בלאט 16 פון 65
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 5:41 pm
דורך signout
גאנצל האט געשריבן:דער לאנג ערווארטעטע קול קורא פון די רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן איז שוין ארויסגעקומען (וואונדער פון די גאס : נאכן זעין אלע חתימות הערשט א וואונדער וואס האט מען דא געדארפט פארציען דעם קול קורא ? די חתימות ליגט דאך שוין אין לעדל פון די לשכת התאחדות דעס האט מען געקענט רואיג ארויסגעבן נאך פאר וויסן סיי וועלכע דעטאל ווי דאטום פונעם כנוס וכדו')
סקולען רבי איז ארויסגעקומען מיט א עקסטערע מכתב (די ליצנות איבער דעם און איבער די תוכן המכתב האפענטליך אין צימעס נישט דא אין די נייעס אשכול)
אויך איז ארויסגעקומען מכתבים פון רי"ט ווייס גאבד עדה החרידית (פארלאנגט אויך א צימעס באהאנדלונג די געקונצעלטע לשונות ) און פון הרב יעקב מאיר שעכטער שליט"א
לגבי די ליטא דארף צו הייסן אז ס'איז געווען א אסיפה נעכטן אבער האט זיך נישט קיין סאך געטוישט לגבי זייער השתתפות
פון ר"ל לייזער הערט מען נאך אויך נישט קיין אנדייטונג אז ער גייט זיך משתתף זיין (לכוארה וועט ער אין די לעצטע מינוט אנקומען )
לגבי די טיקעטס איז נישט דא קיין גרויסע אפדעיט אבער איין זאך איז זיכער אז אלע טיקעטס זענען שוין פארקויפט לויט מאנכע
א צווייטע גירסא זאגט אז ס'איז פארהאן א אפציע פון נוצן נאר א האלבע סטעדיום און דאס גייט מען נוצן מאכט נישט קיין סענס לכוארה
א דריטע גירסא אז מ'האט פארקויפט נאנט צו 10000 טיקעטס און די איבריגע לייגט מען דערווייל אוועק אולי וועט נאך צוקומען א גרעסערע קרייז אדער קהלה
ס'איז געווען באריכטעט אז רז"ל מסאטמאר האט געזאלט נעכטן גיין אויפקלערן דעם סקולענע רבי שליט"א די מצב אבער למעשה איז געקומען פון שטוב א אנטווארט אז ס'פעילט שוין נישט אויס און דער סקולען רבי וועט געבן זיין חתימה אן דעם אזוי אויך איז געווען באריכטעט אז ער האט געברויכט צו גיין צום פאפא רב שליט"א אויך אויפקלערן די וויכטיקייט פונעם מצב למעשה נישט געגאנגען
דער עיקר איז אז ס'זאל זיין מיט גרויס הצלחה און ס'זאל דינען דעם ציל
די סקולענע בריוו א תשובה פאר בי''ד פארן נישט קענען מאכען די אסיפות הרבנים, ווי מ'קען זעהן הייסט ער בכלל נישט מ'זאל גיין, אין ווער ס'געדענקט האט ער ביי מהר''א'ס גיוס פראטעסט ג'חתמ'ט א קו''ק מיט וויזניץ אין ראחמסטריווקא, ווי אויך איז דעמאלטס געווען א בריוו פין די גאנצע עדה וכו', (אפילו פין די וואס האבען יא אינטגעשריבן די קו''ק זאגען קלאר אז זיי האבען נישט געוויסט אז ס'וועט זיך אויסלאזען אומארחיות'דיגע פארטיישע זאך אין זיי האבען געמיינט אז יעדער וועט גיין אזווי ביי פאולי סקווער - (אזוי האט אויך האדמו''ר מ'פאפא גענטפרט ווען מ'האט אים הפארגעהאלטן אז ווינא רב האט אינטגעשריבן)
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 5:43 pm
דורך קלוגע יודל
סקולענער רבי'ס בריוו אין איר ארגינעלן אויסלייג.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 5:44 pm
דורך איש את רעהו
אונטער חכם האט געשריבן:
אינטערעסאנט. די קנאים פרובירן צו פארקויפן אז די חרדישע נייעס וועבסייטס זענען דא אונטערצוברענגען די מערכה וכדומה למעשה ברענגט איש את רעהו כסדר אראפ באריכטן פון די וועבסייטס וואס שטופן זיין אגענדע.
אינעם געזעץ שטייט אז פון די וועגן צו פאנגען בחורים ווען אויך זיין פון די סארט, דהיינו דורך צאלן וועסייטס
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 5:58 pm
דורך אונטער חכם
אקעי, עס קען זיין אז זיי לייגן אריין נייעסן וועגן חרדים אין מיליטער וועגן דעם, אבער איך רעד פון דעם וואס די קנאים זאגן יעצט אז די וועבסייטס האבן אן אגענדע צו פארשפרייטן נייעסן קעגן די כינוס און צו שרייבן אז עס איז נישטא קיין גזירה.
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 6:33 pm
דורך קל וחומר
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 8:11 pm
דורך איש את רעהו

- unnamed (555).jpg (31.78 KiB) געזען געווארן 2039 מאל
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 8:15 pm
דורך איש את רעהו
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 8:30 pm
דורך קלוגע יודל
איש את רעהו האט געשריבן:unnamed (555).jpg
זייער נישט קלארק, ביטע לייק א קלארער בילד מען זאל קענען וויסן די וועגן אנצוקומען.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 8:30 pm
דורך חיים'ס ישיבה
..
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 8:39 pm
דורך איש את רעהו

- unnamed %2847%29.jpg (24.46 KiB) געזען געווארן 1996 מאל
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 8:50 pm
דורך איש את רעהו
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 8:57 pm
דורך איש את רעהו
די בריוו פון די 5 ראשי ישיבה אין א קלארע פארמאט
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 10:32 pm
דורך גאנצל
קלוגע יודל האט געשריבן:סקולענער רבי'ס בריוו אין איר ארגינעלן אויסלייג.

פארוואס האט דאס טאקע אויסגעפעילט צו פארדרייען די מכתב און מאכן אויסקוקן כאילו דער סקולענע רבי האט געשריבען א מכתב פאר דעם כנוס וואס בויעט מען אזעלכע כינוסים אויף שקר ווער פירט דאס אן אזעלכע שטיק אויף אזא האקעלע נושא
Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 10:35 pm
דורך קלוגע יודל
גאנצל האט געשריבן:קלוגע יודל האט געשריבן:סקולענער רבי'ס בריוו אין איר ארגינעלן אויסלייג.

פארוואס האט דאס טאקע אויסגעפעילט צו פארדרייען די מכתב און מאכן אויסקוקן כאילו דער סקולענע רבי האט געשריבען א מכתב פאר דעם כנוס וואס בויעט מען אזעלכע כינוסים אויף שקר ווער פירט דאס אן אזעלכע שטיק אויף אזא האקעלע נושא
ווייל אזוי איז די גאנצע מערכה געבויט.
איין שטיק בלאף!
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 10:43 pm
דורך איסר האטלקי
איך זע נישט אין דעם בריוו קיין איין שטיק בלאף. ער שרייבט קלאר אז מען מאכט אן אסיפה, ער האט נישט געהאט די כוחות צו מאכן די אסיפה בביתו, אבער בודאי אז מען דארף מיטשטיין מיט די עושים ומעשים מיט וואס מען קען. וואס איז די בלאף אין דעם?
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 10:46 pm
דורך גאנצל
דו זעיסט נישט ? וואס זעהסטו יא ??..........
ווען די לאזט דעם בריוו אזוי ווי עס איז און דו לייגסט צו צו דעם אז פון דעם בריוו איז משמע אז סקולען רבי בלא בלא איז איין זאך
אבער אז דו שטעלסט אויס דעם בריוו ווי כאילו ס'איז געשריבען ספעציעיל צו די כינוס איז עס צביעות
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 10:49 pm
דורך איסר האטלקי
גאנצל האט געשריבן:דו זעיסט נישט ? וואס זעהסטו יא ??..........
ווען די לאזט דעם בריוו אזוי ווי עס איז און דו לייגסט צו צו דעם אז פון דעם בריוו איז משמע אז סקולען רבי בלא בלא איז איין זאך
אבער אז דו שטעלסט אויס דעם בריוו ווי כאילו ס'איז געשריבען ספעציעיל צו די כינוס איז עס צביעות
יא עס איז געשריבן ספעציעל צו דעם כינוס, איז הויבט אן מיט אן אנטשולדיגונג אויף זיין נישט מאכן דעם אסיפה און פירט אויס אז מען זאל זיך משתתף זיין. צביעות איז אז מען לאזט אין קליין די ווערטער וואס זענען נישט נוגע? צביעות איז ווען מען נעמט ארויס ווערטער.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 10:51 pm
דורך גאנצל
דעס איז געשריבען פאר די עדה גארנישט מיט דעם כנוס
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 10:53 pm
דורך איסר האטלקי
גאנצל האט געשריבן:דעס איז געשריבען פאר די עדה גארנישט מיט דעם כנוס
האסט עס בכלל געליינט? אדער בלויז געזען גרויסע און קליינע ווערטער....
גראדע האט עס יא מיט דעם כינוס דירעקט! די עדה האט אים געבעטן צו מאכן אן אסיפת הרבנים. ליין עס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 11:03 pm
דורך גאנצל
די עדה האט אים געבעטן צו מאכן א אסיפה און ער האט גענטווארט אז ער קען נישט צוליב שוואכקייט נו וואס האט דעס מיט זונטאג
אפשר די אסיפה גייט סוף כל סוף זיין ביי דעם כנוס ?.......
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 11:09 pm
דורך איסר האטלקי
איסר האטלקי האט געשריבן:האסט עס בכלל געליינט? אדער בלויז געזען גרויסע און קליינע ווערטער....
גראדע האט עס יא מיט דעם כינוס דירעקט! די עדה האט אים געבעטן צו מאכן אן אסיפת הרבנים. ליין עס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 11:21 pm
דורך גאנצל
סאו ווייל ס'האט צוטון מיט דעם זונטאג מיינט דאס אז ער שיקט צום כנוס מ'האט גענומען א זייטיגע בריוו וואס ער האט געשריבען און מ'האט דאס געמאכט אויסזעהן ווי ער רופט צו דעם כנוס
אט דאס איז די דעפינישען פון בלאף
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 11:27 pm
דורך איסר האטלקי
גאנצל האט געשריבן:סאו ווייל ס'האט צוטון מיט דעם זונטאג מיינט דאס אז ער שיקט צום כנוס מ'האט גענומען א זייטיגע בריוו וואס ער האט געשריבען און מ'האט דאס געמאכט אויסזעהן ווי ער רופט צו דעם כנוס
אט דאס איז די דעפינישען פון בלאף
אה, ס'האט שוין צוטון מיט זונטאג? מ'האלט שוין אויף א וועג.
און ער שרייבט אז מען זאל מחזק זיין און צוהעלפן בגוף ובממון? וואס מיינט דאס אויב נישט קומען צום כינוס??