בלאט 149 פון 164
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:37 am
דורך איינער
איך האף אז UTA וועט נישט סעטלען אינדרויסן פון קאורט, אזוי וועט ארוסקומען וואס גייט דארטן פאר לעיני השמש, און צווינגען זיך זיי צו טוישען. מה שלא יעשה השכל יעשה הכסף.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:53 am
דורך בן תמליון
גערעדט צו איינעם פון UTA אינסייד, ער זאגט דערווייל האט יו טי עי נישט באקומען קיין שום פאפירן.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 11:50 am
דורך שמעקעדיג
איך טראכט און טראכט, און די בלוט קאכט מיר, און די הענט ציטערט מיר ביים שרייבן.
ביז יעצט האב איך נאך געקענט אריינקוועטשן און זיך פרובירן איינצורעדן אז דער באארי מיינט טאקע לתועלת, ער וויל פשוט נישט אז מאנסטערס זאלן זיך דרייען אין די גאסן און מזיק זיין קינדער, און במקום שאין איש השתדל להיות איש, ער וועט טון די דוירטי דזשאב און אריינשליידערן די מאנסטערס אין טורמע פארן לעבן... נו שוין, איך הער.
אבערוואס, דא רעדט מען פון א וואוילן איד, א איד וואס האט אים אריינגענומען צו זיך אין שטוב און באארי האט געגעסן ביי אים סעודות מערערע שבתים. צוויי גוטע פריינד (כאטש ער וואלט שוין כמעט געקענט זיין זיין זיידע), ער האט אים קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטון, א וואוילער מענטש בעצם כידוע (נאר דער ריכטער לאזט נישט פארציילן), און סך הכל האט ער געוואלט מונע זיין דעם חילול השם, און אויף א שיינעם אופן געפרעגט דער טמא'נעם יונג אויב ער וואלט געקענט באשטיין פאר א גוטן פרייז צו דראפן די זאך, ער וועט קענען פארדינען דערביי מער ווי א נייטרא ראפעל און קרן חתנים גורל אינאיינעם. ער האט נאר געפרעגט. נישט געצווינגען, נישט געשריגן. גארנישט.
צי עס איז אקעגן די געזעץ? מעגליך. איך האב נישט געוואוסט. ער האט מסתמא אויך נישט געוואוסט. יא, יעצט ווייס איך שוין, און יענער אויכעט. אבער באותה שעה כשרים היו. סתם אלס גוטער חבר האט ער אים געגעבן א אפפער. וואס איז דען אזוי שרעקליך געשעהן??
און קוק וואס דער פארפירט. דער עוכר ישראל נעמט דעם וואוילן עלטערן איד, א איד וואס האט שוין אייניקלעך, און מאכט זיכער אז ער וועט נישט אפלאזן די זאך ביז ער וועט אים זעהן אונטער גראטעס. און ווידעראמאל שיקן א "מעסעדזש" פאר די קאמיוניטי אז מען וועט נישט צולאזן אזעלכע שוידערליכע מעשים פון פרובירן איבערצורעדן ("ברייבן") די מוסרים פון נישט אנקלאגן...
מורא'דיג!! שרעקליך! איינער טראכט נאך אלץ אז דער הייליגער באארי, וואס זיין קדושה און אהבת ישראל שפריצט ארויס פון זיינע נאזלעכער, מיינט א האר לשם שמים? אדער אולי ואולי איז ער טאקע יא א פשוט'ער פאלנער נידריגער מסור, דאס נידריגסטע וואס כלל ישראל קען אויסשפייען? א תאוה און רציחה פאר אביסל נארישע נקמה? נוקם ונוטר כנחש?? טרינקט מיט דארשט אידישע טרערן?
עס וואלט זיך געוואלט דאכטן אז "מישען אקאמפלישד", ער האט שוין באזעצט וועבערמאן אויף לעולמי עד אין תפיסה אריין, ער האט שוין געוויזן פאר די קאמיוניטי אז עס איז מער נישט קיין הפקר וועלט, מיר זענען געווארן באווארפן מיט מעסעדזשעס ווי פעקלעך אויפן חתן'ס שטריימל; אפשר וועט זיך זיין דארשט צו אידיש בלוט זיך אפשטילן? ווייזט ער אונז אלע, א גרויסן פייג. איך וועל ענק טעראריזירן ווי מער עס איז מעגליך.
זאל ער אריינכאפן אויף דער וועלט ווילאנג ער קען נאך, ווילאנג ער האט נאך דעם גאט-געשאנקענעם בחירה. אבער דאס וועט נישט בלייבן אויף אייביג אזוי. סוף כל סוף אית דין ואית דיין. אויף דער טמא'נעם פושע ישראל וועט מקויים ווערן די אלע קללות וואס שטייט אין די תורה אויף מוסרים, גיהנם כלה והם אינם כלים, אשם לא תכבה ותולעתם לא תמות. אויף זיין שמוציגן קערפער וועלן גראבע ווערים פאסמאקעווען און פרעסן שטיקער, בשעת מען וועט אים בראטן אין גיהנם ווי א קרבן פסח.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 11:57 am
דורך איש עברי
אקעי אקעי אקעי איך גיי שוין נאמאר... פליז הער אויף צו שרייען
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 12:14 pm
דורך גאנצל
שמעקעדיג דברי אמת ונכון פון דעם זעהט מען אז די אלע חברה זענען נישט דא אויפצוטון נאר זיי זענען א באנדע שלעכטע מענטשן
אוי ר' נחמי' און וועלכע הענט ביסטו נעבעך אריינגעפאלן ? השי"ת יאמר לצרותיך די בקרוב אמן
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 5:15 pm
דורך יוסף מ
There's two different lessons here. One is the punishment for abusing a teen. The second is to those who try to convince or pressure the victims not to go to a authorities, which is as important as the first message. Im writing on the chance abuse did take place
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:03 pm
דורך גאנצל
יוסף מ האט געשריבן:There's two different lessons here. One is the punishment for abusing a teen. The second is to those who try to convince or pressure the victims not to go to a authorities, which is as important as the first message. Im writing on the chance abuse did take place
לערנען לעסענס און שיקן מעסעדזשעס האט אויך א שיעור האסט אריינגעווארפן א איד אין חד גדיא פאר 100 יאר אוועקגעריסן א טאטע פון א משפחה גענוג געווען לאז שוין אפ די נעקסטע קעיס אז דו וועסט זעהין אז דער עולם האט זיך נאכנישט דערלערנט וועסטו גיין ווייטער אבער יעצט דו ווייסט אז יענער האט נישט געמיינט דיין שלעכטס ער האט דיר אריין גענומען אין הויז ניין? בעסער געזאגט ער האט דיר אנגעקוקט אביסל אנערקענען יענער טוט עפעס פאר דיר אזויפיל קענסטו נישט טון ? זיי שטול און פארטיג א אידיש הארץ האט דאך אביסל פון די זאך וואס הייסט רחמנות
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:31 pm
דורך יוסף מ
This people were arested before weberman was sentenced .
Im not saying bury means lshem shumiem, but how do expect him to stop when we throw his wife out from shul?
Burry officially denies that he ever ate by Mr. Rubin. He was once by his house not on a shabes.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 7:12 pm
דורך zurich
דער וואס קען בארי דארף נישט קיין ראיה אז ער איז דא אך ורק צו טרינקן יודיש בליט!
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 7:24 pm
דורך יוסף מ
גאנצל האט געשריבן:לערנען לעסענס און שיקן מעסעדזשעס האט אויך א שיעור האסט אריינגעווארפן א איד אין חד גדיא פאר 100 יאר אוועקגעריסן א טאטע פון א משפחה גענוג געווען לאז שוין אפ די נעקסטע קעיס אז דו וועסט זעהין אז דער עולם האט זיך נאכנישט דערלערנט וועסטו גיין ווייטער
The only lesson I hear people learned is ''a chasidishe yid should never go to trial''
Thats all.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 7:34 pm
דורך שמעקעדיג
ר' יוספ'ל, וואס זאגסטו? וואס איז דער אויסרייד? 2 באזונדערע לעסאנס? באזונדערע מעסעדזשעס? הא?
זאג, וואס נאך מעג א איד טון כדי צו שיקן מעסעדזשעס? עסן חזיר? מזנה זיין? עסן יום כיפור? וואס האסטו מיר געענטפערט?
מסירה איז ערגער און נידריגער ווי אלע אויבנדערמאנטע עבירות. די אנדערע קענען רואיג תשובה טון. דער מסור? שווער, זייער שווער. נישט פאראן נידריגער דערפון.
מאדנע. דער בארי גיבט אויף זיין גאנצע עוה"ב נאר כדי צו שיקן מעסעדזשעס. אזא גוט הארץ האט מען געטראפן אפשר ביי (להבדיל) רבי משה לייב סאסובער זצ"ל.
טראכסט אז ב"ד של מעלה וועט אננעמען דעם נארישן "מעסעדזש" תירוץ? מיינסט אז די אלע פארגאסענע טרערן גייט נישט אמאל צוריקקומען אים בייסן?
גיי באארי, גיי. גיי אהיים, מאך לאוו מיט דיין אשת חיל. גיי ארויס מיט איר אין רעסטוראנט און פרעס סטעיק, פראווע דיין נצחון, בעת דיינע קרבנות האבן גאר אנדערע סארט מיעלס, היתה לי דמעתי לחם יומם ולילה, און זענען אפגעריסן פון זייערע פרויען פאר אזא לאנגע צייט. וירא את ענינו, זו פרישות דרך ארץ. ענדזשוי איט באריקא ווילאנג דו קענסט.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 7:41 pm
דורך מאראנצןזאפט
אז אונזער סאלידער שמעקעדיג שרייט איז א סימן מדארף שרייען.
אז אונזער פאזיטיווער שמעקעדיג וויינט איז א סימן מדארף וויינען.
אז אונזער פאסיווער שמעקעדיג שעלט איז א סימן מדארף שעלטן.
אז אונזער זיסער שמעקעדיג קרענקט איז א סימן מדארף קרענקען. ושם רשעים ירקב.
#איומושיביןאחרהארי
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 8:06 pm
דורך shem-tov
פאוערפול סטאף שמעקי. אלעס איז מן השמים דא האט ער זיך אליינס געסטעמפעלט מיטן רעדן דעם זעלבן טאן לגבי דעם אומשולדיגן רובין ווי ער פלעגט רעדן לגבי וועבערמאן. די עוכר ישראל ווער ווייסט נאך אזוי גיט ווי דיר דע טעם פון ווערן אריינשליידערט אין א סעלל וואס לשוטתיך האסטו דעמאלטס גארנישט געטאן. איין טרייסט איז דא אויף דיר וואט גאוס אראונד קאמס אראונד ותעקר ותשבר ותמגר
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 8:12 pm
דורך יאיר
דער עולם וועט מיך מסתם הרג'ענען, אבער גראדע דא פארשטיי איך דעם בורי (אויב זיין רביצין'ס ווערסיע איז ריכטיג, פארשטייט זיך, אויב נישט איז ער דאך סתם א רוצח). למעשה זענען די וויליאמסבורגער געווען די וואס האבן אנגעהויבן די נקמה אקציעס מיט'ן לייגן פרעשור אויף די רבנים אז זיי זאלן אראפנעמען דעם הכשר און מיט סתם אזוי שיקן דראאונגען. מען האט אים צוגרונד געלייגט זיין ביזנעס, און יעצט זוכט ער צוריק נקמה צו נעמען. כך הוא דרכה של עולם.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 8:32 pm
דורך shem-tov
אלעס פיין און גוט. א זיסע נקמה פון פופציג יאר ממש א מחי'. אבער נקמה נעמן פון איינער וואס האט דיר קיין שום שלעכטס נישט געטאן און ווער איז נעקס איינער וואס גריסט אים אפשר א גוט מארגן ווייל ער מיינט זיכער אים צו חנפנען. סאיז אוממעגליך צו טרעפן עפעס א לימוד זכות דא
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 8:33 pm
דורך יאיר
און דאס נקמה נעמען אין בורי מיט'ן באיקאטירן זיין רעסטוראנט פארשטייסטו יא?
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 8:35 pm
דורך shem-tov
און דאס נקמה נעמען אין די מוסדות הקדושים וואס דו ווייסט גאנץ פיין אז זיי האבן מיט וועבערמאן קיין שייכות נישט געהאט פארשטייסטו יא?
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 8:44 pm
דורך outspoken
מוסדות הקדושים האבן געצווינגען צו גיין צו וועבערמאן
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 8:56 pm
דורך לייביש
די מוסדות האט געצווינגען צו גיין צו א פרוי מרת ווא., זיי האבן געבעטן אז זיי ווילן שיקן צו וועבערמאן.
וויליאמסבורג האט בויקאטירט בארי נאכדעם וואס ער האט אראפגעברענגט די פרעסע. מיט דעם איז ער געווען די מתחיל.
---
יאנקל האקט
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 8:57 pm
דורך יוסף מ
יאיר האט געשריבן:דער עולם וועט מיך מסתם הרג'ענען, אבער גראדע דא פארשטיי איך דעם בורי (אויב זיין רביצין'ס ווערסיע איז ריכטיג, פארשטייט זיך, אויב נישט איז ער דאך סתם א רוצח). למעשה זענען די וויליאמסבורגער געווען די וואס האבן אנגעהויבן די נקמה אקציעס מיט'ן לייגן פרעשור אויף די רבנים אז זיי זאלן אראפנעמען דעם הכשר און מיט סתם אזוי שיקן דראאונגען. מען האט אים צוגרונד געלייגט זיין ביזנעס, און יעצט זוכט ער צוריק נקמה צו נעמען. כך הוא דרכה של עולם.
Revange has no boundaries ?
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:01 pm
דורך יאיר
יאנקל האט געשריבן:שמעקעדיג, כ'האב דיר געלייקט ווייל איך בין מסכים מיט דיין טענה, אבער איך לייק נישט דיינע קללות. אויב דער גאר שטארקער צד אז וועבערמאן האט געשענדעט כאטש איין אידישע טאכטער פאר צוויי יאר קען דיר נישט ברענגען אים צו שעלטן, זע איך נישט פארוואס דעם ווילדן דייטש קומט ערגערס.
איך אליין האב נישט קיין מיינונג ווי שטארק דער צד איז, אבער אויב עס איז ריכטיג איז דאך פשוט אז עס איז צו ערווארטן דייטש זאל זיין ווילד. אזוי וואלט יעדער מאראלישער מענטש (אויסער אפשר שמעקעדיג) רעאגירט ווען מען קומט אים באאיינפלוסן אז ער זאל לאזן א שעדליכער מאלעסטער זיך ארומדרייען פראנק און פריי.
די פרשה איז אזוי פארוויקלט אז מענטשן קוקן בלויז דורך זייערע ברילן. די אומשולד פון רובין איז אויך באאיינפלוסט דורך די ספק שולד פון וועבערמאן. מען דארף פארשטיין אז פאר איך און דו איז עס טאקע א ספק, אבער פאר דייטש איז דאס א ודאי (לכאן או לכאן), און ווען מען רודפ'ט אים די יארן פאר'ן איינזעצן א מענטש וואס האט חרוב געמאכט זיין ווייב'ס לעבן און אנדערע אידישע טעכטער איז בכלל נישט קיין וואונדער אז ער רעאגירט מיט האס. (כאטש איך וואלט אים געראטן זיך צו אויסלערנען ענגליש איידער ער שרייבט זיינע טפשות'דיגע קאמענטס).
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:02 pm
דורך יאיר
יוסף מ האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:דער עולם וועט מיך מסתם הרג'ענען, אבער גראדע דא פארשטיי איך דעם בורי (אויב זיין רביצין'ס ווערסיע איז ריכטיג, פארשטייט זיך, אויב נישט איז ער דאך סתם א רוצח). למעשה זענען די וויליאמסבורגער געווען די וואס האבן אנגעהויבן די נקמה אקציעס מיט'ן לייגן פרעשור אויף די רבנים אז זיי זאלן אראפנעמען דעם הכשר און מיט סתם אזוי שיקן דראאונגען. מען האט אים צוגרונד געלייגט זיין ביזנעס, און יעצט זוכט ער צוריק נקמה צו נעמען. כך הוא דרכה של עולם.
Revange has no boundaries ?
אויף וועמען איז די קשיא, אויף די וויליאמסבורגער אדער אויף דייטש?
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:02 pm
דורך יאיר
לייביש האט געשריבן:די מוסדות האט געצווינגען צו גיין צו א פרוי מרת ווא., זיי האבן געבעטן אז זיי ווילן שיקן צו וועבערמאן.
וויליאמסבורג האט בויקאטירט בארי נאכדעם וואס ער האט אראפגעברענגט די פרעסע. מיט דעם איז ער געווען די מתחיל.
---
יאנקל האקט
צו וואו האט ער אראפגעברענגט די פרעסע?