בלאט 16 פון 26

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:24 pm
דורך George
העלא זיסע יודען!

כ'בין שוין אויפגעסיינט פאר א שטיק צייט דא לייענענדיג, דאס עיקר איז דאך אבער שרייבען, וואלט איך נייגעריג געווען און אפאר גוטע טיפס ווי זוי צו זיין א גוטע שרייבער, דער עולם זאל הנאה האבן פון מיין אנוועזנהייט.

יישר כח למפרע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:48 pm
דורך newkave
George האט געשריבן:העלא זיסע יודען!

כ'בין שוין אויפגעסיינט פאר א שטיק צייט דא לייענענדיג, דאס עיקר איז דאך אבער שרייבען, וואלט איך נייגעריג געווען און אפאר גוטע טיפס ווי זוי צו זיין א גוטע שרייבער, דער עולם זאל הנאה האבן פון מיין אנוועזנהייט.

יישר כח למפרע.


זיי גוט מיט זר זהב און שמעקעדיג. (טעפל טיילט קענדיס)...

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 10:27 am
דורך שמעקעדיג
OMG, נייע-קאוע, וואספארא תשובה איז דאס...
GEORGE, אחדשה"ט, לאמיך דיר זאגן, דערווייל שרייבסטו פיין.
קאווע שטיבל האט א פשוט'ע וועג צו כאפן וואס דער עולם האט ליב: קוק וועלכע הודעות דער עולם לייקט אינגרויסן, דאס איז דער דרך שתלך בה.
הומאר איז טאפ אויף די ליסטע. ידיעות און ברייטקייט איז אויך הויך, נוצליכע עצות אויכעט, א.א.וו.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 1:56 am
דורך געפילטע פיש
George האט געשריבן:העלא זיסע יודען!

כ'בין שוין אויפגעסיינט פאר א שטיק צייט דא לייענענדיג, דאס עיקר איז דאך אבער שרייבען, וואלט איך נייגעריג געווען און אפאר גוטע טיפס ווי זוי צו זיין א גוטע שרייבער, דער עולם זאל הנאה האבן פון מיין אנוועזנהייט.

יישר כח למפרע.

א גוטע שרייבער ווערט מען מיטן שרייבן, פראביר צו שרייבן מיט כבוד, שכל, און מחשבה, און דער עולם וועט הנאה האבן.

שמעקעדיג האט געשריבן:קוק וועלכע הודעות דער עולם לייקט אינגרויסן, דאס איז דער דרך שתלך בה.

שמעקעדיג, ריאלי? לייקס דארף זיין די עיקר ציל פון שרייבן? יעדער זאל קוקן וואס מ'לייקט און יעדער זאל שרייבן די זעלבע זאך? ביטע!

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:31 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע... עפעס האסטו נישט קלאר פארשטאנען,

ער וויל וויסן פון וואס דער עולם האט הנאה, דורך די לייקס זעהט מען. וואס איז ראנג??

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 3:13 am
דורך געפילטע פיש
ווייל איך האלט נישט אז די ציל פון שרייבן זאל זיין מהנה צו זיין דעם עולם, עז לאנג אז מ'צאלט מיר נישט בין איך דא פאר די אייגענע פלעזשור, און איך בין דא זיך אויסצולופטערן, זיך אדורכרעדן מיט חשובע חברים, און איינקויפן און פארקויפן אביסל מיינונגען והמסתעף, אז דער עולם האט הנאה איז הכל רעטעך, אבער אז דאס זאל זיין די ציל? ביזטו ווייטער צוריק צום אלטן echo chamber וואו יעדער זאגט וואס יעדער וויל הערן, און מ'פארלירט די גאנצע איינגארטיקייט. עכ"פ דאס איז מיין אפיניען, אזוי ווי א פי הטבעת, בין איך ענטייטעלד דערצו.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 3:20 am
דורך שמעקעדיג
הונדערט פראצענט גערעכט!
אבער ווען איינער פרעגט דיר, איך בין נישט אזוי ווי דיר, איך וויל נישט שרייבן בלויז פארן אייגענעם פלעזשור, נאר כ'וויל יא שרייבן וואס דער עולם האט ליב, און ביטע העלף מיר ארויס, ווי אזוי ווייס איך וואס האט דער עולם ליב? דאן פארשטייסטו מיין תשובה זייער קלאר.
און אפילו דו פארשטייסט עס נישט, לאמיר עס לאזן ביי דעם בעפאר עס פלאקערט אויף א נייע סומאטאכע, ואת והב בסופה..

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 3:36 am
דורך געפילטע פיש
איי לאוו יו שמעקי, דאנט ווארי.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:01 am
דורך newkave
999 ניקס

1000!!! מעמבערס

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:02 pm
דורך סאשי פיש
ב"ה מען האלט שוין ביי 1000 מעמבערס

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:00 pm
דורך איך אויך
1000 ניקס נישט מעמבערס יחי ההבדל הקטן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 6:20 pm
דורך טעפל
נו, מ'דאר מאכען עפעס א צערמאניע לכבוד די טויזענט!!

וואס איז פשט??

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:01 pm
דורך סאשי פיש
וואס איז פשט פון די נייע ניק נאמען mr49er קען מיך איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט??

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:38 pm
דורך איך אויך
וואס איז שווער צו פארשטיין?

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:57 pm
דורך משה געציל
א אומפארטייש'יר, מר. ניין און פערציגער נישט אכט און נישט פינעף... שטימט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:27 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'מיינט "מר. א פרעמדער". ליין אין עגליש.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 12:23 am
דורך געפילטע פיש
משה געציל האט געשריבן:א אומפארטייש'יר, מר. ניין און פערציגער נישט אכט און נישט פינעף... שטימט?

ניין, 49 באלאנגט פאר רמ"ד.

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 12:29 am
דורך יין שרף
א גוט יארע.
לא מאשקע אני ולא בן מאשקע, הגם איך רוף מיר "יין שרף" אבל לא כשאני נקרא אני נזכר, נאר א פשוטער איד'ל וואס האט נארוואס אריינגעבלאנזשעט אין קאווע שטוב. אזוי ווי איך בין אין א כולל נאכנישט געווען, ממילא האב איך נאכנישט 'דעוועלאפט' מיין 'טעיסט' פון קאווע, ממילא בלית ברירה האב איך אריין געוואנדערט און נאנסטן קרעטשמע פאר א גלעזל משקה.
א נייער בין איך נישט דא, אבער אלט אויך נישט ווייל כ'האב מיר נישט לאנג צוריק רעגיסטרירט, און כ'ווארט שוין אזוי לאנג מיט געגועים אז איינער זאל מיר זאגען 'העלא' אבער אין קאל ואין עונה, ממילא גר ותושב אנכי עמכם אם תרצו הריני כגר ואם לאו הריני תושב ואטלנה בחזקה וועל איך זיך מוזן פירן אזוי ווי די רבי ר' שמעלקא פון ניקלסבורג (נישט פון מאנסי) זיך אליין זאגן אלע שבחים און טיטלען, און זיך אליין אויפרופן יעעעעעעמוד הר"ר יין שרף חזק!
הגם איך בין נישט א שרייבער ולא קרוב לזה, העלעכמעך דאך אנשטרענגען אביסעלע און שרייבן פון מאל צו מאלצייט...
שכח! שכח יין שרף ביסט געוואלדיג! (?)

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 12:38 am
דורך זר זהב
ברוך הבא "יין שרף"!!!!!!!

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 12:54 am
דורך שמעקעדיג
ברוך הבא, שפוך חמתך, שרפ'ל... לאמיר זעהן מה טיבך..
אגב: א שיינע פאסיגע אוואטער. איי לייק!

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 1:36 am
דורך יאנקל
יין שרף האט געשריבן:הגם איך בין נישט א שרייבער ולא קרוב לזה, העלעכמעך דאך אנשטרענגען אביסעלע און שרייבן פון מאל צו מאלצייט...

שם אתה מוצא ענוותנותו. דער איד קען שוין איינמאל שרייבן.

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 2:23 pm
דורך יין שרף
יאנקל האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:הגם איך בין נישט א שרייבער ולא קרוב לזה, העלעכמעך דאך אנשטרענגען אביסעלע און שרייבן פון מאל צו מאלצייט...

שם אתה מוצא ענוותנותו. דער איד קען שוין איינמאל שרייבן.

נעה.. א עניו בין עך יא! נאר א שרייבער נישט...

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 4:26 pm
דורך מאטי
סאשי פיש האט געשריבן:וואס איז פשט פון די נייע ניק נאמען mr49er קען מיך איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט??

מסתם איז ער א fan (חסיד בלע״ז) פון די פוט באלל טיעם 49נערס