בלאט 16 פון 20

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:41 pm
דורך לך לך
יתן ויחזור ויתן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:51 pm
דורך תורה ומדע
לגיונות...ושקרים. ;)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:54 pm
דורך תורה ומדע
וואס פאר א ווערט האט דאס צעטיל אהן אפילו איין חתימה פון א רב. ס׳מיר א חידוש אז ס׳האט נאך קיין קיין רב זיך נישט אנגענומען פאר ר שמואל׳ן. וואס איז געשען מיטן לא תעמוד על דם ריעך.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 4:05 pm
דורך Joseph
קען אפשר איינער צישטעלען EMAIL אדרעסעס פאר לעזער אין דירענפעלד?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 4:31 pm
דורך real fake news
לך לך האט געשריבן:יתן ויחזור ויתן

אנטשולדיגט, סגעווען גביית עדות מושב בי"ד וכו'? סתם רעקארדערונגען? סתם שמועות?
האסט זיי אנגערופן פרעגן וואס זיי האלטן?

סתם באשמיצן אפאר יידן אהן קראנטע מקורות אז סאיז טאקע געווען זיי, אהן הערן זייער צד וואס זיי האבן צו זאגן??

איך פארשטיי נישט די היפאקרעסי וואס דא גייט פאר!!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 4:51 pm
דורך Joseph
ר' שמואל האט קרוב צי 3000 שעורים אוף תורה אנייטיים אפען פאר יעדעם צי הערען, קען מיר אפשר איינער א טובה טאן אין פליז טרעפען עפעס שלא כהלכה???
אדער אפשר א נישט ריכטיג פשט אין גמרא???
איך האב נישט געקענט טרעפען, עס הערט זיך באלד ווי טראמפ מיט ראששע, מען זיכט א קריים אוף ר' שמואל אבער מען האט עס נאך נישט געטראפעןץ

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 7:45 pm
דורך ליב צו וויסן
real fake news האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:יתן ויחזור ויתן

אנטשולדיגט, סגעווען גביית עדות מושב בי"ד וכו'? סתם רעקארדערונגען? סתם שמועות?
האסט זיי אנגערופן פרעגן וואס זיי האלטן?

סתם באשמיצן אפאר יידן אהן קראנטע מקורות אז סאיז טאקע געווען זיי, אהן הערן זייער צד וואס זיי האבן צו זאגן??

איך פארשטיי נישט די היפאקרעסי וואס דא גייט פאר!!!

וואס פארא מין טענה.. די צעטל האט חתימות פון רבנים?
די ערשטע מאל וואס דו ליינסט א פאשקעוויל ?

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 7:54 pm
דורך טראכטכמוני
לך לך האט געשריבן:יתן ויחזור ויתן

ווי האט דער רבי אין חדר געזאגט? עס איז א טו וועי סטריט!
ביסט אויפגערעגט אז מ׳באשמוצט איינעם אן מפרט זיין על מה זה ועל מה זה? טוה נישט דאס זעלביגע.
הגם ס׳איז נישט קיין פראגע וועלעכע ׳רבנים׳ האבן דעס געהייסן מפרסם זיין, ס׳איז דאך פלעין איינעם׳ס בויך-וויי. אבער וואס פונקטליך האבן די דריי חוטא געווען אז די לייגסט ארויס זייערע פריוואטע קאנטאקט אינפא? האסט קראנטע אינפא אז זיי האבן ׳יעדן׳ פון די רבנים פארדרייט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די הלכה איז אז איינער וואס טוט אן עבירה אויף וואס ס'קומט זיך מיתת בית דין קען מען נאר הרג'נען אויב מ'האט איהם געווארנט בשעת מעשה. אן אויסנאם איז ביי פאלשע עדים וואס די הלכה איז אז עדים וואס זאגן פאלש עדות אז איינער האט למשל מחלל שבת געווען און בית דין דארף איהם הרג'נען דאן הרג'עט מען די פאלשע עדים אן התראה, ווייל אין פסוק שטייט אז מ'דארף טון צו די פאלשע עדים די זעלבע זאך וואס זיי האבן געוואלט טון פאר'ן אומשולדיגן מענטש, און פונקט ווי זיי האבן געוואלט הרג'ענען א מענטש אן התראה אזוי אויך הרג'עט מען זיי אן התראה. יעצט פירט אליינס אויס...

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:21 pm
דורך טראכטכמוני
זייער שיין @רביה״ק ביסטו דאך מודה אז אויף צו באצאלן די ערשטע פאר עדים אויפן קאפ דארף מען האבן געהעריגע גביית עדות אז זיי זענען טאקע באגאנגען אן אומרעכט הלא הוא אשר דיברתי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:23 pm
דורך real fake news
real fake news האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:יתן ויחזור ויתן

אנטשולדיגט, סגעווען גביית עדות מושב בי"ד וכו'? סתם רעקארדערונגען? סתם שמועות?
האסט זיי אנגערופן פרעגן וואס זיי האלטן?

סתם באשמיצן אפאר יידן אהן קראנטע מקורות אז סאיז טאקע געווען זיי, אהן הערן זייער צד וואס זיי האבן צו זאגן??

איך פארשטיי נישט די היפאקרעסי וואס דא גייט פאר!!!

חוץ מזה, אז די גייסט זיך צוריק שלאגן אויף די זעלבע וועג ווי זיי ביסטו דאך גארנישט אנדערש ווי זיי.

אויב אונז ווילן זיין בעסער ווי די ׳סיסטעם׳ און די רבנים איז דאס נישט די מהלך, נישט פאר דעם איז קאווע שטיבל דא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:32 pm
דורך אישתישבי
שבת אחים האט געשריבן:כהאב געהערט אז די רבנים האבן אים גערופן צו א מיטינג. האט ער געזאגט אז ער איז זיך גרייט אראפצוזעצן מיט יעדען רב באזונדער אבער זיי האבן נישט געוואלט. קיין איין איינציגער רב האט נישט געוואלט רעדן מיט אים One on one

זיי האבן נאר געוואלט אז ער זאל אראפקומען צו א גאנצע מיטינג פון אסאך רבנים ווי מ׳גייט אים אויספראקן...

אמת?

איך מיין אז ניימאן שרייבט עס אין זיין בריוו צו דער בעלזער דיין, און ער שרייבט אז זיי האבן אים געבעטן ער זאל קומען צו דריי רבנים נאר איבערשמועסן, און ער איז געגאנגען, און רח"ד כץ האט געשריגן און אים מבזה געווען און חוזק געמאכט פין זיין פשט אויף דרך עזות, וואס ער איז מקיל לעת הצורך אויף למעלה למטה, און געשריגען מיט עקסטאז אז דרך עזות מיינט ווייל ער איז אן עזות פנים צום אויבערשטען, א שיינע סאטמארע פשט.

שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 8:39 pm
דורך טראכטכמוני
real fake news האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:יתן ויחזור ויתן

אנטשולדיגט, סגעווען גביית עדות מושב בי"ד וכו'? סתם רעקארדערונגען? סתם שמועות?
האסט זיי אנגערופן פרעגן וואס זיי האלטן?

סתם באשמיצן אפאר יידן אהן קראנטע מקורות אז סאיז טאקע געווען זיי, אהן הערן זייער צד וואס זיי האבן צו זאגן??

איך פארשטיי נישט די היפאקרעסי וואס דא גייט פאר!!!

חוץ מזה, אז די גייסט זיך צוריק שלאגן אויף די זעלבע וועג ווי זיי ביסטו דאך גארנישט אנדערש ווי זיי.

אויב אונז ווילן זיין בעסער ווי די ׳סיסטעם׳ און די רבנים איז דאס נישט די מהלך, נישט פאר דעם איז קאווע שטיבל דא.

הגם, איך בין מסכים אז ארויסשטעלן אזא צעטל קען זיין אן עוולה, און ס׳איז נאריש נישט צו כאפן אז מיט היפאקריסי וועט קיינער נישט ווערן איבערצייגט ווי אויפריכטיג דו ביסט.
ס׳איז אבער נישט קיין תירוץ בשעת א מערכה זאגן ׳אונז וועלן זיין בעסער ווי זיי׳, וועסט קיינמאל נישט געווינען דעם שאך געים דורך זיין ׳בעסער פון זייי׳ און נישט קעפטשורען דיין אפאנענטס שטיקלעך.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:30 pm
דורך איש את רעהו
ס'דא וואס האבן געלייגט א האנט אויף עטליכע רעקארדירונגען
מיר האט איינער אנגעצינדען א שיינע פאר מינוט, כ'שעם מיר אזעלכע זאכן צו רעדן ברבים, אבער ס'זיכער ווען נישט וואס דא האנדעלט זיך פון הל' צניעות וכו' וואלט פיל קלארער געווען די עסק, היות מען רעדט ניטאמאל ברמיזה פון די זאכן כאפן זיך ארויף די אויבער חכמים פון ק"ש אויף די רבנים, עס איז די האקעלע סיטואציע וואס לאזט נישט די זאך ארויף אויפן אויבערפלאך.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:42 pm
דורך ליב צו וויסן
איש את רעהו האט געשריבן:ס'דא וואס האבן געלייגט א האנט אויף עטליכע רעקארדירונגען
מיר האט איינער אנגעצינדען א שיינע פאר מינוט, כ'שעם מיר אזעלכע זאכן צו רעדן ברבים, אבער ס'זיכער ווען נישט וואס דא האנדעלט זיך פון הל' צניעות וכו' וואלט פיל קלארער געווען די עסק, היות מען רעדט ניטאמאל ברמיזה פון די זאכן כאפן זיך ארויף די אויבער חכמים פון ק"ש אויף די רבנים, עס איז די האקעלע סיטואציע וואס לאזט נישט די זאך ארויף אויפן אויבערפלאך.

נו זיי מזכה דעם עולם

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 10:54 pm
דורך ישן מלא חדש
א יעדער בר דעת פארשטייט אז רעקארדינגס קענען ווערן מיניפולעיטעד כפי הצורך וד"ל.
איש את רעהו האט געשריבן:ס'דא וואס האבן געלייגט א האנט אויף עטליכע רעקארדירונגען
מיר האט איינער אנגעצינדען א שיינע פאר מינוט, כ'שעם מיר אזעלכע זאכן צו רעדן ברבים, אבער ס'זיכער ווען נישט וואס דא האנדעלט זיך פון הל' צניעות וכו' וואלט פיל קלארער געווען די עסק, היות מען רעדט ניטאמאל ברמיזה פון די זאכן כאפן זיך ארויף די אויבער חכמים פון ק"ש אויף די רבנים, עס איז די האקעלע סיטואציע וואס לאזט נישט די זאך ארויף אויפן אויבערפלאך.
חלק מהמכתב של הרב ניימאן להרב וועטענשטיין בילד

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2020 1:37 pm
דורך שבת אחים
אישתישבי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:כהאב געהערט אז די רבנים האבן אים גערופן צו א מיטינג. האט ער געזאגט אז ער איז זיך גרייט אראפצוזעצן מיט יעדען רב באזונדער אבער זיי האבן נישט געוואלט. קיין איין איינציגער רב האט נישט געוואלט רעדן מיט אים One on one

זיי האבן נאר געוואלט אז ער זאל אראפקומען צו א גאנצע מיטינג פון אסאך רבנים ווי מ׳גייט אים אויספראקן...

אמת?

איך מיין אז ניימאן שרייבט עס אין זיין בריוו צו דער בעלזער דיין, און ער שרייבט אז זיי האבן אים געבעטן ער זאל קומען צו דריי רבנים נאר איבערשמועסן, און ער איז געגאנגען, און רח"ד כץ האט געשריגן און אים מבזה געווען און חוזק געמאכט פין זיין פשט אויף דרך עזות, וואס ער איז מקיל לעת הצורך אויף למעלה למטה, און געשריגען מיט עקסטאז אז דרך עזות מיינט ווייל ער איז אן עזות פנים צום אויבערשטען, א שיינע סאטמארע פשט.

יא, נאך די מעשה ווי מ׳האט אים פארשעמעט ברבים האט ער מסכים געוועהן זיך אראפצוזעצן מיט אלע פון די רבנים באזונדער. אבער קיינער האט נישט געהאלטן דערביי.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2020 1:43 pm
דורך שבת אחים
איש את רעהו האט געשריבן:ס'דא וואס האבן געלייגט א האנט אויף עטליכע רעקארדירונגען
מיר האט איינער אנגעצינדען א שיינע פאר מינוט, כ'שעם מיר אזעלכע זאכן צו רעדן ברבים, אבער ס'זיכער ווען נישט וואס דא האנדעלט זיך פון הל' צניעות וכו' וואלט פיל קלארער געווען די עסק, היות מען רעדט ניטאמאל ברמיזה פון די זאכן כאפן זיך ארויף די אויבער חכמים פון ק"ש אויף די רבנים, עס איז די האקעלע סיטואציע וואס לאזט נישט די זאך ארויף אויפן אויבערפלאך.

יא יא ווייל די אלע אנדערע קול קורא׳ס פון די זעלבע רבנים זענען דאך טאקע ״זייער קלאר״

מיאמי ביעטש, קומזיצן, שמאלע געפאסטע קליידער, שטרימפ, ביי האר, שייטלעך, האט קאפס, קעסיא, עירוב, טיים אוטס, שייגעץ בייק, נחום ראזענבערג וכו׳

ס׳הערשט ממש א קלארקייט אין די אלע זאכן אזש אז יעדער חדר יונגל פארשטייט עס מיט א קלארקייט...

#געלעכטער #טוה מיר א טובה

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2020 2:06 pm
דורך אישתישבי
שבת אחים האט געשריבן:

לול

דאס וואס ער זאגט אז עס איז צניעות און מען קען נישט רעדן, דאס אליין זענען זיי אראפ געגאנגען און געדרייט א קאפ די רבנים, און געזאגט אז זיי קענען נישט שפילען זיינע טעיפס ווייל עס איז אזוי געפערליך.

געפערליך איז צו זיין א יצחק שטערען. ער איז א געפערליכע מענטש, און א מיסט קאסטען פין שקר און דמיונות.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2020 9:21 am
דורך נחום הסופר
נאך אלע שמוסערייען דא, אהין און צוריק, אחרי ככלות הכל בלייבט א פאקט אז דער ר' שמואל ניימאן קו"ק האט געמאכט היסטאריע מיט פרעסטיזשפולע חותמים וואס מ'זעט נישט יעדן שני וחמישי אויף קו"ק'ס.

פאר מיר, וואס כ'וויל נאכנישט גענצליך פארלירן דעם טראסט אין רבנים, איז עס א שטארקע זאך, והדבר אומר דרשני, כאטש וואס מאידך גיסא זאגט מיר מיין הארץ אז דער דור דארף האבן אזעלכע ר' שמואל ניימאן'ס. וה' הטוב יעזרנו.

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2020 9:51 am
דורך moneyminded
נחום הסופר האט געשריבן:נאך אלע שמוסערייען דא, אהין און צוריק, אחרי ככלות הכל בלייבט א פאקט אז דער ר' שמואל ניימאן קו"ק האט געמאכט היסטאריע מיט פרעסטיזשפולע חותמים וואס מ'זעט נישט יעדן שני וחמישי אויף קו"ק'ס.

פאר מיר, וואס כ'וויל נאכנישט גענצליך פארלירן דעם טראסט אין רבנים, איז עס א שטארקע זאך, והדבר אומר דרשני, כאטש וואס מאידך גיסא זאגט מיר מיין הארץ אז דער דור דארף האבן אזעלכע ר' שמואל ניימאן'ס. וה' הטוב יעזרנו.
למשל וועלכע רבנים ?
איך למשל אלס סאטמארער איז עס א חוכא וטלולה עס איז נישדא קיין איין באמבע אינטערשריפט און דאס ווייזט אז רבנים האבן זיך נישט געלאזט און נישט אינטערגעשריבן

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2020 10:52 am
דורך הקטן
איך מיין אז דער דארך שניטלעכער מענטש זעט נישט דער וועלט, אינקלאדינג רבנים, מיט שווארץ אדער ווייסע קאליר
ער האט נישט קיין בלינדע טראסט און אויך פאלירט ער נישט קיין טראסט, ער ווייסט וואו איין וואו אויס, און נעמט א יעדער זאך סיי וואו מיט א גרען-אף-סאלט

שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2020 11:16 am
דורך טראכטכמוני
moneyminded האט געשריבן:
נחום הסופר האט געשריבן:נאך אלע שמוסערייען דא, אהין און צוריק, אחרי ככלות הכל בלייבט א פאקט אז דער ר' שמואל ניימאן קו"ק האט געמאכט היסטאריע מיט פרעסטיזשפולע חותמים וואס מ'זעט נישט יעדן שני וחמישי אויף קו"ק'ס.

פאר מיר, וואס כ'וויל נאכנישט גענצליך פארלירן דעם טראסט אין רבנים, איז עס א שטארקע זאך, והדבר אומר דרשני, כאטש וואס מאידך גיסא זאגט מיר מיין הארץ אז דער דור דארף האבן אזעלכע ר' שמואל ניימאן'ס. וה' הטוב יעזרנו.
למשל וועלכע רבנים ?
איך למשל אלס סאטמארער איז עס א חוכא וטלולה עס איז נישדא קיין איין באמבע אינטערשריפט און דאס ווייזט אז רבנים האבן זיך נישט געלאזט און נישט אינטערגעשריבן

סארי, ״אלס סאטמארער״ איז לכאו׳ נישט שייך ביי דיר קיין איין ׳באמבע׳ אינטערשריפט ווייל אלע דיינע דיינים זענען פון די וואס זענען דא קאראקטעזירט אלס די וואס זענען סובסקרייבט צו די קול קורא׳ס.