בלאט 149 פון 213
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:20 am
דורך וכדומה..
פריעד באטשי האט געשריבן:עס איז מיר אינטרעסאנט פארוואס מען האט לעצטנס נישט געטוישט די לייקס ראנגען פון אונזערע חברים אויף די הויפט בלאט פונעם זייטל, .
אויב האסטו נישט צוטריט צו מאחורי [צו ביסט נישט אריינגעסיינט], זעסטו נישט די לייקס פון דארט, און אפילו בוסט יא אריינגעסיינט און דו האסט צוטריט וואס דעמאלטס קענסטו יא זעהן די לייקס פון מאחורי, וועסטו אויך נישט זעהן דעם פולן נומער אויפן הויפט בלאט, ווייל סדא נאך טונקעלע פלעצער א וואו משרייבט און מלייקט זיך צווישן די עליטע חברה דא, און אויב האסטו נישט צוטריט צו יענע פארומס, וועסטו נישט זעהן יענע לייקס.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:24 am
דורך ירא שמים
טאקע ?! נאך אויסער מאחורי ? וואוזוי הייסען יענע עליטע פארומס ? וואס דארף מען טוען צו האבן די זכיה צו זיין דארט .
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:29 am
דורך רויטע וואנצעס
מ'דארף אויך זיין א ירא שמים בסתר.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:30 am
דורך ירא שמים
כבין א ירא שמים בסתר כבגלוי , כמעג אריין ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:28 am
דורך קאווע טרינקער
ירא שמים האט געשריבן:טאקע ?! נאך אויסער מאחורי ? וואוזוי הייסען יענע עליטע פארומס ? וואס דארף מען טוען צו האבן די זכיה צו זיין דארט .
הבל הבלים.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:56 am
דורך יהושע חיים
אויב מען רעט שוין וועגן מאחורי
ווילאנג דארף מען ווארטן אנציקומן אהין שוין געשיקט א בקשה צו @סדרן א שטיק צייט צוריק
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:59 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:טאקע ?! נאך אויסער מאחורי ? וואוזוי הייסען יענע עליטע פארומס ? וואס דארף מען טוען צו האבן די זכיה צו זיין דארט .
הבל הבלים.
איך האב אמאל געדריקט אויף עפעס א לינק, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס און וואו, און ס'האט זיך געעפענט קאווע שטיבל מיט א שווארצע בעקראונד מיט די מעלדונג איר האט נישט קיין ערלויבניש צו זעהן דעם פארום. כ'האב דענמאלטס אנגעפרעגט אינעם זאכן וואס איך וויל וויסן אשכול דערויף ולא קיבלתי מענה.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:41 am
דורך ירא שמים
איך האב געהאט ווען כהאב געזוכט א תגובה וואס איז פארמעקט געווארן איז ארויפגעקומען אזא מעלדונג .
זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:52 am
דורך ירא שמים
אפשר מיינט ער גרופעס , סעקזעסטירט נאך אזא זאך ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:00 pm
דורך שמעקעדיג
שפעקולאציעס ביזן הימל,
עס איז ס"ה פאראן א חדר הגבאים ווי די מנהלים, אחראים און גבאי חודש האבן צוטריט, און איז נישט אפן פארן פובליק.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:03 pm
דורך ירא שמים
וואס איז אבער געשען מיט די גרופעס ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 4:44 pm
דורך [NAMELESS]
מ'לייקט זיך דארטן?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 5:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
יא מ'לייקט זיך דארט אויך, אבער דארט אנדערש ווי דא לייקט מען נאר ווען מ'רעדט צום זאך
נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
סאו כ'זאל לייקן דיין ענטפער דא?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 12:24 am
דורך גרויסע מענטשעלע
כזיך די טאפאטאלק אשכול
סאיז צרות סהאט זיך מיר אפדעיטיד די אפפ כקען נישט עדיטן א פאסט נאכן שיקן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 12:26 am
דורך רויטע וואנצעס
גוגל מעפס
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:34 pm
דורך שמעקעדיג
אז איך וויל פארן אויף א פלאץ, און איך זוך ביי גוגל מעפס, וועט ער מיר געבן די שנעלסטע וועג. אפאר מאל וועט ער מיר אויך אנווייזן אנדערע אפציעס און זאגן ווילאנג עס נעמט. אבער כ'וויל וויסן אויב איך קען זוכן צוויי ספעציפישע וועגן וועלכע איז שנעלער? למשל איך וויל פארן פון ב"פ קיין קרית יואל, איך וויל טשעקן וועלכע איז שנעלער, דורך די FDR אדער די וועסט סייד. איז פאראן א וועג ווי אזוי צו טשעקן? אדער למשל אויב מיין חבר קאלט מיר אריין און פרעגט מיר, איך בין יעצט בעפאר דעם וואשינגטאן בריק אריין אין שטאט, וועלכע וועג איז די שנעלסטע פאר מיר. ווי אזוי טשעק איך אזוינס אין גוגל מעפס?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 3:30 pm
דורך chusid
אינעם אשכול "וואו קומט מען אהן מיטן טראכטן" האבן אפאר חברים ארויסגעברענגט די געדאנק אז מען קען נישט אננעמען וואס די לאגיק זאגט דיר אלץ פאקט (אפילו לשיטתך) ווייל דו זעסט דאך אליין וואו דו האלטסט אין איין טוישן מיינונגען איבער אלעמען.., איך מיטשע זיך זייער מיט דעם פראבלעם אין אלע ענינים,כמעט יעדע שיטה וואס איך האב געהאט א יאר צירוק טראכט איך שוין היינט אנדירש און די זעלבע איז ביי רוב מענטשן אז מיינונגען אויף וואס מען האט זיך געטענה'ט פאריאר מיט א שטארקייט האלט מען שוין אביסל (אדער אסאך) אנדירש. אויב אזוי וויאזוי קען איך נאך בכלל זאגן מיינונגען ווען איך ווייס אז אין א יאר ארום וועל איך (לכאורה) טראכטן אנדירש?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 6:10 pm
דורך שמעקעדיג
ס'איז א שאד צו ענטפערן, ווייל ביז א יאר וועלן מיר ממילא ביידע האבן אנדערע סברות, so why bother....
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 6:18 pm
דורך כפתור
לאז אים כאטש זיין רואיג פאר א יאר...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 10:16 pm
דורך געפילטע פיש
די פוינט איז נישט אז מ'קען נישט אננעמען גארנישט וואס לאגיק זאגט ווייל דו גייסט האלטן בעתיד אנדערש, נאר אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר אונז מיט אונזער לאגיק. למשל, אויב נעמען מיר אן די כוזרי טענה, איז דאס מכוח וואס ס'איז אונז מכריח עפעס מיט די כלים פון לאגיק. דאס זענען די איינציגסטע כלים וואס מיר פארמאגן. ממילא מוז זיין אז מיין תורה וואס איז געגעבן געווארן פאר מיר, מוז שטומען מיט מיין לאגיק. איי א יאר ארום וועל איך האלטן אנדערש? נו, א מענטש איז דאך א הולך, מ'שטייט נישט אויף איין פלאץ, דאס איז דאך די תכלית פון א מענטש איז מ'איז נישט געבוירן געווארן בשלימות, מ'ווערט געבוירן מיט ערלה, און די ערלה מוז מען אוועקשניידן. אזוי אויך ווערט מען געבוירן מיט ערלת הלב, און דאס נעמט יארן, אויב נישט א גאנץ לעבן, עס אוועק צו שניידן.
אבער יעצט וואו איך שטיי יעצט, יעצט שטייט אין מיין תורה לויט וויאזוי איך פארשטיי וואס די תורה זאגט מיט די כלים וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן, מיט מיין מח, מיט מיין לאגיק.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:23 am
דורך chusid
געפילטע פיש האט געשריבן:די פוינט איז נישט אז מ'קען נישט אננעמען גארנישט וואס לאגיק זאגט ווייל דו גייסט האלטן בעתיד אנדערש, נאר אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר אונז מיט אונזער לאגיק. למשל, אויב נעמען מיר אן די כוזרי טענה, איז דאס מכוח וואס ס'איז אונז מכריח עפעס מיט די כלים פון לאגיק. דאס זענען די איינציגסטע כלים וואס מיר פארמאגן. ממילא מוז זיין אז מיין תורה וואס איז געגעבן געווארן פאר מיר, מוז שטומען מיט מיין לאגיק. איי א יאר ארום וועל איך האלטן אנדערש? נו, א מענטש איז דאך א הולך, מ'שטייט נישט אויף איין פלאץ, דאס איז דאך די תכלית פון א מענטש איז מ'איז נישט געבוירן געווארן בשלימות, מ'ווערט געבוירן מיט ערלה, און די ערלה מוז מען אוועקשניידן. אזוי אויך ווערט מען געבוירן מיט ערלת הלב, און דאס נעמט יארן, אויב נישט א גאנץ לעבן, עס אוועק צו שניידן.
אבער יעצט וואו איך שטיי יעצט, יעצט שטייט אין מיין תורה לויט וויאזוי איך פארשטיי וואס די תורה זאגט מיט די כלים וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן, מיט מיין מח, מיט מיין לאגיק.
איך רעד נישט ברוחניות, למשל אין פאליטיק וכדומה גייסטו דיך יעצט טענה'ן מיט א שטארקייט אויף דיין יעצטיגן מיינונג בשעת דו ווייסט אז אין די לעצטע 10 יאר האסטו יעדע יאר אביסל געטוישט..פון וואו נעמסטו די קאנפידענס בשעת וואס דו אליינס גייסט (לויט די סטאטיסטיקס) האלטן אז ביסט נישט ממש גערעכט?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 3:26 am
דורך הויזן טראגער
שמעקעדיג האט געשריבן:אז איך וויל פארן אויף א פלאץ, און איך זוך ביי גוגל מעפס, וועט ער מיר געבן די שנעלסטע וועג. אפאר מאל וועט ער מיר אויך אנווייזן אנדערע אפציעס און זאגן ווילאנג עס נעמט. אבער כ'וויל וויסן אויב איך קען זוכן צוויי ספעציפישע וועגן וועלכע איז שנעלער? למשל איך וויל פארן פון ב"פ קיין קרית יואל, איך וויל טשעקן וועלכע איז שנעלער, דורך די FDR אדער די וועסט סייד. איז פאראן א וועג ווי אזוי צו טשעקן? אדער למשל אויב מיין חבר קאלט מיר אריין און פרעגט מיר, איך בין יעצט בעפאר דעם וואשינגטאן בריק אריין אין שטאט, וועלכע וועג איז די שנעלסטע פאר מיר. ווי אזוי טשעק איך אזוינס אין גוגל מעפס?
די קענסט ריקן די בלויע ליין פון די וועג וואס ער געט דיר אין די טיימינג וועט זיך אפדעיטען