגען זיין זוהן דא.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
געשמאקע יוד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:02 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך געשמאקע יוד »

איך האב אביסעל גענישטערט און קאווע שטיבעל אין עס זעהט אויס גאנץ א געשמאקע סייט מיט אסאך אינפארמעישן אין פארשידענע נוסעים מיט אסאך געשמאקע חבירים.
אין ווער רעדט נאך אין אידיש וואס קען זיין בעסער....
לאמיר האפן מיר וועלן הנאה האבן דא.
איך בין בטבע מער א ליינער ווי א שרייבער אבער לאמיר זעהן.
רעאגיר