בלאט 144 פון 179
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:34 pm
דורך שמן למאור
אינגל: "רבי, אמת מען קען מיר נישט שטראפן פאר עפעס וואס איך האב נישט געטון?
מלמד: ריכטיג.
אינגל: סאו כ'האב נישט געטון מיין עבודת הבית...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:34 pm
דורך לייביש לעבאוויטש
שמן למאור האט געשריבן:
האק נישט אריין דא, כ'האלט אינמיטן.
כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן, ביטע נעם אן מיין אפאלאדזשיס.
ביי
אה, יעצט כאפ איך האלטסט אינמיטן פסח'דיג מאכן, הצלחה, רוף מיך ווען די ענדיגסט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:36 pm
דורך שמן למאור
יונגל: מאמי, אויב וועל איך דיר ווייזן אז איך האב א 100 אויף מיין בחינה וועסטו מיר געבן צוויי דאלער?
מאמע: אקעי שעפעלע!
יונגל: פיין. סאו געב מיר פליז איין דאלער...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:39 pm
דורך שמן למאור
לייביש לעבאוויטש האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:
האק נישט אריין דא, כ'האלט אינמיטן.
כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן, ביטע נעם אן מיין אפאלאדזשיס.
ביי
אה, יעצט כאפ איך האלטסט אינמיטן פסח'דיג מאכן, הצלחה, רוף מיך ווען די ענדיגסט.
כ'האב עס נישט געמיינט ערנסט...
אז מען רעדט שוין וועגן העלפן אין שטוב. מיר ווייסן דאך פונעם בארדיטשובער, אז קשר"ק איז ר"ת קראצן, שארן, רייבן, און קערן.
האט א גוטזאגער געזאגט דערויף.. "ביי מיר אין שטוב בין איך דער בעל מקרא"...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 12:51 pm
דורך [NAMELESS]
געב אכטונג, אז דו וועסט זיין א בעל מקרא וועט זי ווערן דער בעל תוקע, אזש זי וועט בלאזען אויף דיר אגאנץ יום טוב...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 1:24 pm
דורך שמן למאור
קרן זוית האט געשריבן:
געב אכטונג, אז דו וועסט זיין א בעל מקרא וועט זי ווערן דער בעל תוקע, אזש זי וועט בלאזען אויף דיר אגאנץ יום טוב...
[/quote]
עפעס א תקיעה גדולה מוז מען דאך אריינריקן...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 1:30 pm
דורך פאלאצ'ינטא
זיצט זיך א רבל'ה און גרייט צו זיין כל נדרי דרשה. ער שרייבט און מעקט, און שרייבט און מעקט.
פרעגט איהם זיין זוהן, טאטי, ווי אזוי ווייסטו וואס צו שרייבן פאר דיין דרשה?
זאגט ער, וואס הייסט? דער באשעפער אליין'ס בכבודו ובעצמו זאגט מיר פונקט וואס צו זאגען.
פרעגט איהם זיין זוהן, אויב אזוי, דאן פארוואס מעקסט דו אויס אפאר זאכען?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 1:32 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א אינגעלע האט אמאהל געבעטען זיין מאמע אז ווען זי שרייבט א מצוה צעטעלע זאהל זי עס אריין לייגען אין א ענוועלאפ. ווייל אויב מען גיבט דער רבי א פאפיר גייט עס אין מיסט, און א ענוועלאפ לייגט ער אין טאש
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 2:00 pm
דורך מחונך
איך טרעף נעכטן א חבר ער זעט אויס אנגעפאשעט און זאט. פרעג איך אים פון ווי האסטו געהאט אזוי פיל צי עסן אין די טעג?
זאגט ער מיך נעה, איך בין פשוט זאט פון שלינגען.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 5:40 pm
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן:מאן: וואס איז דא היינט פאר סאפער?
ווייב: גארנישט!
מאן: אבער נעכטן איז אויך געווען גארנישט?
ווייב: היינט איז דא שיריים פון נעכטן.
בבחינת....
וואס ארבטסטו?
איך ארבעט פאר מיין טאטען!
וואס ארבעט דיין טאטע?
ער...... זיכט א דזשאב..........
נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 4:05 pm
דורך תרמב
א איד איז אמאל געגאנגען צום דאקטאר, די דאקטאר האט אים געשיקט אין בית כסא מיט א גלעזל אז ער זאל גיין מאכן א יורין סעמפל, מ'האט געדארפט עפעס אויסטשעקן, יענער האט זיך גע'עקשנט אז ער וויל עס מאכן אינדערהיים, דער דאקטאר האט געזעהן אז מ'האנדלט דא מיט אן עקשן האט ער אים געזאגט פיין גיי אהיים און ברענג צוריק דעם גלעזל מיט אביסל פיש וואסער, דער איד איז צוריק געקומען א טאג שפעטער מיט א גאנצע סעלצער באטל אנגעפילט, דער דאקטאר פרעגט אים פארוואס האסטו געברענגט אזוי סאך? דער איד זאגט אים פרעג נישט קיין קשיות, די דאקטאר האט געזעהן אז מ'האנדלט דא מיט א מאדנעם פארשוין האט ער עס גענומען און געטעסט, ער קומט צוריק און זאגט פאר דעם איד, אז די טעסט איז צוריק געקומען גוט, ער איז געזונט און שטארק, דער איד רופט זיך אן, הודו לשם! מיין גאנצע פאמיליע איז געזונט אין שטארק...!
נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 4:16 pm
דורך שמן למאור
תרמב האט געשריבן:א איד איז אמאל געגאנגען צום דאקטאר, די דאקטאר האט אים געשיקט אין בית כסא מיט א גלעזל אז ער זאל גיין מאכן א יורין סעמפל, מ'האט געדארפט עפעס אויסטשעקן, יענער האט זיך גע'עקשנט אז ער וויל עס מאכן אינדערהיים, דער דאקטאר האט געזעהן אז מ'האנדלט דא מיט אן עקשן האט ער אים געזאגט פיין גיי אהיים און ברענג צוריק דעם גלעזל מיט אביסל פיש וואסער, דער איד איז צוריק געקומען א טאג שפעטער מיט א גאנצע סעלצער באטל אנגעפילט, דער דאקטאר פרעגט אים פארוואס האסטו געברענגט אזוי סאך? דער איד זאגט אים פרעג נישט קיין קשיות, די דאקטאר האט געזעהן אז מ'האנדלט דא מיט א מאדנעם פארשוין האט ער עס גענומען און געטעסט, ער קומט צוריק און זאגט פאר דעם איד, אז די טעסט איז צוריק געקומען גוט, ער איז געזונט און שטארק, דער איד רופט זיך אן, הודו לשם! מיין גאנצע פאמיליע איז געזונט אין שטארק...!

אייגנס??
נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:50 pm
דורך שמן למאור
איין טשאלמער צום צווייטן:
זאלן מיר זיך טרעפן אויף קמחות...
נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2023 6:15 pm
דורך תרמב
שמן למאור האט געשריבן:איין טשאלמער צום צווייטן:
זאלן מיר זיך טרעפן אויף קמחות...
א טשאלמער האט זיך געווינטשן אז ער זאל געבענטשט ווערן מיט עשירות אז ער זאל קענען דינגען א גוי וואס זאל אים אהיימשלעפן די חלוקה ערב פסח....
נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2023 7:56 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב: אן ענליכע מעשה ווערט פארציילט (שוין נישט צום ערשטן מאל). אז א איד גייט אויפ'ן גאס און ער באגעגנט א טשאלמער ווי ער איז פארסאפעט און שוויצט זייער שטארק. ווען דער טשאלמער האט זיך אפגעשטעלט אפצורוען א ביסל גייט צו דער פרעמדער איד צו איהם און כאפט א שמועס מיט איהם. ער פרעגט איהם...ר' איד. שטעלט אייך פאר ווען איהר געווינט דעם גרויסן געווינס אויף די לאטערי. וואס וואלט איהר געטון? זאגט דער טשאלמער...איך 'על דינגען 2 בחורים זאללן מיר העלפן אהיים שלעפן די גאנצע חלוקה...!
נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:53 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב היינט באגעגנט מורי ורבי כ"ק הגה"ק מ'יארמא שליט"א. זאגט ער צו מיר..."דו ווייסט אונז זעמיר קרובים"! פרעג איך, וויאזוי? זאגט די רבי שליט"א..."דו ביסט אן אייניקל פון פרי מגדים"? זאג איך, ניין. זאגט די רבי..."איך אויך נישט"...!!!
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 6:00 pm
דורך נעקסט לעוועל
איינער מיט א קעפל פאר דעם בילד?

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 6:04 pm
דורך שעפטאל
די זיידע דארט איז דאכט זיך מיר @בערלבעלאגלה
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 4:06 am
דורך berlbalaguleh
נעקסט לעוועל האט געשריבן:איינער מיט א קעפל פאר דעם בילד?

נעקסט לעוול: ביי געוויסע נאאיווע, פרומע קרייזן איז דאס זייער שטארק אויסגעהאלטן...א מחיה. נישט דא קיין נשים
איך האב אמאל געהערט א נאאיוון, פרומער בחור זיך אפרעדן..."מילא . ווען מ'וואלט חתונה געהאט מיט א בחור, פארשטיי איך. אבער גיין חתונה האבן מיט א מיידל (רחמנא ליצלן)".
נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:50 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז געווען א בחור אן עילוי וועלכער האט געלערנט אין א ישיבה אין פוילן. איין טאג איז אין איהם אריין א רוח שטות, ער האט אויסגעטון זיין קאפל און געווארן א געהעריגער פורק עול.
מענטשן וועלכע האבן איהם געקענט זענען געקומען צו זיין ראש ישיבה און פארציילט אז דער בחור דער עילוי איז ל"ע משוגע געווארן. פרעגט די ר"י, וואס הייסט, וואס טוט ער? האבן די מענטשן געזאגט אז ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס... האט דער ראש ישיבה געענטפערט, ווען ער וואלט געגעסן שיקסעס און געטאנצן מיט חזירים וואלט איך טאקע געזאגט אז ער איז משוגע געווארן, אבער וויבאלד ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס איז ער א שייגעץ...!
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:05 pm
דורך נפה
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז געווען א בחור אן עילוי וועלכער האט געלערנט אין א ישיבה אין פוילן. איין טאג איז אין איהם אריין א רוח שטות, ער האט אויסגעטון זיין קאפל און געווארן א געהעריגער פורק עול.
מענטשן וועלכע האבן איהם געקענט זענען געקומען צו זיין ראש ישיבה און פארציילט אז דער בחור דער עילוי איז ל"ע משוגע געווארן. פרעגט די ר"י, וואס הייסט, וואס טוט ער? האבן די מענטשן געזאגט אז ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס... האט דער ראש ישיבה געענטפערט, ווען ער וואלט געגעסן שיקסעס און געטאנצן מיט חזירים וואלט איך טאקע געזאגט אז ער איז משוגע געווארן, אבער וויבאלד ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס איז ער א שייגעץ...!
ווערט געברענגט אין זכרון יעקב פון ר' יעקב ליפשיץ
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 7:13 pm
דורך שערי יושר
איך זעה א אינגל נעמט וואסער פונעם סינק צו טרינקען, זאג איך עם אז ס'איז נישט געפילטערט,זאגט ער: איך האב נישט געוויסט די סינק האט אינטערנעט
נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 5:59 pm
דורך תרמב
איך האב זיך דערמאנט א ווערטל, ס'איז געווען ביי א חתונה פאר די חופה האט מען געבעטן דעם זיידן צו בענטשן די כלה, ער האט זיך געשטעלט בענטשן, ער בענטשט און בענטשט, און הערט נישט אויף, דער עולם האט זיך געווינדערט וואס ער ווינטשט אזוי לאנג, האט מען אים געפרעגט נאכדעם וואס האט ער געווינטשן אזוי לאנג, האט ער געזאגט אז ער פירט זיך אלס נאך נאכטמאל ווען ער בענטשט אז ער לייענט שוין קרישמע אויך....