בלאט 144 פון 164
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:38 pm
דורך שעפטל
הרב [tag]גאנצל[/tag] איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט דא, ווען דו ענדיגסט אפליינען אלע תגובות פון דעם אשכול מאך דיר דיין סך הכל און ווארף אריין דיינע צוויי ניקלעך.
דא האט מען שוין אלעס אויסגעדראשן און אויסגעקוועטשט, קומסטו יעצט מיט זאכן וואס זענען שוין דא געשריבן געווארן?
כ'האב קיין פראבלעם דערמיט, כ'קלער דיך נאר אויף טאמער וועסט דיך וואונדערן אז באקומסט עפעס נישט קיין קלארע ענטפער דא.
ווען דו האסט דיך איינגעשריבן דא אין שטיבל האט שוין די אשכול געהאלטן ביי 135 זייטן...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:57 pm
דורך גאנצל
שעפטל האט געשריבן:הרב [tag]גאנצל[/tag] איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט דא, ווען דו ענדיגסט אפליינען אלע תגובות פון דעם אשכול מאך דיר דיין סך הכל און ווארף אריין דיינע צוויי ניקלעך.
דא האט מען שוין אלעס אויסגעדראשן און אויסגעקוועטשט, קומסטו יעצט מיט זאכן וואס זענען שוין דא געשריבן געווארן?
כ'האב קיין פראבלעם דערמיט, כ'קלער דיך נאר אויף טאמער וועסט דיך וואונדערן אז באקומסט עפעס נישט קיין קלארע ענטפער דא.
ווען דו האסט דיך איינגעשריבן דא אין שטיבל האט שוין די אשכול געהאלטן ביי 135 זייטן...
איך האב געליינט ק"ש פאר איך האב מיר איינעשריבן
איך האב נאכנישט ארויסגענומען א ס"ה...
איך האב גענטפערט אויף א שאלה וואס מ'האט מיר געפרעגט צו ס'איז נאך דא מענטשן וואס גלייבן נאך אז ס'איז א בלבול
אבער דו ביסט גערעכט דא איז שוין נישט קיין פלאץ זיך צו טענה'ן נאר פאר נייעס און אזא נייעס פון נאכשרייען דאס ווייבל ברענגט אטאמאטיש צוריק ארויף די אלטע אויסגעדראשענע נושא
און לאמיר נישט פארגעסן אז דערווייל זיצט א טאטע אוועקגעריסן פון זיין משפחה באלד א יאר צייט אויף א מעגליכע בלבול און מ'ברויך פאר אים מתפלל זיין
והבן
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:10 pm
דורך דעת תורה
ירושלים איז חרוב געווארן צוליב די רבנים וואס האבן נישט מוחה געווען אויף בר קמצא. אונז עס מיר יעצט די קאנסעקווענצן פון דעם אומדערהערטן רשעות'דיגן אקט ווייל די זאליס האבן נויטיג געברויכט האבן אפאר ארעסטן צו אונטערשטיצן די באריכטן איבער די ראיאטן אין די פרעסע. פוי.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:48 pm
דורך ממרום שלח אש
ראדני האט דעמאלס געליטן פון באנדעס אלטע בחורים און אינגעלייט מנוולים וואס ווי א צרעת ממארת הנראה בבית האט מען נישט געקענט פטור ווערן פון זיי, אנשטאט גיין צו טשולענט און פוטסטעפס אדער סתם בארס און פארקס, ווי זיי טוען היינט, פלעגן זיי אפזיצן בשעתן דאווענען שבת און גאנצעטע נעכט, און געווען א סכנה פאר אינגע בחורים און קינדער וד"ל.
מען האט זיך זייער געמוטשעט מיטן פראבלעם, מען האט פרובירט צו צושפארן די שטיבלעך ווי זיי זענען געווען, אבער זיי האבן כסדר אויפגעבראכן, דאן האט מען אינסטולירט אייזערנע גראטעס איבעראל, אויך אויף די טיר פון דעמאלסדיגן בית קויפמאן אינדערויסן, דאס אלעס איז טרוקענע פאקטן, פאר ווער עס געדענקט, און מען קען עס נאך היינט זען.
יענע יום טוב האבן זיי זיך אריינגערוקט אין די אויבערשטע בית קויפמאן, אויפגעבראכן די טירן בעצם החג און זיך ווידער אריינגעזעצט, זעענדיג ווי מען קען זיך נישט קיין עצה געבן מיטן פראבלעם האט מען אריבערגערופן פאליציי זיך מטפל צו זיין מיט זיי, זונט דאן ליידט מען מער נישט פון זיי, מען קען זיי נישט טרעפן פאר קיין רפואה און ראדני, און א געוויסן זין האט עס געראטעוועט אנדערע בתי מדרשים אויך, ווייל זיי האבן זיך דאן געוואוינט צו גיין צו אנדערע פלעצער נישט אין בתי מדרשים, ויד החסידים על העליונה.
דאס אלעס האמיר זיך גענומען די טירחה אפצושרייבן בלויז קלארצושטעלן היסטאריע. איבעריג צו זאגן אז עס האט נישט געהאט גארנישט מיט די קאורט און די ארונים, קוקט איבער, זעט ווי בארי הייבט אן דערמיט, ער קען עס אבער נישט שפינען ווייטער, אזוי אויך איז ער אויך מודה אז נאר עטליכע זענען געווען ארונים, בקיצור, סתם זאמד אין די אויגן.
אזויפיל יא, די ארונים האבן נישט אויסגעלאזט קיין געלעגנהייט צו טרומפייטערן דערמיט צו ווייזן אז צד רז"ל גייט אויך אין קאורט און נישט נאר זיי. זיי האט נישט געבאדערט צו זיין דעם "דעווילס אדוואקאט" פאר פאליטיק.
וחמת [tag]דעת תורה[/tag] שחכה (האפענטליך) סאו [tag]אליבא דאמת[/tag], גראדע רעדט בארי יעצט אויך נישט צו די זאך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:55 pm
דורך דעת תורה
אפילו עס זאל זיין דער אמת, איז אויך נישט יו"ט די פאסיגע צייט דערפאר. און וועלכער רב האט געגעבן א היתר אז דאס איז דער וועג פון זיי פטור צו ווערן? יעצט עסן מיר די פירות פון די באהאנדלונג.
נאר לגופו של ענין, מען דארף זיין בלינד נישט צו זען די שייכות פון די ארעסטן מיט די געשעענישן יענעם אינדערפרי. מתחילה האב איך דאס אנגעקוקט ווי א קאנספיראציע פון דער בלאט, דער פאקט איז אבער אז יעדער צייטונג און נייעס קאנאל כמעט וואס האט באריכטעט די ראיאטן האט צוגעענדיגט מיט דעם אז די ראיאטן האבן געפירט צו די 26 ארעסטן, און דאס האט היפש צוגעשפילט צו די פרסום.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:05 pm
דורך אויס מענטש
ה. ווי שעמט זיך נישט א מענטש נאך צען יאר צו שרייבן אזאלכע ליגנט? !
האסט נישט וואס צו ענטפערן שריי פיי. יו., אבער סתם קומען שרייבן מנוולים, וכו', ייעדער איינער וואס האט מיטגעהאלטןדי ארעסטן און קען ד י 26 נעמען ווייסט אז דארט האט מען ארעסטירט כל הבא ליד היימישע זאליס ארונים סתם עמך שמועסרס און אפי נישט בשעתן דאווענען בלויז צו צייגן בעלות.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:06 pm
דורך outspoken
און נישט פארגעסען די רשעות אז מ'האט זיי אראפגעטראגען צו סענטרעל בוקינג, נישט צוגעלאזט קיין עסען, ואחרי ככלות הכל האבן זיי נישט נאך געלאזט די טשארדזעס. SHAME ON YOU
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 7:33 am
דורך איך אויך
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 4:22 pm
דורך [NAMELESS]
א בהמה סטראשעט באארי דייטש מיטן לעבן
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 5:41 pm
דורך היימישער ליטוואק
ראשעקאל האט געשריבן:א בהמה סטראשעט באארי דייטש מיטן לעבן
ער וויל האבן 24/7 וויזיטיישן ראיטס מיט נחמי'...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 7:48 pm
דורך berlbalaguleh
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:א בהמה סטראשעט באארי דייטש מיטן לעבן
ער וויל האבן 24/7 וויזיטיישן ראיטס מיט נחמי'...
מאן יימר אז מ'וועט איהם לייגן צוזאמען מיט נחמי'. אפשר וועט זיין רומ-מעיט זיין א מעקסיקאנער דראג לארד?!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:20 pm
דורך יואליש
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:א בהמה סטראשעט באארי דייטש מיטן לעבן
ער וויל האבן 24/7 וויזיטיישן ראיטס מיט נחמי'...
אוי וויי, מסתם נעבעך א אינג בחור'ל וואס ווייסט נישט אז פאר אזא קינדישע סטראשע ווערט מען אויפגעפיקט. עפעס א ישיבה גייט האבן בושות, אדער דער שנה ראשונה חבר אויף וועמען'ס נאמען ער האט זיין סעלפאן.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:21 pm
דורך מיסטער מענטש
אדער בורי'ס פרענד וואס האט אונטערגעשטעלט דעי זיסע וויץ
צו באשמוצן די יהדית החרדית
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:26 pm
דורך גנדי
ראשעקאל האט געשריבן:א בהמה סטראשעט באארי דייטש מיטן לעבן
ווי איז דער מקור?
לינק?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:42 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 10:11 am
דורך געפילטע פיש
מ'קען שוין אנהויבן די פדיון שבויים קאמפיין. הכינו למערכה!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:05 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'קען שוין אנהויבן די פדיון שבויים קאמפיין. הכינו למערכה!
אבער איין זאך. ווען די גוטע פריינט פון נחמי' וועבערמאן האבן (בערך צוויי יאר צוריק) אנגעהויבן דעם פדיון שבוים קאמפיין און געדרוקט שרעקעדיגע פאוסטערס, מיט באמבעס וואס פליען, האבן זיי גארנישט מגזים (מעגאזעם, אין וויליאמפעסט) געוועין..
נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:35 pm
דורך יואליש
מיסטער מענטש האט געשריבן:אדער בורי'ס פרענד וואס האט אונטערגעשטעלט דעי זיסע וויץ
צו באשמוצן די יהדית החרדית
זייער מעגליך. טאקע ווען מ'האט ארעסטירט די בילדר כאפערס אין געריכט אז איינע פון זיי געווען א בורי סימפאטיקער.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 8:48 pm
דורך ודי למבין
מרץ דייטש האט עס געמאכט צו די פארווערטס טאפ 50 יודן פון 2013
http://forward.com/specials/forward-50- ... ns-victim/
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 10:13 am
דורך smart
wow אונז זענען איר אלע מקנא אז זי האט זוכה געווען אנצוקומען צן אזא דעגרייכונג....
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:48 pm
דורך [NAMELESS]
בקשו רחמים
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:03 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז דאס איפלה?
און וואס איז דער כפל הלשון, יום ד' וישב פרשת וישב ???
אריין אין טייפא'ס אשכול.......
צוריק צום ענין: המקום ירחם עליהם ועל כל יושבי בית האסורים ויציאם משעבוד לגאולה אמן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:14 pm
דורך כתר מלכות
בדרך רמז קען מען זאגן מאיפלה איז נוטריקין מאיחוד פעילד..
נאר הלצה.