נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 5:17 pm
איך האב געקלערט אז מ׳קען דערויף נאך מער זאגן דעם (שבת נה.) חותמו של הקב״ה אמת. והיינו, עפ״י טאַרסקי׳ס אָנדעפיינעבּיליטי טעארעם אין מאטעמאטיקס וועלכע איז געבויט אויף גאָדעל׳ס אינקאמפּליטנעס טעארעמס. דאס לויטעט (אין קורצן) אז מ׳קען נישט דעפינירן א מאטעמאטישע ״אמת״ (און סעמענטיקס) בתוך דעם סיסטעם און ״שפראך״ פון מאטעמאטיקס (און א סיסטעם) גופיה. וואס סתם אזוי איז דאס יא שייך צו טוהן, און טאקע מיט די געדאנק פון פארוואנדלען זאצן, ואפילו וואו זיי באציהען זיך צו זיך אליינס, אין צו (אנדערע) נומערן, וואס ווערן גערופן גאָדעל נומערן, וואס גאָדעל האט טאקע גענוצט אויף אויפצוווייזן זיינע אינקאמפּליטנעס טעארעמס.מי אני האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:52 pm וכעין גאָדעל'ס טעארעמס אין לאגיק, וואו אַן אייגענע סיסטעם קען נישט אליינס האבן בתוכה פון וואס מ'זאל קענען אויפווייזן אלעס בתוכה. און דאס וואס מ'וועט כסדר מוזן ארויסגיין אינדרויסן פונעם סיסטעם וואס מ'מאכט, בב"ת, אט דאס איז וואס מ'טערמינט "ג-ט". ועיין בדברי פּערי מאַרשאל. ואגב, דא שרייבט דר. וויליאם לעין קרעיג איבער די השלכות דאס האט פאר ידיעת הקב"ה (אין א פּאזיטיווע סענס), וואו ער רירט אָן אויף די שאלה אין די פילאזאפיע פון מאטעמאטיקס.
ועפי״ז קען מען זאגן דאס זעלבע לגבי ״ג-ט״: צו מגדיר זיין דעם (ירמיה י י) וה׳ אלקים ״אמת״, מוז מען גיין להגדירה אינדרויסן פון דעם שפראך סיסטעם וואס מ׳האט. וואס דאס על הכלל פעהלט ווייטער אויס ארויסצוגיין, וכן הלאה בב״ת. און דאס איז די געדאנק פון ״אמיתת" דאס מציאות (בלשון מושאל וויבאלד עס איז דאך טאקע אין שפראך) פון "ג-ט״.
***
לכאורה גייט טאקע דאס וואס ניטשע האט געזאגט לגבי ״ג-ט״, צוזאמען מיט דאס וואס דר. סטיפען האָקינג האט געזאגט נאך ברייטער אז ״פילאזאפיע איז טויט״. דאס איז זייענדיג אז מ׳האט שוין א סייענטיפישע וועלט-אויסקוק אויף די יקום וועלכע איז די אָבּיעקטיווע וועג פון מעסטן דאס רעאליטעט און אמת, ווי איידער פילאזאפיע, וממילא איז דאס ללא צורך. כמובן, קען מען זיך דינגען דערויף, און ווי מ׳זעהט איז דאך די פאזיציע אליינס א פילאזאפישע!
ועיין כאן איבער העמפּעל'ס דילעמא.