טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5133 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ראשעקאל »

מאשקאוויטש פון אייוועלט ברענגט נייע אפדעיט׳ס

האב איך נעכטן ווידער אנגעטראפן מיין'ס א באקאנטע וועלכע איז איינע פון די הויפט עסקנים צום כינוס, און כ'האב אים פארגעלייגט עטליכע פראגן אויף וועלכע כ'האב באקומען קלארע תשובות, און כ'קען באשטיין אז אנדערע זאל'ן אויך הערן, (כאטש א טייל דערפון זענען שוין געשריבן געווארן דא איז עס געווען געשמאק צו הערן ממקור ראשון).

רעדנער'ס: הרב אפרים וואקסמאן גייט זיין דער יו"ר. דער רעדנער פון די קנאי'שע עולם גייט זיין דער דזשיבוי'ער רב פון מאנטריאל. און דער רעדנער פון די אגודה'סטישע קרייזן גייט זיין הרב דוד אלעווסקי פון גור-ב"פ. פון די ליטווישע חדר האט ער מיר נאכנישט געקענט זאגן קלאר, אבער נישט ישכר פראונד, און אוודאי נישט פסח קראון, ווייל אין די פרומע לעיקוואד זענען די שטודירטע אפגעפרעגט.
די רעדנער וועלן שטיין אויף א באזונדערע פלאטפארמע אינמיטן, וועלכע דרייט זיך ארום און ארום אויף א שטייטע אופן...

אויבן אהן: עס גייט זיין צוויי שיפע אויבן אהן'ס פון עטליכע שטאק, אזוי וועט אויסקומען אז עס איז נישטא קיין צענטער (כזה \/) און עס וועלן זיצן אויסגעמישט חסידישע מיט ליטווישע, פארשטייט זיך מיט א פונקטליכע פלאן פון ווער נעבן וועם, נישט גורם צו זיין קיין עגמ"נ פאר קיינעם. און די גבאים וועלן אלע זיצן אויף באשטימטע פלעצער אונטער זייערע רבי'ס.

פילטער'ס: ער האט מיר קלאר געשטעלט אז זיי גייען נישט רעקאמענדירן קיין שום ספעציפישע פילטער, זיי גייען בלויז פארפירן אז מ'קען היינט האבן גוטע פילטער'ס אויף יעדע כלי וואס עס איז דא, און זיי גייען בעיקר -לויט ווי כ'האב פארשטאנען- אויסשמועסן די אפציעס און וויכטיגקייט פון נעמען פילטער'ס אויף די טעכנעלאגישע אפאראטן.

סאטמאר: ער האט נישט צופיל געוואלט רעדן דערוועגן אבער ער האט מיר געגעבן קורצע תשובות. לגבי סאטמאר מהר"א איז דערווייל געבליבן אז עס גייט קומען תשובה אין די נאנטע טעג, [ביי די אסיפה איז גארנישט געבליבן].

לגבי סאטמאר מהרז"ל האט ער מיר געזאגט אז נאכ'ן אסיפה איז געבליבן אז ער גייט יא געהעריג ארויסקומען לטובת די אסיפה, הוא ובית דינו. וואס עס מיינט געהעריג, לאז איך פאר אנדערע מחליט צו זיין, אבער דאס האט ער מיר געזאגט.
(ער האט מיר דערציילט אז ביי די אסיפה בבית מהרז"ל ווען מ'האט דיסקוקסירט די ענין פון ענגליש רעדן האט איינער נאכגעזאגט פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אז כל מי שעמדו רגליו על הר סיני איז מחוייב צו גיין, און ווען מ'האט אים געפרעגט איבער די ענגליש האט ער געזאגט אז ס'איז טאקע א פראבלעם אבער יעצט איז א גזירת שמד און מ'דארף ע"פ הלכה פארקוקן אויף אלעס, און דאס האט באוואויגן מהרז"ל יא ארויסצוקומען.)

חב"ד: זייער נישט קומען האט גארנישט מיט קיין ליטווישע פארלאנגען, עס איז צוליב צויי סיבות, איינ'ס, ביי זיי איז נישט אינטערנעט די אידישקייט פראבלעם פונעם דור. צוויי, אפילו מ'האט יא געוואלט עפעס טון דארט איז אבער נישט געווען קיין געהעריגע פירערשאפט מייט וועם צו רעדן. דערפאר איז נישטא קיין אפציעלע אדרעסירונג פון זיי, אבער ער זאגט אז אסאך גרויסע ליובאוויטשע פלאנען מיטצוגיין, עס איז נישטא דארט קיין שום התנגדות דערצו.

לסיכום הענין, וויל איך קלאר מאכן אז כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די פרטים, כ'זאג וואס כהאב געהערט, און יעדער קען דרייען דערמיט.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

אורח האט געשריבן:
אויס וועלט האט געשריבן:עס קומט יעצט אן דו נייעס אז כ"ק מרן מ'סאטמאר וועט מארגן אונטערשרייבען אז יעדע איד איז מחויב צו אטיילנעמען אין די כינוס כלל ישראל

נישט אמת,

אבער א כתב המלצה אונטערשרייבן איז יא אמת?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4325 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יואליש »

ראשעקאל האט געשריבן:די קונטרס וואס יאנקעל ברענגט דא איז א שוידער. די מענטשן וואס שרייבן דאס זענען ערשט קלאסישע שחצנים פון ערגסטן סארט. אומגלויבליך ווי זיי זענען ביזי מיט ״אונז״ - ווי הייליג ״מיר״ זענען. און קענען חלילה נישט זיצן מיט ״געשניטענע בערד״...


ס'איז גרינג צו מאכן לצנות פון "געשניטענע בערד." אבער וואס זאגסטו צו דעם פראבלעם פון זיצן נעבן "בלויע העמעדער"? אויך א וויץ? כ'מיין אלעס איז שוין היינט א וויץ? איז שוין טאקע נישט דא קיינער וואס פארכט זיך פון בלויע העמעדער? לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז בלויע העמעדער איז פיל ארגער פון אינטערנעט! פאר בלויע העמעדער העלפט ניטאמאל קיין פילטער. זיי דרייען זיך אין די צענטער פון אונזערע היימיש'סטע גאסן אן גיין בושות!
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2999 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ידען »

יואליש ביסטעך אזוי גערעכט.

סעדאך ממש א מכת מדינה. וואס טוהט מען טאקע מיט דעם אריינגעכאפטע פראבלעם?

נאכמער, פריער האבעך אריינגעבאמפט אין אזא בלויע העמעד וואס זאגט מיר אן בושה אז ער פלאנט געהעריג צצו גיין צו די כינוס כלל ישראל!

נישט מער און ניט ווייניגער.

ווי ווייט מע האלט שוין! אוי לאזנים.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יאנקל »

יואליש,
און ערשט באמערק איך יעצט אז דער הינטערגרונד פון "קאווע שטיבל" איז בלוי... אוי לאזניים שכך רואות.

לצנות אין א זייט - איך וויל זיך אפשטעלן אויף דער טענה אין דעם קונטרס אז "רביה"ק" וואלט נישט געגאנגען צו אזא אסיפה.
א) ווען קהילת סאטמאר וואלט געטראגן דעם פנים וואס רביה"ק/בעל דברי יואל/בעל ויואל משה/סאקמיר רב וואלט געוואלט, וואלט אפשר טאקע געווען אזא טענה. אבער האט האדמו"ר מסאטמאר אין ווילדסטן חלום געטראכט אז סאטמאר וועט טראגן דעם פנים וואס זי טראגט היינט? אז צוויי חוטרי מגזע הקודש וועלן זיצן אין געריכט און באשמירן די אלגעמיינע טאבלאידן מיט זייערע ראביסטעווע מלחמות תמידין כסדרן? אז מ'זאל פארשרייען אין די גאסן די מענטשן וועלכע טוען עפעס וואס ער האט מעגליך נישט געהאלטן דערפון? אז צוויי שמוציגע צייטונגען וועלן זיך וואך-איין-וואך-אויס רייסן ביי די קעפ? אז ריזיגע פראצענטן פון דער קהילה וועלן זיצן אין כוללים און זייער לכתחילה'דיגע פרנסה וועט זיין צו בא'גנב'ענען די רעגירונג? מען האט דאך שוין אפגעטרויטן פון דעם בעל דברי יואל'ס דרך אין טויזנט אנדערע אופנים ווען עס איז געווען נוגע אני ואפסי, טא, וואס מאכט מען יעצט אן עסק ווען עס האנדלט זיך מיט א שעת השמד און מ'פרובירט צוזאמענצונעמען דעם יהדות החרדית?
ב) די בעלי הקונטרס קענען זיך נישט אויס'משל'ן האדמו"ר מסאטמאר ווי ער זאל זיך באטייליגן ביי אזא אסיפה. ווען האדמו"ר מסאטמאר האט מחליט געווען צו גרינדן א מיידל-שולע האט ער געטראכט צי ער קען זיך אויס'משל'ען דעם בעל דברי חיים מצאנז פירן א מיידל-שולע? האט ער געטראכט צי זיינע אור-עלטערן וואלטן געשיקט זייערע קינדער אין מיידל-שולעס? און נאך מער, אפילו אויב מיר זאלן אננעמען אז דער סאטמארער רב וואלט נישט געגאנגען צו אזא אסיפה, איז דאך דא א סיבה אז ער איז נפטר געווארן שוין א צירקע 33 יאר צוריק. איך בין זיכער אז די קונטרס-שרייבער גלייבן אין השגחה, טא פארוואס קענען זיי נישט פארשטיין אז דער סאטמארער רב'ס טעיסט איז אפשר גוט געווען צו בויען אידישקייט אין דער תקופה ווען ער האט געלעבט, און דער אויבערשטער האט זיכער געמאכט אז אין דער תקופה וואס זיין טעיסט וועט נאר גורם זיין הירוס הדת זאל ער שוין זיין בעלמא דקשוט?
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שרייבער »

איך פארשטיי באמת נישט וואס עטץ רייסט אזוי אראפ דעם סאטמארן ציבור מיט זייערע מנהיגים

האט דען סאטמאר אראפגעריסן יעצט א אנדערע קהלה פארן יא זיך משתתף זיין? דא שטעלט זיך ארויס די געוואלדיגע מדות פון סאטמאר... :lol: אפילו געווענליך ווען זיי האלטן נישט פון עפעס מאכן זיי זיכער אז יענער זאל עס אויך נישט טון, דא לאזן זיי יענעם טון נאר זיי אליין זענען זיך נישט משתתף, נו וואס שטערט אייך אז זיי קומען נישט

זאת ועוד אז דא איז פריער ארויסגעברענגט געווארן אז סאטמאר איז פון די סאמע נידריגסטע פון כלל ישראל, נישטא נאך א קהלה וואס האט אויף זייערע הענט אזויפיל עבירות ווי שפיכות דמים מחלוקת ערכאות שנאת ארץ ישראל השפלת גדולי ישראל, ויש אומרים אף עבודה זרה, ויש אומרים אף חמץ בפסח, ויש אומרים אף מכירת נו"ט, נו מיט אזעלכע ווילט איר זיך משתתף זיין, דאנקט דעם באשעפער אז זיי ווילן נישט קומען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שרייבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יאנקל »

הרב שרייבער,
איר פרובירט איבערצוטרייבן מיינע ווערטער, און נאכדעם איז גרינג אוועקצומאכן אן ענטפערן מיט לאגיק. איך האב נישט גערעדט פון סאטמאר בכלליות, נאר דירעקט פון די שרייבער פון דעם קונטרס.
ח״ו צו זאגן אז סאטמאר איז די סאמע נידריגסטע קהילה פון כלל ישראל - זי איז נישט אנדערש פון טויזנטער אנדערע קהילות, מיט אירע מעלות און חסרונות. אבער עס איז אוודאי נישט דא קיין מקום אנצוצייגן אויף פראבלעמען אין אנדערע קהילות און נאכדעם טראציג דערקלערן אז ״סאטמאר איז דער סימבאל פון ערליכער אידישקייט״, איגנארירנדיג די אייגענע ערנסטע פראבלעמען וועלכע רירן פונקט אזוי צו צו די יסודות און גייסט פון אידישקייט.
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ציוני »

כל זמן מיר שלאגן זיך דא צו סאטמאר איז יא אדער נישט,
זענען זיי גערעכט,
וחוץ מזה א גרויס חלק יהדות החרדית זענען (ליידער) סאטמאר'ער חסידים
יהודי לו "ציוני"
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שרייבער »

ס'איז דא א ווערטל: בלוט זאל זיך גיסן אבער שלום זאל זיין, כלומר איך האב א פרינציפ פון שלום און פאר דעם פרינציפ זאל זיך די וועלט איבערקערן

לענינינו, יעדער האט זיך זיינע פרינציפן, ס'איז דא אמאל (נישט אז ס'איז גערעכט איך רעד אבער פון א מציאות) וואס מען פארקוקט אפילו אויף דאורייתא'ס פאר די פרינציפן

ס'איז דא אזעלכע וואס וועלן גיין אין ערכאות ווייל זיי האלטן אז דער צד שכנגד איז וכו' וכו'

ס'איז דא אזעלכע וואס קענען מבזה זיין גדולי ישראל אין די גאסן ווייל זיי האלטן אז יענער איז וכו' וכו'

ס'איז דא אזעלכע וואס וועלן טרינקען יענעם'ס בלוט ווייל ער באלאנגט אהין און יענע צד איז דאך ממש סט"א

ס'איז דא אזעלכע וואס וועלן מלבין זיין פני חבירו וועגן מען האט פארפעלט א ווארט אינעם נוסח התפלה וואס יענער האט נישט אנגענומען

כהנה וכהנה

יעצט סאטמאר האט איינע פון אירע גרויסע פרינציפן דער ענין פון התבדלות, איך זאל זאגן אז דאס איז דוחה כל הל"ת שבתורה?, מי אנכי לומר כן, אבער וואס איך האב ארויסגעברענגט איז, פריי דיך אז זייער רעאקציע איז נאר בשב ואל תעשה און נישט בקום ועשה, וד"ל
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך John Doe »

שרייבער האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט וואס עטץ רייסט אזוי אראפ דעם סאטמארן ציבור מיט זייערע מנהיגים

האט דען סאטמאר אראפגעריסן יעצט א אנדערע קהלה פארן יא זיך משתתף זיין? דא שטעלט זיך ארויס די געוואלדיגע מדות פון סאטמאר... אפילו געווענליך ווען זיי האלטן נישט פון עפעס מאכן זיי זיכער אז יענער זאל עס אויך נישט טון, דא לאזן זיי יענעם טון נאר זיי אליין זענען זיך נישט משתתף, נו וואס שטערט אייך אז זיי קומען נישט

זאת ועוד אז דא איז פריער ארויסגעברענגט געווארן אז סאטמאר איז פון די סאמע נידריגסטע פון כלל ישראל, נישטא נאך א קהלה וואס האט אויף זייערע הענט אזויפיל עבירות ווי שפיכות דמים מחלוקת ערכאות שנאת ארץ ישראל השפלת גדולי ישראל, ויש אומרים אף עבודה זרה, ויש אומרים אף חמץ בפסח, ויש אומרים אף מכירת נו"ט, נו מיט אזעלכע ווילט איר זיך משתתף זיין, דאנקט דעם באשעפער אז זיי ווילן נישט קומען



קאמענטארן זענען איבריג
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

איר פארשטייט נישט, בלויער העמדער איז נישט קיין פראבלעם, נאר אז אזא בלויע העמד וועט זיצן נעבן א ווייסע העמד איז דאך דא א פארטיגע איזראעלי פאן! ועל דא וודאי קא מיסתפינא
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שרייבער »

NewsLG@
BREAKING: Meetings taking place in Lakewood now on how to go on with the #KinusKlalYisrael , With the possibility of it being canceled.


קען עס איינער באשטעטיגן
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

איני מאמין... נאך אזויפיל אינוועסטירן דערין גלייב איך נישט
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך gehlungen »

Wow this looks very stupid. So much time so much $$$$$$$ ahles le eebid :דיסלייק:
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ברוין »

לדעתי איז פארהאנען דא איין פראבלעם. איך לייג אלע פאליטישע סיבות אין די זייט פאר א מינוט

די סאטמערע רבנים זענען מיסאינפארמירט וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב זייער קהילה, זיי מיינען אז קאמפיוטערס זענען אויסגעראטן טאטאל ווייל "זיי האבן דאך אזוי געזאגט". וואלטן זיי געוואוסט דעם אמת וואלטן זיי געהייסן יעדעם לויפן און זאל יעדער זיך קויפן פילטערס.

די פראבלעם זענען די וואס רעדן איין די רבי'ס אז די חסידים פאלגען און אויטאמאטיש שפירט ער נישט אז ער מוז זיך באטייליגן מיטן אויסרייד אז 'ער וויל נישט לויערן זיין סטאנדארט'.
זאל איינער קראכן די אייער שאלאכץ פאר זיי און צייגן וואס גייט באמת פאר וואלטן זיי לדעתי געהאט גאר א צווייטע בליק
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שרייבער »

איך בין נאכנישט אזוי זיכער אז זיי זענען מיסאינפארמירט, אבער איך וועל לכבוד דיינע ווערטער ווידערהאלן מיין אלטע קשיא

דו האלטסט אז א סאטמארער חסיד וואס פאלגט נישט זיין רבי גייט יעצט פאלגן סקולענער רבי? (ואוסיף נופך, מה דאך צום עצם כינוס גייט ער נישט גיין נאר אפשר אויב זיין רבי הייסט אויך און אויב נישט בלייבט ער אינדערהיים על אף סקולענער רבי רופט עס, כש"כ אויפגעבן באקוועמליכקייט ותענוגים וועט ער פאר סקולענער רבי ווען ער פאלגט נישט זיין אייגענעם רבין?)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4735 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יידל »

ברוין האט געשריבן:לדעתי איז פארהאנען דא איין פראבלעם. איך לייג אלע פאליטישע סיבות אין די זייט פאר א מינוט

די סאטמערע רבנים זענען מיסאינפארמירט וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב זייער קהילה, זיי מיינען אז קאמפיוטערס זענען אויסגעראטן טאטאל ווייל "זיי האבן דאך אזוי געזאגט". וואלטן זיי געוואוסט דעם אמת וואלטן זיי געהייסן יעדעם לויפן און זאל יעדער זיך קויפן פילטערס.

די פראבלעם זענען די וואס רעדן איין די רבי'ס אז די חסידים פאלגען און אויטאמאטיש שפירט ער נישט אז ער מוז זיך באטייליגן מיטן אויסרייד אז 'ער וויל נישט לויערן זיין סטאנדארט'.
זאל איינער קראכן די אייער שאלאכץ פאר זיי און צייגן וואס גייט באמת פאר וואלטן זיי לדעתי געהאט גאר א צווייטע בליק

איך מיין אז מהר"א נער'ט זיך שוין גארנישט. ער ווייסט לכאורה גאר גוט פון די סאטמארע אנוועזנהייט אויפן אינטערנעץ. מהרז"ל ווייס איך נישט, אבער איך האב א שפיר אז ער מיינט אז זיי קהילה איז ריין פון די כלים.

למעשה, מהרב"צ מ'באבוב האט זיך אויך נישט געוואלט געהעריג צושטעלן פארן זעלבן סיבה ("אראפנידערן דעם סטאנדארט"). לכאורה לעבט ער אינעם זעלבן באבל. אויף אייוועלט האט איינער "הרב מ. רובין" (מיטן ניק "סיטיפיעלד" ארויפגעלייגט א לאנגער בריוו ווי ער איז מסביר אז די סיבה פארוואס ער וויל נישט אז זיין קהילה וואס ציילט צוויי טויזנט משפחות זאל נישט גיין צום כינוס איז ווייל מען האט שוין ביי די צוויי טויזנט משפחות אויסגעראטן די טריפה'נע כלים. איך נעם אן כמעט זיכער אז זיין קהילה איז באבוב 48 און הרב מ. רובין לעבט אין א שיינעם חלום....
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4735 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יידל »

שרייבער האט געשריבן:איך בין נאכנישט אזוי זיכער אז זיי זענען מיסאינפארמירט, אבער איך וועל לכבוד דיינע ווערטער ווידערהאלן מיין אלטע קשיא

דו האלטסט אז א סאטמארער חסיד וואס פאלגט נישט זיין רבי גייט יעצט פאלגן סקולענער רבי? (ואוסיף נופך, מה דאך צום עצם כינוס גייט ער נישט גיין נאר אפשר אויב זיין רבי הייסט אויך און אויב נישט בלייבט ער אינדערהיים על אף סקולענער רבי רופט עס, כש"כ אויפגעבן באקוועמליכקייט ותענוגים וועט ער פאר סקולענער רבי ווען ער פאלגט נישט זיין אייגענעם רבין?)

גיין וועט ער צוליב דעם ווינט וואס שאפט זיך אויפן גאס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך משה געציל »

איין אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב אויפגעפאסט מיטען פאקט אז סאטמאר באטייליגט זיך נישט: אסאך אידען וואס זענען אנפאנג געווען זייער סקעפטיש אויפן גאנצען כינוס, און אפילו געקענט רעדן אפען אנטקעגן דעם גאנצען מעמד, זענען אויף איינמאל געווארען מוראדיג ווארים צום גאנצען מעמד, און זיי שימפען נאך התיכון סאטמאר פארשטייט נישט דאס נחיצות הענין... עכ"פ אזוי איז דאס אינעם פלאץ וואו איך געהער, גיי פארשטיי...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 783 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שרגא »

LG@
BREAKING: Meetings taking place in Lakewood now on how to go on with the #KinusKlalYisrael , With the possibility of it being canceled.

Wow this looks very stupid. So much time so much $$$$$$$ ahles le eebid


אינטערעסאנט צו זען ווי מענטשן שלינגען אראפ גאנץ יעדעס ווארט וואס מען הערט, נישט קיין חילוק וואס דער מקור און צי עס מאכט א ברעקל סענס.
מיינט איינער טאקע אז עס איז דא בכלל א שאנס אז מען וועט קענסלען דעם כינוס? קיינמאל! (און אויב וואלט שוין יא געווען אזא נייעס, וואלט מען באלד געהערט עפעס א האלבע מקור, א שטיקל סיבה, אדער עפעס א ווארט מער.)
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

שרגא האט געשריבן:
LG@
BREAKING: Meetings taking place in Lakewood now on how to go on with the #KinusKlalYisrael , With the possibility of it being canceled.

Wow this looks very stupid. So much time so much $$$$$$$ ahles le eebid


אינטערעסאנט צו זען ווי מענטשן שלינגען אראפ גאנץ יעדעס ווארט וואס מען הערט, נישט קיין חילוק וואס דער מקור און צי עס מאכט א ברעקל סענס.
מיינט איינער טאקע אז עס איז דא בכלל א שאנס אז מען וועט קענסלען דעם כינוס? קיינמאל! (און אויב וואלט שוין יא געווען אזא נייעס, וואלט מען באלד געהערט עפעס א האלבע מקור, א שטיקל סיבה, אדער עפעס א ווארט מער.)

איינע פון די פראבלעמען פון אינטערנעט און טוויטער :P
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך gehlungen »

Don't fool yourself reb aron is a very SHREWD man VD"L
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

פעסטע רבי גייט פעסט זיין ביי כינוס כלל ישראל (קרעדיט: יואלי לעבאוויטש אויף פעיסבוק)
בייגעלייגטע פיילס
578168_2053673637431_1712266024_1000875_1633722200_n.jpg
578168_2053673637431_1712266024_1000875_1633722200_n.jpg (11.03 KiB) געזען געווארן 2263 מאל
רעאגיר