אוהב ספרים האט געשריבן: ↑
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ↑
א איד האט מיר פארציילט די שבת, אז ער איז אזוי אויפגעשוידערט געווארן פון די שרעקליכע געשיכטע, אז ער האט מחליט געווען צו נוצן די התעוררות אויף למעשה, און ער האט זיך אריין געלייגט צו העלפן א חבר וואס זעט נישט זיין קינדער וכו' וכו'.
מעז יצא קצת מתוק.
איך האף נאר אז ער וועט נישט געוואר ווערן אז באמת וויל זיין חבר בכלל נישט זעהן די קינדער ר"ל.
די רשעות'דיגער סדום תירוץ האט שוין עקספייערט.. צופיל וויקטעם'ס פון די דאזיגע רשעים קידנעפער'ס זענען שוין ארויסגעקומען במשך די יאהרן פארציילן ווי מען האט זיי געקארמעט אין די מוחות פון יונגווייז אן, ווי ווייט די טאטעס האבן זיי פיינט רח''ל און ווילן זיי נישט זעהן... עיין ערך יואלי לעבעוויטש ועוד ועוד כדוגמתו. שוין צייט אויפצוקומען מיט עפעס בעסערס..
ווער ס'ליינט אביסל היסטאריע מיט וואספארא מיטלען די יעוועסקעס ימ''ש אין די צייטן פון די קאמוניסטן זענען זיך באגאנגען אפצוטיילן עלטערן פון קינדער און קינדער פון עלטערן, זעהט אין די מעשים פון די דאזיגע היינטיגע רשעים א גענויעם קאפי.
פון איין זייט גייט מען ארום אין אלע מיני קאורטס, אז דער טאטע זאל אפילו נישט חלומ'ען להתקרב אצל בנו, און פון די אנדערע זייט שרעקט מען אפ און מ'העצט און מ'ברעינוואשט די קינדער, אז דאס קינד זאל ציטערן און נישט חלומ'ען להתקרב אצל אביו. און אחרי ככלות הכל קומט מען נאך מיט אן עזות מצח וחוצפה ורשעות שאין כמוהו טענה'ן, אז וואס רעדסטו?? דער טאטע וויל אפילו נישט זעהן די קינדער... אוי די רשעות..
נאר וואס דען? אונז שטיימיר ווי מעקעלעך און מ'איז מסביר פאר די רוצחים וואספארא רשעים זיי זענען, א זאך וואס זיי ווייסן סאך בעסער ווי אונז... מ'דארף פשוט טוהן הלכה למעשה און צוריק פייטן מיטן גרעסטן כח, אזוי אז די חברה זאלן זעהן אז ס'גייט זיי קאסטן א טייערע פרייז זייער רשעות, וועלן זיי טראכטן צוויי מאל פאר דעם. ועוד חזון למועד לפרש דברי ביתר ביאור.