בלאט 16 פון 37
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:09 pm
דורך איך אויך
וואסי שלעכט מיט דעם באריכט?
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:14 pm
דורך שמעקעדיג
גארנישט שלעכט. עס האט מיר נאר געקאסט א לאך ווען דער בלאט בארימט זיך אז זיי האבן אונטערגענומען א אויספארשונג.
אויך מיר איינער צום טיש.
האלא, איז דאס די טשעיס סופערווייזאר?
יעס, האו קען איי העלפ יו?
ווי אר קאלינג פראם די בלאט, ווי וואנט טו מעיק ען אינוועסטיגעישאן אבאוט יור ריסענט פאליסיס!
איימסארי, האו איז דיס עגעין? איי בעליוו איי נעווער היערד יור נעים ביפאר!
דיס איז "דער בלאט" , די שאופער פראם יהאדוט האחארעידיט...
וואס מיינט איר? ער האט גערעדט ווייטער? אדער אראפגעהאקט דעם פאון?
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:18 pm
דורך איך אויך
דארפסט פארשטיין 'ספעציעלע באריכט' מיינט מיר האבען עס אליינס מחבר געווען לאפוקי אלעס וואס מיר זענען מעתיק פון דעם אינטערנאט און פון AP אדער דער חדר אינגל וואס שרייבט די בריוון.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 1:57 pm
דורך עס עפעס
שמעקי ביזטאך אזוי זיס און אפגעפליקט.
קלוגער יונגאטש וואס דו ביזט; פארשטייער צו זשורנאליזם און פיאנער פון מיינונגען קעגן דער בלאט.
כ'האב קיין ווערטער אין מויל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 2:17 pm
דורך [NAMELESS]
העי, עס עפעס, טרונק עפעס, בארוהיג זיך, שרייב ציוויליזירט, שמעקעדיג שרייבט אייביג איידל און עס קומט אים א יחס של כבוד.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 2:21 pm
דורך קאווע טרינקער
עס עפעס האט געשריבן:כ'האב קיין ווערטער אין מויל.
אוודאי אזוי, מ'טאר דאך נישט רעדן בשעת'ן עסן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 2:33 pm
דורך sefish
עס עפעס האט געשריבן:שמעקי ביזטאך אזוי זיס און אפגעפליקט.
קלוגער יונגאטש וואס דו ביזט; פארשטייער צו זשורנאליזם און פיאנער פון מיינונגען קעגן דער בלאט.
כ'האב קיין ווערטער אין מויל.
צי קאמענטירן קעגן א דזשורנאל וואס פארשטייט 0 צי דזשורנאליזם דארף מען נישט אליינס זיין א פארשטייער צי דזשורנאליזם. און פון דיינע שיינע שפראך און אויפיראכטס קוקסטו מיר אויס ווי א בלאט איינגעשטלעטער, פיל איך מיט מיט דיר
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 2:40 pm
דורך פאריז
איך פארשטיי אויך נישט שמעקעדיג'ס תגובה קעגען די בלאט, דער בלאט האט בכלל נישט ראנג געשריבען, מעגליך אז זיי האבן ציגענימען א סקופ פון איינעם אנדערש און דאס באדערט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 2:42 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב שוין געשריבן אויבן אז ס'איז גארנישט שלעכט. עס באדערט בכלל נישט. ס'איז נאר פשוט פאני פאר מיר. אויב איינער פארשטייט נישט, מוז ער נישט לאכן. איך צווינג נישט קיינעם.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 2:57 pm
דורך גאנצל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן אויבן אז ס'איז גארנישט שלעכט. עס באדערט בכלל נישט. ס'איז נאר פשוט פאני פאר מיר. אויב איינער פארשטייט נישט, מוז ער נישט לאכן. איך צווינג נישט קיינעם.
איך מיין אז די גאנצע בלאט איז נאר "ספעציעל צו דער בלאט" קויפער......
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 3:03 pm
דורך שעפטל
שמעקעדיג האט געשריבן:נישטא ווער ס'זאל לאכן
ח"ו ושלום נישט צו פארענטפערן דער בלאט, אבער זיי זענען געווען די וואס האבן עס סאום האו געבראכן נאך פאר יעדער האט גערעדט דערפון, און פון דארט פליעט עס יעצט ארום
האט טאקע טשעיס אפגעשפארט דער בלאט'ס אקאונט די ערשטע?
-
[tag]שמעקעדיג[/tag] איך לאך נאך אלס פון דעם קאל וואס דו האסט ארויסדערווישט, איי געס "יור קאל מעי בי מאנערטערט אור ריקארדעד" איז אמת...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 5:47 pm
דורך דעת תורה
מאניטערד.
עס עפעס מאכט נישט קיין סוד אז ער ארבעט אין בלאט אפיס.
היינט האב איך באקומען א מעסעזש אז הענדל ברייער באריכט איבער דעם. קען זיין ער האט עס גענומען פון דער בלאט.
און איך זעה נישט פארוואס דער בלאט זאל נישט קענען אויספארשן די זאך, און שרייבן אן ארטיקל דערוועגן. עס עפעס, איך גראטוליר דער בלאט פאר די ארבעט. לאמיר האפן מען וועט באיזה אופן באווייזן צו אפשטעלן די זאך.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 11:32 pm
דורך כתר מלכות
אין דער בלאט אינעם אוצר אפטיילונג פ' לך איז געווען א באשרייבונג פון הרה"ק מרוזין זי"ע, בתוך הדברים האבען זיי אראפגעברענגט אז דער רוזינער זאל האבען געזאגט דעם לעצטן פסח ביים סדר :
פאר משיח וועט קומען וועלן די פעלקער אזוי פיינט האבען די אידען ביז זיי וועלן זיי פארטרייבן פון זייערע לענדער און זיי געבן ארץ ישראל און דאס וועט זיין א אתחלתא דגאולה, און כאטש וואס דאס וועט זיין באופן בזיון, אבער זאל דאס שוין זיין.
איך פארשטיי אז די אלע אגודה'סטישע פארטייען באניצען זיך מיט דעם להעמיד דבריהם, און לכאורה די קנאי'שע לאגער לייקנט דאס (נוסח קאווע שטיבל), דערפאר איז מיר זייער אינטערסאנט אז א סאטמאר'ע צייטונג זאך דאס נאך ברענגן.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:17 pm
דורך מ. גליקמאן
אופס..
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 19, 2013 8:40 pm
דורך I'm back
עס זענען דא וואס טענה'ן אז אין די היינטיגע אינטערנעט עפאכע, האבן די צייטונגען (עכ'פ די היימישע) פארלוירן זייערע חשיבות ביים עולם.
עס ווערט אבער אויפגעוויזן אז דאס איז נישט אמת! איך בין יעצט דורכגעגאנגען די טשעיס בענק אויף די 13'טע עוועניא, און יעצט, א שעה נאכן זמן, זענען שוין דא ריזיגע לאנגע ליניעס וואס שלענגלען זיך ביז עטליכע גאסן. מען קען זען ווי יעדער איינער האלט א 'בלאט' אונטערן ארעם, און מען ווארט שוין אויף מארגן צופרי, ווען די בענק וועלן זיך עפענען.
פרטים יבואו...
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 19, 2013 8:56 pm
דורך דעת תורה
דער בלאט האט די וואך אריין געלייגט א בריוו ווי איינער רעדט זיך אפ אז זייער קאווערעזש איבער הרב יוסף איז געווען בנימא של זלזול. זיי ענטפערן אז ס'איז נישט אמת, זיי האבן פשוט פארציילט די פאקטן כמות שהוא.
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 1:11 pm
דורך עס עפעס
הער "דעת תורה, דיסקלעימער: איך ארבעט נישט פאר'ן בלאט, נאר איך בין פשוט פארעקלט פונעם נייעם מהלך אין חכמה היינט צוטאגס.
אמאל צו זיין א מיינונג זאגער און ווארפן קלוגשאפט, האט מען אייגענטליך געדארפט האבן אייגענע חכמה; היינט צוטאגס דארף מען שוין נישט זיין קלוג, נאר גענוג אז מען קען אטאקירן יענעם אז ער איז נישט קלוג.
לענינינו, ס'איז געווארן א וועלט אז מ'וועט אטאקירן דעם בלאט אפגעזען ווי ווייט זיי וועלן פרובירן צוצושטעלן שענערס און בעסערס (איך זאג נישט אז זיי טוען דאס, אבער ווער עס זאגט נאר א קאמפלימענט אויף סיי וואס אינעם בלאט, ווערט זאפארט פארשריגן אלס אן ארוני אדער בלאט איינגעשטעלטער) און ווען ס'קומט צו אזא זאך אז זיי זענען פאקטיש די ערשטע וואס דעקן אזא עפידעמיע ווי דער טשעיס מעשה, מעג מען הייבן א האנט און אפלאדירן, און נישט אפשפעטן אויף א קינדישן פארנעם איבער די ווערטער "אויספארשונג" און "ספעציעל צום בלאט".
דעטס אלל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 1:30 pm
דורך שמעקעדיג
[tag]עס עפעס[/tag], דו דארפסט ברענגען פרוף צו דיינע ווערטער.
בראשית יארן פון "דער בלאט" איז עס געווען גאר א געשמאקער צייטונג, איך האב זיך באלעקט יעדע וואך דערמיט, און איך האב עס געהערט פון אסאך אנדערע אויך. נישט נאר דאס, נאר איך גיב זיי דעם פולן קרעדיט פארן צווינגען דעם דאן-שאנדפולן צייטונג "דער איד" צו ווערן אביסל מער מענטשליך און צוגענגליך. איך וואלט געקענט מאכן א אשכול ווי איינזייטיג, נידריג און נאריש דער איד איז געווען בימים ההם, זייענדיג דער 'אויסשליסליכער דאמינירענדער שופר פון יהדות החרדית'. איך האב גראדע געשמועסט מיט עטליכע איינגעשטעלטע פון "דער בלאט" בימים ההם, בפרט ווען זיי האבן געשטאכן דעם איד, צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן. כ'געדענק נאך דעם זיסן איד רח"מ ווייס, ווי ער פלעגט פליקן שטיקער פון דער איד, הגם אסאך ארטיקלען זענען געווען צו שטעכעדיג, אבער לעומת זה האט דער איד אויך געשטאכן, און ביידע זענען דאך פונעם זעלבן טייג און לאגער. איך אליינס פלעג שרייבן בריוון אין דער איד אז זיי זאלן אויפהערן זיין אזעלכע סנאבס... זעלבסטפארשטענדליך אז מיינע בריוו זענען קיינמאל נישט געדריקט געווארן.
איך האב אויך קלאר געשריבן אז דער בלאט אז אמאל געווען גוט, אין אסאך תגובות,
ווי צב"ש דא. איך האב אויך געגעבן קרעדיט פאר דער בלאט עטליכע מאל אויף די שפאלטן פון ק"ש פאר זייער מערכה אויף ביליגע חתונות.
עס איז אבער ממש א הארצווייטאג ווי נידריג דער בלאט האט זיך דערקייקלט, כידוע לכל, אז זיי האבן פארלוירן אזויפיל גוטע שרייבער. אפגעזעהן פון פשוט'ע ספעלינג מיסטעיקס וואס שרייעט ארויס יעדע וואך, איז דער תוכן זייער נידריג, ווי שוין אויסגעשמועסט אסאך מאל דא אויף ק"ש. און איך אליין האב שוין כמ"פ דא אין שטיבל ארויסגעשריבן קלאר אז להבדיל דער חלק "אוצר" פון דער בלאט איז מלא וגדוש מיט גוטע ארטיקלען, מיט תוכנ'פולע אינהאלט, און קיינער שרייעט נישט אז איך בין א אהרוני (נישט אז איך בין נישט... כ'האב גארנישט אקעגן אים, און קיינמאל נישט געשריבן א ווארט אקעגן אים, אויב עפעס נאר פארקערט). איך פרוביר פשוט צו זעהן די מציאות ווי אזוי עס איז, און ווען דער בלאט שרייבט פאני זאכן בין איך (און אנדערע) מעתיק אז דער עולם זאל דא הנאה האבן און האבן א גוטן לאך, און איך טוה די זעלבע ווען 'דער איד' טוט דאס (אבוויעסלי, איך לייען ביידע). אבל מה אעשה אז דער בלאט מאכט אפטער די סארט טעותים און מאדנע שטיק?
ממילא ווען 'דער בלאט' שרייבט אז זיי האבן אונטערגענומען א 'אויספארשונג', און סך הכל באשטייט דער אויספארשונג פון רעדן צו עטליכע גמ"ח'ן, איז מיר געקומען אויסצופלאצן, און איך האב עס ארויפגעשטעלט, און פון די לייקס וואס כ'האב באקומען פאר די מ'כלומר'שטע א.ג. 'אויספארשונג' קענסטו זעהן אז דער עולם האט זיך פיין אונטערגעהאלטן, און דיין אויסברוך פלוצלינג מיט אלע קללות אויף מיר איז בכלל נישט געווען אין פלאץ. אז דו האסט א טענה, פארוואס נישט פרובירן אויסצושמועסן קודם מיט גוטן? איך בין גרייט צו הערן און צופרידנשטעלן וועם אימער איך קען. און אויב די מאדנע העתקות זענען דיר גורם צער, וועל איך דיר איבערבעטן על העבר און מער נישט מעתיק זיין מהיום והלאה, און מיר קענען בלייבן גוטע פריינט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 1:44 pm
דורך דעת תורה
נאך אלס האלט איך אז די קאמענט איבער דער בלאט'ס אויספארשונג איז נישט געווען אין פלאץ, און עס עפעס האט א פוינט אז כהיום שעמט מען זיך צו זאגן א גוט ווארט אויף דער בלאט. (עס איז דא א סיבה דערפאר כמובן).
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 1:58 pm
דורך שמעקעדיג
דעת, דו רעדסט צו מיר?
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 1:59 pm
דורך עס עפעס
שמעקעדיג, זאגסט עטליכע שטארקע נקודות, אבער הער וואס דעת תורה זאגט. דאס איז דער באלאנס איי געס: דער בלאט איז מיסט קעגן וואס ס'איז אמאל געווען, אבער דאס באדייט נישט אז אפילו ווען זיי טוען יא עפעס גוט דארף מען זיי בארעדן
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 9:23 pm
דורך berlbalaguleh
עס עפעס האט געשריבן:הער "דעת תורה, דיסקלעימער: איך ארבעט נישט פאר'ן בלאט, נאר איך בין פשוט פארעקלט פונעם נייעם מהלך אין חכמה היינט צוטאגס.
אמאל צו זיין א מיינונג זאגער און ווארפן קלוגשאפט, האט מען אייגענטליך געדארפט האבן אייגענע חכמה; היינט צוטאגס דארף מען שוין נישט זיין קלוג, נאר גענוג אז מען קען אטאקירן יענעם אז ער איז נישט קלוג.
לענינינו, ס'איז געווארן א וועלט אז מ'וועט אטאקירן דעם בלאט אפגעזען ווי ווייט זיי וועלן פרובירן צוצושטעלן שענערס און בעסערס (איך זאג נישט אז זיי טוען דאס, אבער ווער עס זאגט נאר א קאמפלימענט אויף סיי וואס אינעם בלאט, ווערט זאפארט פארשריגן אלס אן ארוני אדער בלאט איינגעשטעלטער) און ווען ס'קומט צו אזא זאך אז זיי זענען פאקטיש די ערשטע וואס דעקן אזא עפידעמיע ווי דער טשעיס מעשה, מעג מען הייבן א האנט און אפלאדירן, און נישט אפשפעטן אויף א קינדישן פארנעם איבער די ווערטער "אויספארשונג" און "ספעציעל צום בלאט".
דעטס אלל.
און דאס זעלבע איז לגבי דעם (אלטן) איד. ער פלעיגט ברענגען נייעס אין "א ספעצעלן באריכט צום איד". איז דאס געוועין אדער געקאפיעט (ס'נאכנישט געוועין דער מושג פון "קאפי ענד פעיסט") פון א ניו יארק טיימס פון צוויי וואכן פריער אדער נייעס געהערט אין מקוה..
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 9:59 pm
דורך כתר מלכות
די ערשטע בריוו די וואך אינעם פענע צום בלאט ליינט זיך בערך אזוי: איך בין נישט קיין סאטמארער און ס'אינטערסירט מיר נישט וואס מען פארקויפט אין די וויליאמסבורגע געשעפטן, דאך איז מיר אינטערסאנט אז מען האט פארקויפט די אלע מאגאזינען וואס האבען געדעקט הגאון חכם עובדי' זצ"ל און עס איז דורך אן קיין מחאהב. אמאל האט אזאנס נישט געקענט געשען.
עד כאן בערך איז דאס בריוו. ווייסט איינער וואס דאס באדייט?