בלאט 150 פון 213

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 8:01 pm
דורך petergrifin
ווי אזוי קען איך זעהן אויב מיין פאון (ענדרויד) איז locked or unlocked?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 8:25 pm
דורך samiam
petergrifin האט געשריבן:ווי אזוי קען איך זעהן אויב מיין פאון (ענדרויד) איז locked or unlocked?

לייג א סים קארד פון א אנדערע פירמע

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 8:27 pm
דורך petergrifin
איך האב פארגעסן צו שרייבן אן טוישן דער סים קארד[emoji20]

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 9:22 pm
דורך הויזן טראגער
Imei.info וכדומה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:34 pm
דורך petergrifin
הויזן טראגער האט געשריבן:Imei.info וכדומה


איך קען נישט זעהן אויב ס׳איז unlocked.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:30 am
דורך הויזן טראגער
Than look on google for another imei checker, there is a lot out there.

They will probably not tell you (for free) to which carrier it's locked, just if its locked or unlocked.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:13 pm
דורך chusid
זענען זיי גערעכט מיט די חרדים? איז דא א פערציג פראצענט דעמעקראטן? 30 פערצענט זענען נישט קעגן האמאסעקשועלס?? אדער אפשר האבן זיי אנדערע גדרים ווער עס איז חרדי

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 2:45 pm
דורך שלום על ישראל
chusid האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די פוינט איז נישט אז מ'קען נישט אננעמען גארנישט וואס לאגיק זאגט ווייל דו גייסט האלטן בעתיד אנדערש, נאר אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר אונז מיט אונזער לאגיק. למשל, אויב נעמען מיר אן די כוזרי טענה, איז דאס מכוח וואס ס'איז אונז מכריח עפעס מיט די כלים פון לאגיק. דאס זענען די איינציגסטע כלים וואס מיר פארמאגן. ממילא מוז זיין אז מיין תורה וואס איז געגעבן געווארן פאר מיר, מוז שטומען מיט מיין לאגיק. איי א יאר ארום וועל איך האלטן אנדערש? נו, א מענטש איז דאך א הולך, מ'שטייט נישט אויף איין פלאץ, דאס איז דאך די תכלית פון א מענטש איז מ'איז נישט געבוירן געווארן בשלימות, מ'ווערט געבוירן מיט ערלה, און די ערלה מוז מען אוועקשניידן. אזוי אויך ווערט מען געבוירן מיט ערלת הלב, און דאס נעמט יארן, אויב נישט א גאנץ לעבן, עס אוועק צו שניידן.

אבער יעצט וואו איך שטיי יעצט, יעצט שטייט אין מיין תורה לויט וויאזוי איך פארשטיי וואס די תורה זאגט מיט די כלים וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן, מיט מיין מח, מיט מיין לאגיק.

איך רעד נישט ברוחניות, למשל אין פאליטיק וכדומה גייסטו דיך יעצט טענה'ן מיט א שטארקייט אויף דיין יעצטיגן מיינונג בשעת דו ווייסט אז אין די לעצטע 10 יאר האסטו יעדע יאר אביסל געטוישט..פון וואו נעמסטו די קאנפידענס בשעת וואס דו אליינס גייסט (לויט די סטאטיסטיקס) האלטן אז ביסט נישט ממש גערעכט?


די אויבן-דערמאנטע פראבלעם, איז נישט קיין סיבה אויף נישט צו האבן קיין מיינונג, אבער ס׳איז די סיבה פארוואס דו זאלסט זיין מיט אן אפענע מיינונג (אפען-מיינדעד).

ס׳הייסט אזוי, לא די אז אפילו דו ביזט 100% זיכער מיט זיך איבער אן דאך דארפסטו רעספעקטירן אן אנדערען׳ס מיינונג ווייל ווער ווייסט צו יענער איז גרר גערעכט און דו נישט, נאר בכלל ווען דו ביזט שטארק מיט א מיינונג (און לאמיר זאגען אז ס׳איז אפילו נישט פארהאן א צווייטער מיינונג ביים טיש, זיי איינגעהאלטן מיט דיין מיינונג - ביז א געוויסע פונקט - כדי נישט צו זיין קיין חוזק אין א יאהר ארום, פאר יענעם אדער אפילו פאר זיך אליין. למשל אז דו דערזעהסט זיך שפירענדיג שטארק קעגען א פארטיי אדער שטארק פארן פארטיי, לאז זיך נישט ווען אריינגעפיהרט (קעריד אוועי) אין אן עקסטרעמע לעוועל, כדי נישט צו דארפן זיך באגראבן בשנה הבא.

דאס אלעס איז געזאגט געווארן אויבן אויף, אויב ס׳מאכט זיך דא און דארט אז דו טוישט דיין מיינונג. אויב אבער דו דערזעהט זיך כסדר מאכענדיג 180-דעגרי יו-טורנס אויף כל מיני נושאים, איז אפשר גרר פארקערט; דו דארפסט זיך בויען א שארקערע כאראקטער, און נישט מיטשפרינגען מיט יעדע ווינטעלע. ווען ס׳קומט א נושא צום טיש, באשליסט נישט אויף א געוויסע מהלך פשוט ווייל רוב זענען געגאנגען אין יענע ריכטונג (ווייל מארגן וועסטו זיין מיט אן אנדערען רוב וואס וועט נוטע זיין פארקערט), נאר זיי אליין שוקל אלעס וואס דו האסט געהערט (ולהוסף משלך, מצטמק ויפה לך), און מאך אליין א באשלוס\הוכחה פאר דיר אליין, און האלט דיך [נישט צו] שטארק ביי דיר.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 4:01 pm
דורך ישראל קאפקע
.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2015 10:14 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ווי איז דא היינט נאכט א מנין סליחות געשמאק אין געשיקט?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2015 10:22 pm
דורך שלום על ישראל
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ווי איז דא היינט נאכט א מנין סליחות געשמאק אין געשיקט?

אין וועליכער שטאט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 5:47 pm
דורך chusid
איך וויל וויסן די פאקטן וויאזוי עס איז געקומען דערצו אז רוב כלל ישראל איז נישט רעליגיעז, ווען און וויאזוי איז דאס צוגעגאנגען( וויאזוי פלעגן די משפחות דאס אויפנעמען וכו'). איז דא א בוך וכדומה ווי איך קען באקומען א קלארע בליק אין דע נושא?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 6:12 pm
דורך יודישע שרייבער
וויאזוי האבן געהייסן די צוויי פוילישע יודן וואס זענען אנטלאפן פון אוישוויץ קיין אונגארן און פארציילט פאר די אונגערישע יודן וואס עס קומט פאר אין אוישוויץ?

אויך וויל איך וויסן צו עס איז דא א דאקאמענטרי פון דעם אויף YOU TUBE?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 6:28 pm
דורך smart
אויב איך מאך נישט קיין טעות וואס די זיכסט איז געווען באשריבען אין די וויקלי לינק די מעשה לעצטע יאר בערך קענסט עס טרעפן אויף זייער וועב סייט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 6:38 pm
דורך [NAMELESS]
רודאלף ווערבע און אלפרעד וועצלער.
אגב, זיי זענען געווען סלאוואקישע אידן [טשעכעסלאוואקיע האט דייטשלאנד שוין איינגענומען בעפאר פוילן].

דא איז א בילד פון רודאלף ווערבע [1946]:
בילד

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 11:27 pm
דורך יהושע חיים
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=eIecD1PBkVA[/youtube]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:00 pm
דורך געוואלדיג
פארוואס מאכן די דרוקער דעם "וכתוב" אזוי קליין אז מען זאל מוזן צוקומען צו די גרויסע אותיות הלכות אז מען דארף נישט איבער דאווענען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 2:23 pm
דורך שמעון וואלף
מאכן קליין וכתוב פארשטיי איך נאך וויבאלט מ'זאגט עס אינגאנצן אפאר מאל א יאר האט עס ווייניגער פריאריטי. מיר באדערט אבער פארוואס שמונה עשרה ביי מנחה-מעריב איז קלענערע אותיות ווי שחרית, מנחה מעריב שמונה עשרה זאגט מען דאך צוויי מאל אזוי סאך ווי שחרית (איך באצי מיך צו די סידורים וואס האבן מנחה און מעריב צוזאמען.)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 4:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
ביי שחרית שלאפט מען נאך, די אויגן איז פארקלעפט, דארף מען גרויסע אותיות.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 8:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'דרוקט עס גרויס איין מאל. טאמער דו ווילסט גרויס ביי מנחה, מיש צוריק צו שחרית.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:48 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט געגעבן היי יאר "כופר נפש" למען ה'קאמפעני' אתרי קדישא, וויל איך וויסן אויב מיין זעל בלייבט איינגעשפארט ביז איך לייז עס אויס, אדער אפשר לייזט זיך עס אליינס אויס אין יובל?

א תשובה דרינגענד וויכטיג! (עס איז נישט קיין קינדער שפיל צו לאזן א יודישע זעל אין טורמע.)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:53 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר קען איך זיין דיין סעל-מעיט אין יענע טורמע.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 5:00 pm
דורך [NAMELESS]
דארט שלאפט מען אבער אין כוכין מימות יהושע :D