בלאט 150 פון 179

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2023 9:28 am
דורך פאלאצ'ינטא
איינער קומט אן אויבן אין הימל און מען שיקט איהם נעבעך אין גיהנם.

ער קימט אריין און מען גיבט איהם וויפיהל ציגארעטליך ער וויל און וויפהל מאריחוואנא ער וויל. מען פאקט איהם אן גאנצע פעקלאך.

גייט ער צו צו איינער וואס זיצט דארט און פרעגט, פארוואס הייסט דאס גיהנם? קוק נאר וואס מען גיבט אונז

ענטפערט ער יא אלעס גיבט מען אויסער שוועבלעך

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2023 9:33 am
דורך פאלאצ'ינטא
איינער קומט אן אין עיר פארט שדה תעופה בלעז מיט זיינע פעקלאך. גייט צו א פאליציאנט מיט א שמעק הונט און זאגט איהם, מיין הונט זאגט אז דו נעמסט מיט דראגס אין דיין רענצל.

ענטפערט ער, דו הערסט דיין הונט רעדן און איך נעם דראגס ?

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2023 3:29 pm
דורך ערנסטגערעדט
צוויי משולחים אהרן און יענקל זענען געקומען קיין מאנהעטן צו גיין נאך געלט ביי די אפיסעס פון עשירים
זיצנדיג אין א טעקסי באמערקט יענקל די פרידאם טאוער, ער באוואונדערט עס און פרעגט אהרן זאג נאר צו וועם געהערט די גרויסע בנין? זאגט אהרן איך ווייס נישט, לאמיר פרעגן די דרייווער, ער פרעגט אין צוקראצטע ענגליש ׳דיס בילדינג הא די באס? דער דרייווער קוקט אים אן פארוואונדערט און ענטפערט ׳איי העוו נאו איידיע׳
שוין א שיינע עושר מוז ער זיין זאגט יענקל, זיי גייען ווייטער זעט ער די עמפייער סטעיט בילדינג, ער מוז ווייטער וויסן און וועמענס איז דאס? אהרן פרעגט דעם דרייווער, די דרייווער זאגט אים ׳איי העוו נאו איידיע׳
אהא א גוטע דרייקאפ מוז ער זיין זאגט יענקל, נישט פשוט אזעלכע גרויסע בנינים
זיי גייען ווייטער און ער באמערקט די ראקעפעלער טאוער, די נייגעריגע יענקל מוז וויסן וועמענס בנין דאס איז
אהרן פרעגט נאכאמאל דעם דרייווער, ווי ערשטוינט איז ער ווען דער דרייווער זאגט נאכאמאל ׳איי העוו נאו איידיע׳
יענקל שוימט פאר כעס אזא גנב א שווינדלער מוז ער זיין ווי אזוי האט ער אזעלכע ריזיגע בנינים? אהרן שטומט צו.
אויפאמאל זעהן זיי ווי סטוטצעך א געיעג, פאליציי לויפן נאך איינעם אויפן גאס מיט קארן און פערדן, ענדליך האבן די פאליציי באוויזן צו כאפן דעם פארברעכער. יענקל ווייזט פאר אהרן, און אהרן פרעגט דעם דרייווער ׳הא איז דיס רויבער?
די דרייווער ענטפערט ׳איי העוו נאו איידיע׳
יענקל שפרינגט אויף ״כהאב געוואוסט מגייט אים כאפן!!!!

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2023 7:30 pm
דורך berlbalaguleh
געוויינטליך פרעגט מען נישט קיין קשיא אויף א מעשה. כל שכן אויף א דזשאוק. נאר איך שטעל אויף די חזקה אז דער טעקסי דרייווער איז (מסתמא) געווען א פאקיסטאנער אימיגראנט. ביניך זיכער אז ער האט גערעדט נאך מער א צוקראצטן ענגליש ווי יענקל און אהרן... די איינציגסטע זאך אין וואס זיי זענען מומחים איז אונטערלייגן באמבעס אין טרעין סטעישנס...לאל

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2023 8:57 pm
דורך [NAMELESS]
אחד עולה לאוטובוס מהדרין ופוגש ליטאי היושב לצד אשתו בחלק הקידמי, אומר לו היהודי: הלו.. זה מהדרין, עונה לו הליטאי איש וביתו זה למהדרין מן המהדרין.

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2023 9:01 pm
דורך [NAMELESS]
פעם גפני אמר שהכנסת זה מלוכלך כמו שירותים, אז שאלו אותו למה אתה נמצא שם, והוא ענה מה אפשר לעשות הגדוליים לוחצים.

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2023 11:12 pm
דורך [NAMELESS]
ראש ישיבה דרש בשבע ברכות והעולם שוחחו בקול רם נזדעק הר''י ואמר "עוילם איך הער נישט אפילו מיין אייגענע שטימע" נענה אותו זקן ואמר "אלעס איז בסדר! איך האלט יא מיט יעדע'ס ווארט, איר האט גארנישט פארפאסט"

נשלח: מיטוואך יולי 19, 2023 11:15 pm
דורך [NAMELESS]
רבי ישראל מגור היה לו 'כולל' שהיה סמוך על שולחנו. דא עקא שהיו האברכים שוואנצונים..
פעם יצא הרבי לביקור בתלמוד תורה, ומיד נכרכו אחריו אברכי הכולל,
הסתובב אליהם הרבי ואמר - נכון ש'רבי' בגימטריא 'חדר' אבל בלי ה'כולל'

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
חיים שיק: דיינע דזשאוקס זענען זיס. מ'קען שמייכלען. אבער ס'האט נישט דעם כח און אויפרייס פון די דזשאוקס וואס דער בלינץ' פאר ציילט. סארי./ ייש"כ...

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 6:10 pm
דורך פאלאצ'ינטא
היינט צופרי אין מקוה האט א איד געמאכט א סיום אין די שויער אין דערנאך געטיילט זייף מיט שעמפו

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 6:58 pm
דורך פאלאצ'ינטא
צוויי עלטערע אידן מיט זייער ווייבער זיצן צוזאם און אין עסען די שבת דיגע סעודה. נאך די סעודה זענען די ווייבער ארויס פון צומער אין קיך און די צוויי עלטערע אידן זענען געבליבען. איינער רופט זיך אן צום צווייטען דו הערסט? איך האב געטרפען א זייער א גוטן רעסטאראן. די עסען איז זייער גוט און פריש און די פרייזען זענען ווי פאר 50 יאהר צוריק.

יא ווי אזוי הייסט דאס? פרעגט דער אנדערע

אוי זאגט ער אםםם הםםם איך דארף זיך דערמאנען. אםםם עפעס א נאמען פון בלומען

טוליפ ? זאגט דער אנדערע

ניין ניין

לילי?

ניין

רויז ?

יא יא זאגט ער רויזי רויזי ווי ביזטו?

זיין ווייב קומט צו לויפען וואס איז? פרגט זי

ווי אזוי האט געהייסען דער רעסטאראן ווי אונז זענען לעצטע וואך געגאנגען

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 7:08 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אן עלטערע איד פארט אויפן הייוועי און באקומט א טעלעפאון קאל פון זיין ווייב.

יענקל שרייט זי היסטעריש, גיב אכטונט איך האב יעצט געהערט אז עפעס א מעשוגענער פארט ראנג וועי אויפן בי קיו אי (BQE)

איך האב נייעס פאר דיר זאגט ער איך בין יעצט אויפן בי קיו אי און איעדער פארט ראנג וועי

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מוצ"ש יולי 22, 2023 8:55 pm
דורך נעקסט לעוועל
א מיידל פרעגט דעם דרייווינג טיטשער, וואס וועט געשעהן אויב איך הייב אויף די פיס פון די קלאטש?
די קאר וועט זיך נישט אנצינדן, ענפערט די טיטשער.
זי פרעגט ווייטער, וואס וועט געשעהן אויף איך הייב אויף די פיס פון די גאז?
די קאר וועט נישט פארן, ענפערט די טיטשער.
וואס וועט געשעהן אויף איך הייב אויף ביידע פיס?
העסטע פעסן די טעסט ביים ערשטע מאל, ענפערט די טיטשער….

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 7:43 am
דורך נעקסט לעוועל
נהג מונית תימני עובד במשמרת לילה, למונית עולה בחורה כיום הוולדה...
כל הנסיעה הנהג לא מפסיק להסתכל במראה ולבחון את הבחורה.
לבחורה נמאס והיא שואלת אותו "לא ראית אם פעם בחורה ערומה"?!
עונה התימני: זו לא הנקודה בכלל, אני פשוט מנסה להבין מאיפה תוציאי ת'כסף.... :lol: :lol:

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 3:06 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א קלינינג לעידי (פוץ פרוי בלעז) וועליכע האט געארבעט ביי עטליכע אידישע משפחות האט אמאהל געשמועסט מיט אירע חבר'טעס און זאגט זיי אז זי ארבעט ביי אידישע משפחות, זיי זענען פיינע מענטשען אבער זיי האבען זייער אינטערסאנטע מנהגים.

זיי האבען א יום טוב וואס הייסט שבת, וועלכע זיי עסען אין דיינינג רום און רייכערען אין בית הכסא,

דערנאך האבען זיי א יום וועלכע הייסט תשעה באב, וואס זיי רייכערען אין דיינינג רום און עסען אין בית הכסא,

און דערנאך האבען זיי א יום טוב יום כיפור, וואס זיי עסען און רייכערען אין בית הכסא,

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 3:55 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אן עלטערע אידל גייט אין גאס און ווערט ל"ע ול"ע אראפ געקלאפט דורך א קאר.

מען פירט איהם אריין און נאך אפאר שעה קומט ער אהיים און זיין ווייב פרעגט איהם, נו וואס האט דער דאקטער געזאגט?

ענטפערט ער דער דאקטאר האט געזאגט אז איך האב א פלאקי

וואס? פרעגט זי

איך האב א פלאקי זאגט ער

און וואס דארף מען טאהן פאר דעם? פרעגט זי

איך ווייס נישט זאגט ער איך האב פארגעסען צו פרעגען

אוי געוואלד שרייט די ווייב און זי לויפט ארויס פרעגן די שכינים

זי טרעפט אן צוויי שכינים און זי פרעגט וואס טוהט מען פאר א פלאקי?

איינער זאגט מען דארף לייגען אייז, קעלט איז די בעסטע רפואה פאר א פלאקי.

וואס רעדסטו ? שרייט די צווייטע, היץ זאל ער גיין אין שוויץ און נעמען גאר הייסע שויער.

די ווייב אין גאנצען צומישט לויפט צום דאקטער. דאקטער וויינט זי וואס טוהט מען פאר א פלאקי? דו האסט געזאגט פאר מיין מאן אז ער האט א פלאקי

ניין זאגט דער דאקטער איך האב איהם געזאגט...
יו גאט אףף לאקי (you got off lucky)

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 7:45 pm
דורך berlbalaguleh
ס'געווען א קלוגער איד אין די ליטא וועלכער איז ארויף אויף א שטאטישן אויטאבוס. ווען א פרוי האט זיך געוואלט אוועקזעצן נעבן איהם האט ער איהר נישט געואלט באליידיגן און זאגן אז ער זיצט נישט נעבן א פרוי. האט ער איהר געזאגט (מיט חכמה)...איך ווייס נישט אויב דו ווילסט זיצן נעבן מיר. ווייל איך האב "כרוספדין". די פרוי האט זיך דערשראקן און זיך געזוכט אנ'אנדער זיץ. שפעטער ווען מ'האט איהם געפרעגט וואספארא מחלה איז דאס כרוספדין. האט ער געזאגט ...קוק אין תרגום אונקלוס...ער זאגט אויף דעם ווארט "ציצית" כרוספדין...!

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 7:48 pm
דורך ברוך שפינוזה
ערשטנס איז דער איד נישט געוועהן קלוג ווייל ווען יא וואלט ער געלאזט דאס פרוי זיצן נעבן איהם...

צווייטנס, די מעשה ווערט פארציילט אויף אברהם גנחובסקי, קען זיין ער איז אמאל געוועהן אין ליטא, אבער געבוירן איז ער אין תל-אביב.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 7:56 pm
דורך שמעקעדיג
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:א קלינינג לעידי (פוץ פרוי בלעז) וועליכע האט געארבעט ביי עטליכע אידישע משפחות האט אמאהל געשמועסט מיט אירע חבר'טעס און זאגט זיי אז זי ארבעט ביי אידישע משפחות, זיי זענען פיינע מענטשען אבער זיי האבען זייער אינטערסאנטע מנהגים.
אינטרעסאנט זי האט נישט געזאגט אז מען עסט @פאלאצ'ינטא אין די 9 טעג...

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 7:59 pm
דורך berlbalaguleh
ברוך שפינוזה: ווי ס'זעהט אויס זענען געווען צוויי קלוגע אידן. איינער אין די ליטא. און דער צווייטער אין תל אביב.

איך האב דעם דזשאוק געהערט דאס ערשטע מאל ווען איך בין געווען א יונגל. מיין חבר האט מיר דערשראקן און געזאגט אז ער ווייסט אז איך האב "כרוספדין"...!

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 9:20 pm
דורך [NAMELESS]
אישה קראה פרק שירה, הטלפון צלצל והיא באמצע הקריאה, מבינה שזה בעלה וממשיכה לקרוא: חמור מה הוא אומר...
בעלה שמע והתעצבן, חמור קראה לי, הא??
עכשיו מתגרשים!!
למחרת תלתה האישה מודעה: קראתי פרק שירה ארבעים יום ונושעתי...

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 9:26 pm
דורך [NAMELESS]
צ'למער אחד ממאה שערים הלך לכותל ביום שישי לחפש אורחים לשבת, הוא מצא 2 אמריקאים ואמר להם די ודי (d.v.d) יו אס בי (u.s.b).

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 9:43 pm
דורך קהל'ס נער
עי איי ציניקער