בלאט 148 פון 164

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 9:19 pm
דורך berlbalaguleh
הוגה האט געשריבן:לייביש, יעצט אז דו האסט אלעס אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס, קליפ און קלאר, ממש כשמלה בין איך קאנווינסד.

אונטערשטע שורה, קיינער האט דא נישט אפגעענטפערט ראביי האראוויץ, ער זאגט אז ער קען נאך וויקטימס, מוזט אים נישט גלייבן אבער ער ווייסט דאך יא אז עס איז אמת וזהו.

די גרעסטע ראיה אז עס זענען דא נאך וויקטימס איז אז סאטמאר האט קיינמאל נישט אויפגענומען אן אינדיפענדענט קאמישאן אויסצופארשן די מעשיות. אויב ביסטו אזוי זיכער אין זיין אינאסענס דאן וואס האסטו מורא עס אויסצופארשן? דאס אידאך די ערשטע זאך וואס א יעדע בעל שכל וואלט געטון. מען קען דאס נישט נוצן אלץ באווייז אין א court of law, אבער אין די court of human opinion איז דאס א שטארקע פאקטאר.


.

הוגה: ווייל מ'קען נישט אויפווייזן א נעגאטיוו. וואס וועט מען אויפווייזן אז וועבערמאן האט איהר נישט מאלעסטעד?!. ס'איז דא כמה ראיות דורך סירקומסטענשיעל עווידענס אז נישט. און קיין פארענסיק עווידענס איז דאך לכו"ע נישט דא. און דאך האט די דזשורי איהם קאנוויקטעד. און לגבי ראביי האראוויץ שליט"א האב איך שוין זייער א סאך מאל איבערגעחזר'ט. אז אויב ער קומט ארויס אין פאבליק מייט א באשולדיגונג אז ס'איז דא נאך וויקטימס וואס זענען געווארן מאלעסטעד דורך איהם (און דאס וואלט זיכער געטוישט די מיינונג ביי א סאך נייטראלע מענטשן, אינקלודינג מיך) וואלט ער געדארפט ארויסלייגן איינע אדער מער פון די וויקטימס צו זאגן עדות אקעיגן איהם אין קאורט. אין ענגליש איז דא א ווערטל ":פוט-אפ, אר, שאט-אפ". :roll: :?: :!: :oops: :cry: :o

א.רובין 4 חדשים טורמע ל"ע

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:55 am
דורך זלמן זאפיר
:@OrenNYDN: Rubin, who profusely apologized, received 4 months in jail plus 5 years probation. 2 months less than what DA asked for.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:01 am
דורך זלמן זאפיר
דאס הארץ רייסט ר' אברהם גייט דעם שבת שוין זיצן אין תפיסה בלויז פארן פרוברין צי ראטווען א יוד

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:25 am
דורך ברוך בערל
נעבעך א בראך
די געוואלדיגע זכות פון מסירת נפש זאל אים באשטיין און פאר זיין גאנצע פאמיליע

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:31 am
דורך זלמן זאפיר
ער גייט אויף רייקערס

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:03 pm
דורך שמעקעדיג
רייקערס האט א קעמפ?

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:46 pm
דורך days
זלמן זאפיר האט געשריבן:דאס הארץ רייסט ר' אברהם גייט דעם שבת שוין זיצן אין תפיסה בלויז פארן פרוברין צי ראטווען א יוד

הלואי ווען ער זיצט ווען שוין שבת...
קודם טרעוועלט מען ארום 24 שעה ביז מ'קומט שוין אן אל המנוחה און דעם דרעקישען צעל..
נעבעך א קרבן פארן וועלן ראטעווען א איד

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:17 pm
דורך שעפטל
שמעקעדיג האט געשריבן:רייקערס האט א קעמפ?

ניין. איינע פון די ארגסטע סטעיט תפיסות.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:35 pm
דורך שמעקעדיג
דאס ווייס איך דאך. שומו שמים.
פארוואס טאקע פאר אזא קורצע צייט אפשניט גייט מען דאך געווענליך אין א גרינגערע קעמפ?
נאך א שאלה, פון די קורצע טערמינען גייט אויך אראפ א דריטל אויב פירט מען זיך אויף ווי א וואוילע שעפעלע?

איך קען נאר וואונטשן ה' ישמור צאתו ובואו פון די חברה מיט וועמען ער וועט מוזן פארברענגען, השי"ת זאל אים געבן די נויטיגע מאס חיזוק (כמו שפירשו ברוך גוזר ומקיים), און ער זאל זיך טרעפן אינדערהיים ווי אמשנעלסטן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:57 pm
דורך sefish
זלמן זאפיר האט געשריבן:דאס הארץ רייסט ר' אברהם גייט דעם שבת שוין זיצן אין תפיסה בלויז פארן פרוברין צי ראטווען א יוד

יא יא ס'רייסט... וואלט ער געווען א זאלי וואלט עס דיר נישט אזוי געריסן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:04 pm
דורך שעפטל
מזל טוב! ס'דיר געלונגן אריינצושמירן פאליטיק

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:05 pm
דורך sefish
שעפטל נישט אלעס וואס געפעלט דיר נישט איז פאליטיק. ס'קומט דא פיין אריין וד"ל

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:08 pm
דורך שעפטל
יא יא, גערעכט בלייבסטו, אבער געלונגן איז דיר עס. און וד"ל מיר נישט, ווייל קיין מבין ביזסטו דא אויך נישט....

און אז דו ווילסט דייקא יא גיין אין די ריכטונג, ר' אברהם האט נישט פרובירט צו העלפן איינעם פון זיין פארטיי, אויב עפעס וואלטעס געהאלפן פאר זיין צד השני, ווי עס איז שוין יעצט באקאנט די לאו-סוט, איצטערט קומט שוין מסתמה יא אריין עפעס א וד"ל....

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:10 pm
דורך sefish
איך וועל עס זאגן נאכאמאל. אויב וואלט רובין געווען א זאלי וואלט עס אים נישט אזוי געריסן, אן א וד"ל אדער מיט א וד"ל. נאך עפעס ווילסטע?

גוט שבת

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:11 pm
דורך שעפטל
כ'האב דיר שוין געענטפערט. גוט שבת

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:12 pm
דורך דער (פינטעל) איד
הערטס אויף

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:49 pm
דורך שמעקעדיג
“This is a message to the Jewish community around the world - whoever will try to silence a victim of any kind of abuse will face justice,” Deutsch told the News. “We will stand strong and make sure our voices are heard!”

בין איך דער איינציגסטער וואס איז שוין זאט פון אזויפיל מעסעדזשעס?

Before he spoke, Rubin's lawyer John Esposito called him “a man who has led an exemplary life,” cited his charitable work at great length and read letters from numerous people he helped.

“His goodness, his kindness knows no bounds,” the lawyer added. “I can go on and on with these letters.”

“But you won't,” the judge cut him off.

א חרפה. שיינע מדות פון א דזשאדזש.

און די קאמענטס פון די הארצלאזע רשעים דארטן העלפט אויך נישט צו צום מצב. פוי.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 4:02 pm
דורך משה געציל
sefish האט געשריבן:
זלמן זאפיר האט געשריבן:דאס הארץ רייסט ר' אברהם גייט דעם שבת שוין זיצן אין תפיסה בלויז פארן פרוברין צי ראטווען א יוד

יא יא ס'רייסט... וואלט ער געווען א זאלי וואלט עס דיר נישט אזוי געריסן.

פוי

נשלח: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 8:05 pm
דורך sefish
משה געציל האט געשריבן:
sefish האט געשריבן:
זלמן זאפיר האט געשריבן:דאס הארץ רייסט ר' אברהם גייט דעם שבת שוין זיצן אין תפיסה בלויז פארן פרוברין צי ראטווען א יוד

יא יא ס'רייסט... וואלט ער געווען א זאלי וואלט עס דיר נישט אזוי געריסן.

פוי

שקר, האאאם!

נשלח: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 9:17 pm
דורך גאנצל
אויב ער וואלט געווען א זאלי וואלט ער דאס קיינמאל נישט געטון צו העלפן אן ארוני

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 12:41 am
דורך שמעקעדיג
אלו ואלו דברי פוי.
הצד השוה שבהן פוי פוי.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 1:15 am
דורך איינער
יעקעלע חכם האט געשריבן:לכאורה איז דאס א פארזוך צו זיין און די צענטער פון עטטענטשען נאכאמאל, עס בענקט זיך צו די די גוטע צייטן ווען מען האט געקענט רעדן צום פאויסט יעדן טאג און זיי האבן דיך נאכגעדריקט וואס די האסט זיי פארקויפט אופן פראנט פעידש.

אגב איך רעדט נישט פון מרת דייטש, ווייל וויבאלדט איך ווייס נישט אויף 1000% אז די מעשה איז נישט אמת (כאטש איך האלט אזוי) דאן גיי איך נישט רעדן אויף א פאסיבל אביוז וויקטעם.

איך רעדט פון בארי, ער האט נישט אנגעפאנגען זיין מערכה דא מיט וועבערמאן, ער שלאגט זיך שוין מיט די היימישע קאיונעטי נאך אסאך פאר ער האט זיך באגעגנט מיט זיין ווייב, און איך האלט אז ער איז דא פשוט פאר נקמה, און אטטענטשען, און דער עולם פארגעסט שוין פונעם קעיס, זוכט ער עפעס וואס קען עס צריק לייגן און די נייעס, קלאגט ער די מוסד, ווייל פון א לעגאלע סטענד פוינט גייט ער פון די מוסד לכאורה גארנישט באקומען, און פון וועבערמאן זיכער נישט ווייל עס איז נישט דא פון ווי צו נעמען.

אגב יעקב האראוויץ איז א פאלענע צודרייטער וואס האט פיינט סאטמאר מיט א וויסטע שנאה וואס האט מיט מעלאסטעישן גארנישט איינגעלייגט, איך קען דעם יעקב פערזענדליך.

אפשר קען איך פרעגען פון ווי האסטו באקומען דיינע לעגאלע טרעיניג?

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 1:18 am
דורך היימישער ליטוואק
מסתבר אז ער וועט יא בקומען. בפרט אויב עס גייט - ווי גווענטליך - גשליכטעט ווערן דורך א סעטטלמענט, אינדרויסן פון קורט