Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 11:02 am
א באזונדערע צעטל בלויז פון די אייגענע רבנים. און אויך נאר א 'חיזוק צעטל' מחזק צו זיין די אסיפה.
היבש פארעווע,
היבש פארעווע,
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=162
נקודה קטנה למחשבה לסיום, לפי דברי הכותב, היה מן הראוי שלחסידי סאטמאר בארה"ק לא יהיו מכשירי הסעלולארי הכשרים, כיון שהם יצאו לאור לאחר כינוס של האדמו"ר מגער שליט"א יחד עם הרב שטיינמאן... ואין ספק בדבר, שבפעולה זו של הסעלולארי הכשר באר"י, הציל האדמו"ר מגער שליט"א את הדור העתיד בארה"ק. ואין ספק, שהטעם שבאמריקע לא הצליח האדמו"ר מגער שליט"א לפעול בדבר, כי "חסידי סאטמאר" המבינים את השיטה הקדושה, לא היו נותנים לו לפעול, כי הרי הוא מתומכי אגו"י רח"ל...
זר זהב האט געשריבן:אוי ס'איז אין לשו"ק, א נארישע איידיע. "כלל ישראל" איז געווען אין אידיש.
אויס וועלט האט געשריבן:נפתלי בלומענפעלד האט היינט געלאזט פאלן ווערטער אין ישיבה אז זיינע בחורים דארפן נישט גיין צום "כינוס כלל ישראל" ווייל זיי האבן נישט קיין טעלעפאנס.
ידען האט געשריבן:אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו מיט איינעם משה גרינפעלד וואס ווערט דארט פארגעשטעלט אלס גרויסער עסקן פונעם כינוס (ער דאנקט דארט אויך דעם באשעפער פארן זכות פון זיין א עסקן פאר אסאך אנדערע זאכן אויך...) און ער דערציילט אביסל פרטים מיט אן אריכות און מיט זיין אייגענארטיגע נישט ציענדיגע שפראך.
ער זאגט דארט קלאר אז מע גייט בכלל נישט מתיר זיין קיין אינטערנעט, מע גייט יא רעגן פון םילטערס אבער ווער סע דארף נישט אינטערנעט טאר עס נישט האבן, און מע גייט דארט רעדן פונעם חומר הענין.
באמת א ישר כח, ווייל צו דעם דארף מען מאכן אזא כינוס, זיי די רבנים וועלן אונז אויפקלערען וואס סע מיינט אינטערנעט...
ער זאגט סע א בחינה ווי די וואסער טראפט אין שטיין און צוביסלעך ווערט די הארץ געפענט און מע ווייסט די שרעקליכע מאנסטער אינטערנעט...
סע אינטערעסאנט צו הערן די פרטים דארט.
יאנקל האט געשריבן:דער שרייבער פון דעם קונטרס האט מחליט געווען אז די שרייבער פון דעם פריערדיגן קונטרס געהערן צו חסידות האדמו"ר ר"א מסאטמאר. מיר האט אויסגעקוקט אז עס קומט ליבערשט פון די בני-יואל/רז"ל קרייזן.
ברוין האט געשריבן:לדעתי איז פארהאנען דא איין פראבלעם. איך לייג אלע פאליטישע סיבות אין די זייט פאר א מינוט
די סאטמערע רבנים זענען מיסאינפארמירט וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב זייער קהילה, זיי מיינען אז קאמפיוטערס זענען אויסגעראטן טאטאל ווייל "זיי האבן דאך אזוי געזאגט". וואלטן זיי געוואוסט דעם אמת וואלטן זיי געהייסן יעדעם לויפן און זאל יעדער זיך קויפן פילטערס.
די פראבלעם זענען די וואס רעדן איין די רבי'ס אז די חסידים פאלגען און אויטאמאטיש שפירט ער נישט אז ער מוז זיך באטייליגן מיטן אויסרייד אז 'ער וויל נישט לויערן זיין סטאנדארט'.
זאל איינער קראכן די אייער שאלאכץ פאר זיי און צייגן וואס גייט באמת פאר וואלטן זיי לדעתי געהאט גאר א צווייטע בליק