בלאט 147 פון 213

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]די קעניג פין אמעריקע[/tag],
בעצם איז דאס ווארט 'איידער-נעכטן', דהיינו, בעפאר נעכטן. היות ס'איז שווער צו זאגן שנעל 'איידער-נעכטן' איז דאס מיט די צייט פארוואנדלט געווארן אין א נייע גרינגערע ווארט: אייער-נעכטן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 4:38 pm
דורך אור חדש
אדנירם האט געשריבן:[tag]די קעניג פין אמעריקע[/tag],
בעצם איז דאס ווארט 'איידער-נעכטן', דהיינו, בעפאר נעכטן. היות ס'איז שווער צו זאגן שנעל 'איידער-נעכטן' איז דאס מיט די צייט פארוואנדלט געווארן אין א נייע גרינגערע ווארט: אייער-נעכטן.

הייסט אזוי ווי ask ווערט פאר די גרינגערע aks.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 5:18 pm
דורך יהושע חיים
איך ווינדער מיך ווי די ליטווישע מוהלים לייגן זייער טלית זיי האבן נישט קיין גארטיל (שטארקע דאגה נישט געקענט שלאפן ביינאכט :-))

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 5:29 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
די ליטווישע גייען אויך טליתים? ;)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 5:42 pm
דורך [NAMELESS]
יהושע חיים האט געשריבן:איך ווינדער מיך ווי די ליטווישע מוהלים לייגן זייער טלית זיי האבן נישט קיין גארטיל (שטארקע דאגה נישט געקענט שלאפן ביינאכט :-))

בכלל האבן אנדערע מנהגים און אן אנדערע דרך ווי אזוי זיי פירן דורך א ברית.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 8:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיין טאטע איז א ליטווישע מוהל, און ער האט א גארטעל ספעציעל פאר ברית'ן. ווען ער איז געקומען לעצטענ'ס מל'ן מיין קינד, האט ער עס פארגעסען אין אויסלאנד, און ער האט אריינגעשטופט דער טלית אין די פאסיג, אבער ס'איז נישט אזוי געלונגען און די ארומיגע האבען איהם געמוזט העלפען. פרעג נישט! אבער דער קינד איז געמל'ט ב''ה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
אז ס'קומט אן שווער איז א סימן אז דאס איז ריכטיג

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:22 pm
דורך א איד
חוץ דיין טאטענס גארטל וואס ער האט איבערגעלאזט אין אויסלאנד, האט קיינער דארט נישט געהאט קיין גארטל? אתמהה?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:33 pm
דורך [NAMELESS]
א איד האט געשריבן:חוץ דיין טאטענס גארטל וואס ער האט איבערגעלאזט אין אויסלאנד, האט קיינער דארט נישט געהאט קיין גארטל? אתמהה?

ס׳איז דאך געווען א ליטווישע ברית, וואס פארשטייסטו נישט?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:34 pm
דורך א איד
אבער ער איז דאך פון די יוצאי בודאפעסט

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מאך דיר א צימעס דערפון. ער האט נישט זיך געקימערט צופיל דערוועגען. ס'איז פארצופאל געווען אין א חסידיש'ע 'סמעדרעש, אבער ער האט עס נישט געזוכט, נאר זיך פארלאזט אויפ'ן פאסיג.
אז די זאכען וואס מ'וויל וויסען זענען מיין טאטע'ס פעדעמער, איז א סימן אז מ'האלט אין מיט'ן וואך, אין מיט'ן זומער!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:51 pm
דורך [NAMELESS]
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די ליטווישע גייען אויך טליתים ביים ברית? ;)

זיי גייען בכלל טליתים? :-D :-D

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער צלם בלייבט אין הארצ'ן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 10:11 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די ליטווישע גייען אויך טליתים ביים ברית? ;)

זיי גייען בכלל טליתים? :-D :-D

האסט גארנישט צוגעלייגט צו מיינע ווערטער. האסט געטוישט מיינע ווערטער. אין שפעטער פאראכטען מיט מיינע ארגענעלע ווערטער. היינו דאמרי אינשי צוברעך נישט און פארעכט נישט. במערבא אמרי העלף נישט און שטער נישט. באט איך גיב דיר עניוועי א לייק

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 11:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען דער ברית איז ביי מנחה, פרעגסטו נישט קיין קשיא'ס, ווייל ביי ענק גייט מען שוין נישט קיין טלית, נאר ביי מתפללי נוסח אשכנז איז געבליבען דער אריגינעלער מנהג אז דער בעל תפלה, בעל קורא, אלע וואס באקומען כיבודים ביים דאווענען (און א ברית) און ביי אחינו יוצאי דייטשלאנד ואונגארין (פון פאר איינער האט 'מפיח געווען רוח החסידות ' ביי זיי!) אפילו בחורים ביי שחרית גיין טלתים (אן עטרות).

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 11:22 pm
דורך [NAMELESS]
אוודאי, אז מ'גייט נישט קיין גארטל נאכדערצו מיט א קורצע רעקל ר"ל איז דארף מען זיך כאטש אנטון א טלית, ניין?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 11:28 pm
דורך יהושע חיים
ביי א ברית גייען אויך חסידים מיט א טלית כדי צו קענען מקיים זיין די מנהג פון אריינלייגן די טלית אין די גארטל.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:40 am
דורך chusid
אן עמעראצישע שאלה: עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו רעדן מיט א קאמוניסט, איז מיר שווער געווארען אויב איז קאמוניזם א אידילאגיע פון יושר וצדק דאן וויאזוי האט זיך אפגעטוען אזויפיל רשעות אונטער זיי?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:42 am
דורך ירא שמים
סנאך דא היינט קאמוניסטן ?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:50 am
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:אן עמעראצישע שאלה: עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו רעדן מיט א קאמוניסט, איז מיר שווער געווארען אויב איז קאמוניזם א אידילאגיע פון יושר וצדק דאן וויאזוי האט זיך אפגעטוען אזויפיל רשעות אונטער זיי?

אמרו המושלים: דוגמא לכך, תורת החסידות ופני ראשיה...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:00 am
דורך רויטע וואנצעס
קאמוניזם האט באשטראפט די שונאים און מחריבים פון קאמוניזם.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 6:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווייל קאמיוניזם פארגעסט אינגאנצען פון די נאטורליכע מענטשליכע שוואכקייטען. און וויבאלד ס'איז א סיסטעם פון all or nothing, ס'קען נאר געלונגען טאמער יעדער איז אין שפאן, ממילא דארף מען עס צווינגען אויף די מענטשהייט, און צווינגען קומט מיט רשעות

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 8:36 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
רוסישע קומיוניזם איז געווען אויס גערופען מיר איר רשעות. נישט איבעראל ווי ס׳געווען קומיוניזם איז געווען די זעלבע לעוועל רשעות. חוץ פון דעם ביי דעמוקרטיע איז אויך דא גענוג און נאך רשעות.