בלאט 143 פון 214

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:41 pm
דורך Mr beast
I have extra time and would love to spend it on a yidddish site instead of guyshe, I live in Williamsburg I work, and wanna be rich

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:42 pm
דורך חובב ציון
פשוט'ע יונגערמאן וואס זיכט צו נאשן אין צו געבן אינפארמאטיווע אינפארמאציע. שרייבער, מוזיקאנט; אויפגעוואקסן אין ברוקלין געלערנט אין די היגע מוסדות האלט מיר זיך גאנץ ליבעראל.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:43 pm
דורך א גלעזל קאווע
איך ליין שוין קאוע שטיבל פאר א לאנגע צייט זייער אסאך מאל שפיר איך אז איך האב געדאנקען צו אויסליפטערן פארגאנגענע זוממער האב איך מיר איינגעשריבן האפענדיג צו קענען פארברענגען דא למעשה האב איך באקומען א זשאב זומער און אזוי ארום נישט געהאט צופיל צייט צו שרייבן אבער איך האב ווייטער זיך אסאך אומגעגעקוקט און הנאה געהאט, און ווי עס שיינט ברויך מען יעצטער זיין איינגעשריבן כדאי צו קענען האבן צוטריט וואלט איך זייער געוואלט זיין א חלק. יישר כח

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:44 pm
דורך מבקש
איך בין א יונגערמאן כמעט בן ארבעים איך ליין שוין קאווע שטיבל יארן לאנג.במשך די יארן האב איך אסאך ידעות און עצות קונה געווען,און הנאה געהאט, אין יעדען הינזכיט.
די עיקר סיבה פארוואס איך האב מיך נישט איינגשרייבן איז ווייל עס איז מיר זייער שווער צי שרייבן סיי מחמת מיין שרייבן סקילס און בעיקר ווייל איך האב נישט קיין צייט מחמת מיין ארבייט ב״ה. בין איך געווען בבחינת נהנה ואינו מוסיף
מיינע אינטערעסן איז אין יעדען אשכול בעזונדער. וואס על פי רוב שמעסט מען ענינים וואס מען שמעסט נישט מיט חברים און יעדער קען זאגן מה שליבו חפץ.
איי געיס יעצט איז די צייט וואס מגייט זיך אויפסיינען און טרייען מיי בעסט מגיב צי זיין און להוסיף נופך משלי

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:45 pm
דורך אלפבינה
א חבר אין קאווע שטיבל? פשוט ס’איז קייו ברירה מער נישט דא, אבער געוויס אין איינוועגס וועט מען קענען ארויסגעבן די הויפנעס וועלכע ווארטן שוין יארן להפיץ חוצה, הערן, שמועסן און מיטטיילן אין א ניכטערן אטמאספער.
ויה”ר שיקדש שם שמים ”על ידינו”.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 12:15 am
דורך yesiknow
אמת לאמיתה האט געשריבן:ווען איך וויל לייענען עפעס לייכט און געשמאק, אדער ווען איך וויל באקומען א ברייטערע פערספעקטיוו אויף א נושא, גיי איך ארויף אויף קאווע שטיבעל. נאך אפאר יאר ליינען און שטיין פון די זייט, שפיר ס׳איז געקומען די צייט צושטייער געבן מיין חלק צו די שמועסן.
דאס שמעקט עפעס נישט אזוי אמת לאמיתה...

אבער מאך זיך היימיש ותשלח אמת ארצה שכן ארץ ורעה (אמת)אמונה

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 9:01 am
דורך וועלוול
איך בין א שטארקער נייגעריגער. איך האף קליגער צו ווערן פונם שטיבל. אפשר אויך מוסף זיין אבער בעיקר ליינען וואס טיטזעך אין אינזער וועלטל. קאווע שטיבל היסטאריע טעכנאלאגיע.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:37 pm
דורך NORTHEAST
אזוי הנאה האבנדיג כסדר אלס אן אפטער גאסט דא און שטיבל האב איך געוויסט אז איך גיי מיר רעגעסטרירן איך האב אבער נישט געוויסט אז עס וועט זיין געצווינגענערהייט
איך גלייב אז איך וועל זיין מער אויף די שטילע זייט און זיך נישט לאזן הערן אזוי אפט

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:38 pm
דורך Lazerblazer
איך בין זייער נייגעריק צו ליינען די היימישע נייעס און זאפטיקע מעשהס פון די רבישע הויפן. איך שטאם פון חב״ד חסידות שוין עטליכע דורות, איך קאן שפילן חסדישע מוזיק אויף א פלוט. איך האב מחליט געווען וערן א חבר צו הנאה האבן און מהנה זיין.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:40 pm
דורך DOOVID
א ארץ ישראל'דיגער איד, איך בין א טאטע פון פינעף זיסע קינדער איך ארבעט מיט גאדג'טס און קומפיוטרס, האב שיעורי תורה צווי מאל א טאג, אינדערפרי און אין אוונט, טריי צי זיין אנערליכער איד.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 12:10 am
דורך חובב קאווע
א גוטן, איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר א לענגערע צייט און איך האב גאר שטארק הנאה צו ליינען דא, אבער היות איך בין נישט קיין שרייבער קומט מיר אן גאר שווער צו שרייבן האב איך נישט געמאכט קיין ניק ביז היינט. יעצט אבער אז צוליב די אומשטענדן ברויך מען מאכן א ניק, טוה איך גענױ דאס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 12:55 am
דורך דיפרענט
איך האב זייער ליב צו לעבן א אמתן לעבן מיט א ברייטע בליק אויף זאכן ובפרט בענייני השקפה האב איך געפיהלט אז דא איז די פלאץ איך האב בעיקר ליב קרישקעלעך נישט אזוי ווייט די אינטערטעינמענט נישט פארדעם בין איך געקומען כהאף אינז העמער זיך פארשטיין...

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:01 am
דורך מי ימצא
דיפרענט האט געשריבן:איך האב זייער ליב צו לעבן א אמתן לעבן מיט א ברייטע בליק אויף זאכן ובפרט בענייני השקפה האב איך געפיהלט אז דא איז די פלאץ איך האב בעיקר ליב קרישקעלעך נישט אזוי ווייט די אינטערטעינמענט נישט פארדעם בין איך געקומען כהאף אינז העמער זיך פארשטיין...
א לייק דיפרענט. @ דיפרענט, איך האף מעעמיר נהנה זיין פון אייער דיפרענט קרישקעלעך.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:33 am
דורך משה שמואל
מיין נאמען איז משה שמואל גרינפעלד
איך באלאנג צום כת המתנגדים פון יארע 1800 למספרם
מיין אינטערעסע איז אין אלוועטליכע פאליטישע נייעס
איך גרייט מיר צו שרייבען הערליכע ארטיקלעך פאליטישע
און אויך אנדערע סארט אייגנארטיגע אינטערסאנטע נושאים

בנוגע מיין טאלאנט: איך קען אויסטערליש שיין זינגען
אבער מיט דעם אלעם וועל איך נישט אויפטרעטן ברבים מכמת טעם הכמוס

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:35 am
דורך משהשיק
א גוטן
איך האלט אין איין קומען אין גיין פון די בלוג זיך אייביג געוואלט איינשטיין אבער נישט אנגעקומען יעצט אז איך קען אפילו נישט זעהן די בלוג האב איך גענומען די מיה

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:26 pm
דורך ווייסעכניש
איך האב מיך דא אויפגעסיינט פשוט מיטצוהאלטן אביסל וואס עס טוט זיך ארום אונזער וועלטל אנשטאט ארום צו קלעטערן אביראל האבן מיר דא אלעס אויף איין פלאץ אין א לייכטן שפראך

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:33 pm
דורך shloimy green
איך האב געהערט אז קאווע שטיבל איז א פיינע גיטע געשמאקע ווינקל ווי זיך אביסע'לע צי אויסליפטערן אינטערעסן:מוזיק מצב:אינגערמאן חסידות:סאטמאר טאלאנטן: אביסל שפילן אויף קלארינעט פיאנא גיטאר דראם א גרויסן יישר כח למפרע פארן מיך ארויפלאזן דא אויפן פלאטפארמע יישר כח

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:34 pm
דורך yankelfefer
איך וויל ווערן א חבר דא, פשוט ווייל איך קען נישט ליינען אהן זיך איינשרייבן. איך בין בדרך כלל א שטילע מענטש וואס הערט אויס א שמועס אהן געבן מיין מיינוג. איך בין אן עלטערע איד פין היימיש קרייז, איך בין א שיינע בעל תפילה איך וואוין אין די ניו יארק געגנט.

אויב קען איך געבן א רעקאמענדעישן, וואלט איך געמאכט אן אופט אין (אדער אוט) פין אשכולות פין א געוויסע סארט (למשל די אשכול וועגן שמשון הגיבור) סזאל זיין א סעטינג ביים איינשרייבן (אדער אין סעטטינגס) (חוץ אויב די פילטערס וועלן אוסגעפינען א וועג עס צי פאורסען אזוי זיי פארסן סעיף סערטש למשל)

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:35 pm
דורך מנהל
yankelfefer האט געשריבן: אויב קען איך געבן א רעקאמענדעישן, וואלט איך געמאכט אן אופט אין (אדער אוט) פין אשכולות פין א געוויסע סארט (למשל די אשכול וועגן שמשון הגיבור) סזאל זיין א סעטינג ביים איינשרייבן (אדער אין סעטטינגס) (חוץ אויב די פילטערס וועלן אוסגעפינען א וועג עס צי פאורסען אזוי זיי פארסן סעיף סערטש למשל)
מיר האבן אן אפציע אז מ'קען אנשטעלן נישט צו זעהן די אשכולות פון "העמק דבר". און אזא סארט אשכול קען מען טאקע אריינשטעלן אין העמק דבר.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 9:35 pm
דורך כוואליעס
וואו!!! עס קוקט דא אויס מוצאי פסח ביים בעקעריי, איך האב נישט געוויסט וויפיל מענטשן ליינען נישט איינגעשריבן'ערהייט,
וועלקאם צו יעדן, מאכט אייך היימיש

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:27 pm
דורך מרדכי2536
איך בין אין מיינע מיטעלע יארען. איך בין היימיש פין געבורט...געגאנגען אין מער ישיבהש ישיבות. איך האב ליב מיטצוהאלטען די פאליטיק פינם היימישער עולם. איך בין נישט קיין שרייבער...איך האב נאר ליב צי ליינען אין זיך באקאנט מאכען מיט נייעס וואס ווערט נישט געדעקט אין די אלגעמיינע צייטונגען.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:28 pm
דורך Tnxhashem
איך וויל זיך איינשרייבן צי קענען לייקן און אריינשרייבן און אויך צי קענען נאכקוקן א ניקס באשרייבונגען- איך האב געטראפן די קאווע שטיבל פארום זייער תוכן'נדיג

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2023 8:06 am
דורך עמתדיג
איך בין א מענטש וואס איז נייגעריג צו זעהן און הערן דעות וואס אנדערע האבן צו זאגן אויף אלע נושאים און דער אידישע וועלט צו אין רוחניות אדער גשמיות.כדי אנצוקומען צום חקר האמת דארף מען זיין גרייט מקבל זיין דער אמת ממי שאמרה.