בלאט 145 פון 213
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 6:53 pm
דורך רוסישער
פאלארד האט געארבעט פאר אמעריקע, וואס וועט אפהאלטן די אלע אפישאלס פון צו פארקויפן אינפארמאציע פאר געלט (אדער אנדערע נאציאנעלע אדער אידאילאגישע סיבות) אויב זיי קענען אפלעבן על סיר הבשר אין א אנדער מדינה. (ע"ע יענער וואס איז אנטלאפן קיין רוסלאנד)
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 7:03 pm
דורך [NAMELESS]
שפיאנירן איז א געפערליכע עוולה שאין כדוגמתו. א חוצפה און א העזה דאס זיך אריין קוקן אין יענעמס געשעפטען (בקיצור נמרץ). און אז ס'מאכט זיך אז מ'כאפט אזא איינעם איז דארף מען יענעם געבן כמו שכתוב. איי פרעגסטו דאך גוט, ס'איז דאך דא אזויפיל שפיאנען, און יעדער ווייסט אז די אנדערע שפיאנירט אויף מיר. איז וואס טוסטע אויף מיט'ן ג'יין בכל חומר הענין? תירוץ איז, אז שפיאנירן ווערט נישט אויס געפערלעך ווייל יעדער טוט עס, און אויב די גייסט נישט גיין בכל חומר הדין וועט עס נאר ערגער ווערן. אבער דאך קען מען אמאל מאכן א שטיקל חילוק אויב ס'איז א פריינטליכע לאנד. און גראדע איז דא וואס טענעה'ן אז ביי יונתן האט מען עם געווארנט איינמאל און נאכאמאל אבער ער האט זיך אויסגעלאכט, און פארדעם האט נישט געהאלפן קיין שום השתדלות פון מדינת ישראל.
---
רוסישער האקט....
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:20 pm
דורך ירא שמים
ווער האלט אויס קאווע שטיבל ? און וויפיל קאסט עס אויפצוהאלטן ?
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 12:27 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
ווילסט אריין שיקען א טשעק?
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:48 am
דורך קאצקע ציקער
להבדיל די אראבער האבן א קאראן , איז דא ביי זיי אויך אויך אזאלכע פירושים דערויף און הלכה ספרים ווי ס'שטייט אלע הלכות ווי רעמאדאן צום ביישפיל. איינער ווייסט ?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:46 am
דורך יהושע חיים
און ביי קריסטן איז אפשר אויך דא?
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:33 pm
דורך קאצקע ציקער
יהושע חיים האט געשריבן:און ביי קריסטן איז אפשר אויך דא?
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
קריסטן האבן נישט
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:52 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ווי אזוי ווייסטו? ביסט א קריסט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:31 pm
דורך קאצקע ציקער
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:ווי אזוי ווייסטו? ביסט א קריסט?
איך האב שוין געזעהן א ביבל. געניג מיט די לצנות איינער ווייסט ?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:51 pm
דורך ירא שמים
ירא שמים האט געשריבן:ווער האלט אויס קאווע שטיבל ? און וויפיל קאסט עס אויפצוהאלטן ?
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:ווילסט אריין שיקען א טשעק?
בפירוש נישט ! ס׳מיר פשוט אינטערעסאנט אז סקומט קיינמאל נישט פאר קיין אפיל צו שנארן זעט אויס ווי ספעלט קיינמאל נישט קיין געלט פארן שטיבל , איז ווער איז דער ספאנסער סמוז דאך זיין די וואס האבן הנאה פון דעם ד.ה. די שרייבער מיט די ליינער ווייל פארוואס אין די וועלט זאל א מענטש וואס ליינט נישט צושטייער געבן פארן פלאץ ? איינער ווייסט אפשר ?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 11:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קאצקע ציקער האט געשריבן:להבדיל די אראבער האבן א קאראן , איז דא ביי זיי אויך אויך אזאלכע פירושים דערויף און הלכה ספרים ווי ס'שטייט אלע הלכות ווי רעמאדאן צום ביישפיל. איינער ווייסט ?
דאס איז דער מחלוקת צווישען די סוני'ס מיט די שיע'ס
גיין צו בראנקס זו. וואס דארף מען וויסן בעפאר
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:09 am
דורך ליפא
איך וויל גיין אין בראנקס זו איך הער אז ס'איז ריזיג אז מ'קען נישט נאכקומען אין איין טאג. וואו הייבט מען אן וואו און ווען לוינט צו גיין? ווער עס איז שוין אמאל געווען זאל איבערגען עצות וויאזוי אויסצונוצן און דאס מערסטע הנאה האבן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 2:58 am
דורך שבת אחים
עס איז דא א באקאנטע מעשה וואס כ׳האב נאך געהערט אלץ קינד פון מיין טאטע, און איך בין נייגעריג צו וויסן ווי איך קען ליינען מעהר איבער דעם, אויב איינער ווייסט זאל זיך ביטע מעלדן, דאנקע שיינע
די מעשה גייט אזוי בערך:
אין רומעניע איז געוועהן א חשובע איד א גרויסע חסיד פון מיין רבין דער אהבת ישראל פון וויזניץ זצוק״ל (פארגעסן זיין נאמען אבער איך מיין ער האט געהייסן וויזל אדער ווידער)ער איז געוועהן א געוואלדיגע תלמיד חכם און עס איז געוועהן א רעדע אז ער גייט ווערן די אפיציעלע דיין אין וויזניץ, למעשה האט מען אים פאר א סיבה נישט אויפגענומען פאר די פּאָסטן און ער איז געווארן גאר בייז און ער האט שטארק מקנא געוועהן מיין נאנטע קרוב (אוי גילו) ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל וואס איז געוועהן זייער פּאַפּיולער אין וויזניץ און געוועהן די שפיגעלע פונעם אהבת ישראל זצוק״ל כיודיע,
א שטיק צייט האט ער זיך נישט באוויזן אין וויזניץ בכלל און קיינער האט נישט געוואוסט ווי ער איז אהינגעקומען, למעשה האט דער יעניגער געגאנגען וואוינען אין וויען דאכצעך און זיך ל״ע געשמדט און געווארן א גרויסע שרייבער אין א באקאנטע צייטונג און ער האט געגאסן פּעך און שוועבל אויף וויזניץ און אויף חסידים, און ווי אויך האט ער ליידער גע׳מסרט אסאך אידן און אנגעטוהן גרויסע צרות,
אסאך יארן זענען פארביי, מ׳האלט שוין 15 יאר נאכן צווייטן וועלט מלחמה איין וואך שבת אין שיכון וויזניץ אין בני ברק האט זיך אנגעריקט דער איד, און געקומען דאווענען שחרית אין וויזניץ, אינמיטן דאווענען האבן מענטשען אים דערקענט און שנעל געגאנגען זאגן פארן אמרי חיים זצוק״ל אז דער מסור דער משומד איז דא נאך אזויפיל יארן! צום וואונדער פון יעדען האט דער אמרי חיים געהייסן אז מ׳זאל אים נישט צורירן און אים געבעטן ארויף צו קומען אויבנאן אויף מזרח און אים מכבד געוועהן מיט מפטיר און מוסף, מיין טאטע זאגט מיר אז ער געדענקט אז ס׳האט זיך געפערליך געקאכט דעמאלסט אין ביהמ״ד און בערך א האלבע ביהמ״ד איז ארויסגעגאנגען ביי מוסף און נישט געוואלט מיט דאווענען מיט אים אפילו דער רבי האט אים מכבד געוועהן, איינער איז געגאנגען אזוי ווייט ווי ער איז צוגעגאנגען צום א״ח און געשריגן "ער האט אריינגעלייגט מיין טאטע אין תפיסה"
וואס עס געשעהן שפעטער מיט אים ווייס איך נישט, און איך וויל נישט פרעגן מיין טאטען וועגן דעם פאר א פשוטע סיבה, אויב איינער ווייסט מעהר פרטים וועגן אים אדער וועגן די מעשה ביטע זיך נישט שעמען, און בכלל איך בין אינטערסירט צו ליינען וועגן וויזניץ אינדערהיים און וועגן מארימארישע און באקעווינע אידן, למשל די בוך פון הערצל אפּשאן ״בית ישראל״ איז געוועהן גאר אינטערסאנט פאר מיר,
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 10:30 am
דורך [NAMELESS]
והיינו דאמרי אינשי אפילו דו וועסט דיך שמד'ן א ויזניצער וועסטו בלייבן...
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 10:58 am
דורך chaims
ריכטיג האט געשריבן:והיינו דאמרי אינשי אפילו דו וועסט דיך שמד'ן א ויזניצער וועסטו בלייבן...
דערמאנסט מיר פון דער פערסטער וואס איז אראפ פון וועג און האט געגעבן אן אינטערוויו ווי עס איז אויסגעקומען אז א בעלזער איז ער געבליבען
I can't believe I just said that...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 10:58 am
דורך שבת אחים
ריכטיג האט געשריבן:והיינו דאמרי אינשי אפילו דו וועסט דיך שמד'ן א ויזניצער וועסטו בלייבן...
און וואס איז מיט יאיר לפּיד? אויך א אפשטאמיגער פון
וויזניצע חסידים
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:12 am
דורך שבת אחים
chaims האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:והיינו דאמרי אינשי אפילו דו וועסט דיך שמד'ן א ויזניצער וועסטו בלייבן...
דערמאנסט מיר פון דער פערסטער וואס איז אראפ פון וועג און האט געגעבן אן אינטערוויו ווי עס איז אויסגעקומען אז א בעלזער איז ער געבליבען
I can't believe I just said that...
די בעלזע בלייבן בעלזע חסידים לעולם ועד איך האב א נאנטע חבר וואס איז שוין 18 יאהר א אטד און ער האט יארן לאנג געהאט א באוויסטע בלאוג פון כפירה, און מ׳האט אים ארויסגעווארפן פון בעלזא, אבער ער פלעגט שעלטן דעם מאכניווקער טויטע קללות און טאמער האסטו גערעדט א ווארט אויפן רב איז געגאנגען בייז־בלוט!, און איך קען אנדערע בעלזע אטד׳ס וואס זענען די זעלבע, מ׳מעג רעדן אויף אלעס חוץ אויף בעלזא, גיי פארשטיי! עפעס א אינגרידענט לייגן זיי אריין אין זייערע חסידים וואס האלט זיך לעולם דוד.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:19 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:והיינו דאמרי אינשי אפילו דו וועסט דיך שמד'ן א ויזניצער וועסטו בלייבן...
און וואס איז מיט יאיר לפּיד? אויך א אפשטאמיגער פון
וויזניצע חסידים
פון וואנעט ווייסטו אז ער איז נישט קיין ויזניצער?...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:55 am
דורך שבת אחים
ריכטיג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:והיינו דאמרי אינשי אפילו דו וועסט דיך שמד'ן א ויזניצער וועסטו בלייבן...
און וואס איז מיט יאיר לפּיד? אויך א אפשטאמיגער פון
וויזניצע חסידים
פון וואנעט ווייסטו אז ער איז נישט קיין ויזניצער?...
אוואדי איז ער א וויזניצער, א הייסע מענדעליסט!
וען ער שטייט אויף צופרי נאך פאר ער עפענט די אויגן זאגן מודה אני זאגט ער ״גיט מארגן העיליגע רעעבּא!!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:57 am
דורך petergrifin
וואס שעלט מען אזוי די כנסת המינים? מען זיצט דארט און מען דערציילט סיפורי צדיקים.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:58 am
דורך [NAMELESS]
איך האב געמיינט אז מען קען זיך נישט איינשרייבן דא מיט נעמען פון פרויען??
memberlist.php?mode=viewprofile&u=2705
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:04 pm
דורך petergrifin
זעהט אויס אז זי שאקלט דער לולב[emoji5]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:14 pm
דורך [NAMELESS]
וויאזוי שרייבט מען זיך איין אן א הודעה אינעם פארשטעלן אשכול?