בלאט 16 פון 213
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:33 pm
דורך זר זהב
ווייל ער רעדט "יעצט"..
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 5:50 pm
דורך נס קאווע
ער קלערט אפשר צו האבן די חרדים אויף זיין זייט ווייל די רבי האטעך געאסר'ט די שפראך...
(באמת פאסט נישט פאר דיר צו פרעגן אז ער האט א שפראך זיין שפראך איז קיין שפראך)
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:14 pm
דורך ידען
איך זעה יעצט א youtube clip און סע האט 2,000 views און 3,500 לייקס און 1,000 דיסלייקס.
אפשר קען איך ניש גוט רעכענען?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:43 pm
דורך זר זהב
איז עס נייע פרישער ווידעא?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:51 pm
דורך ידען
נישט פון היינט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:00 pm
דורך זר זהב
יו טוב וועט אסאך מאל נישט ווייזן די קארעקטע נומערס אין אנהייב, און פלוצלינג געט עס א ריזיגע שפרינג צום טאטאלן ריכטיגן נומער. זיי האבן מורא אז מ'סאבוטאדזשירט דעם סיסטעם צו מאכן א ווידעא אויסזעהן גרעסער ווי ס'איז. -- אזוי האב איך אמאל געליינט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:04 pm
דורך זר זהב
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:46 pm
דורך פערינא
ידען האט געשריבן:ערב יו״כ גיי איך יא אין מקוה. האבעך באמערקט ווי איינער שלעפט ארויס די שטאפער און טובלט זעך. איז עס מער ווי סתם א טבילה און מע ווערט הייליגער אדער סע נאר גוט פאר זיינע נערווען?
אה ער האט אויך ארויסגעשטעקט זיין פינגער און געפלאטשקעט און מסתם אנגעקומען צו די שי פעמים ק טבילות...
אויב ווילסטע א מעשה רב, קעען איך דיך זאגען, בעיני ראיתי, ירושלימער רב, עממ סאטמערע דיין, אויפשטאפען די השקה און נאכדעם זיך טובלען. נישט זאלסט דיך לערנען הלכה למעשה ווייל ס'קען זיין ער טוט עס פאר די גוים.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:12 am
דורך פערינא
פארוואס זעעט מעם ביי אונז א הויכע פערצענט פון יונגעלייט, ספעציעל ביי בני תורה, וואס גייען מיט פארפלעקטע שמוציגע בגדים? סאיז א בושה און א חרפה
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:44 am
דורך מורינו הרב
ווייל זיי לעבן אין אן אנדערע וועלט, און עס אינטערעסירט זיי נישט די זאכן.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 10:04 pm
דורך גוטזאגער
פארוואס שרייבען אלע היימישע צייטונגען און אפי' די פרייע וועכנטליכע פאבליקאציעס"מיר זענען נישט אחראי אויף די מיינוגען וואס די שרייבערס שרייבען" איינס ווער דען זאל נעמען די אחריות? צווצווייטענס צו וואס ברויך איינער נעמען אחריות אויף די רעקלאמעס אדער ארטיקלען?
פארוואס אויף פאליטישע אנאנסען מוז שטיין אז חברים האבען פינאנסירט די רעקלאמע?
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 11:41 pm
דורך [NAMELESS]
גוטזאגער האט געשריבן:פארוואס שרייבען אלע היימישע צייטונגען און אפי' די פרייע וועכנטליכע פאבליקאציעס"מיר זענען נישט אחראי אויף די מיינוגען וואס די שרייבערס שרייבען" איינס ווער דען זאל נעמען די אחריות? צווצווייטענס צו וואס ברויך איינער נעמען אחריות אויף די רעקלאמעס אדער ארטיקלען?
די צייטונג וויל מיט דעם זאגן אז די אחריות ליגט אויף די ספעסיפיק שרייבער פון די ארטיקעל, אדער די קאמפעני וואס האט אריינגעלייגט די עד
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 1:02 am
דורך טאמבל סאס
ידען האט געשריבן:ערב יו״כ גיי איך יא אין מקוה. האבעך באמערקט ווי איינער שלעפט ארויס די שטאפער און טובלט זעך. איז עס מער ווי סתם א טבילה און מע ווערט הייליגער אדער סע נאר גוט פאר זיינע נערווען?
אה ער האט אויך ארויסגעשטעקט זיין פינגער און געפלאטשקעט און מסתם אנגעקומען צו די שי פעמים ק טבילות...
אין א געוויסע מקווה האב איך אמאל געזען א צעטל הענגען ביים בור אז דאס ארויסשלעפן דעם שטאפער צעברעכט דעם פילטער, און יענער בעט זיך די קראנקע OCD'ניקעס זאלן עס נישט טון ווייל די מקוה האט א רב המכשיר וואס ווייסט די הלכה און מאכט זיכער אז די מקוה זאל זיין כשר לכל הדעות אן ארויסציען שטאפערלעך.
איז עס וואר אז ס'צעברעכט דער פילטער?
זייט דעמאלטס וויל איך אלס צערייסן די אלטע אידן וואס קומען און שלעפן ארויס דעם שטאפער, חוץ פון דעם וואס כ'פיל אלץ דער שטראם קאלטע שטינקעדיגע וואסער אריינפליסן פון די צוקושטע מי גשמים בור.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 1:05 am
דורך טאמבל סאס
זר זהב האט געשריבן:פארוואס אדרעסירט ביבי נתניהו די יו ען אין די ענגלישע שפראך? פארוואס דארף ער אריין שפילן אין די הענט פון די אנטיסעמיטן וואס טענה'ן אז איזרעאל איז אמעריקע'ס 51'סטע סטעיט? (אין
אבאמא'ס קעיס, 59'סטע סטעיט)
פארטרעט ער א לאנד אן א שפראך? ס'מאכט עפעס נישט קיין גוטן רושם, ער זאל מיר אנטשולדיגן!
די דריטע שפראך אין ישראל איז ענגליש אויב נישט די צווייטע.
מען לערנט עס אין אלע סקולס, און יעדער וואס האט דאס מינימאלסטע בילדונג אין יונעווערסיטי קען ענגליש. ווער רעדט נאך פון א פרעזידענט.
און פארקערט, איך האלט אז דאס געט עם אסאך רעספעקט, ווייזענדיג אז ער איז א געלערנטע מענטש, און נישט סתם א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אכמאדינידזשאד וואס קען בלויז קוראן-שפראך און אביסל געפילטע פערסיש.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 10:36 pm
דורך נולד מאוחר
איז דא היינט עפעס באווייז אז עסן פיש און פלייש איז א סכנה?
איך בין אלץ נוהג צי טרינקען צווישען פיש און פלייש.
האט עס א פשט היינטיגע צייטען?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:15 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:ערב יו״כ גיי איך יא אין מקוה. האבעך באמערקט ווי איינער שלעפט ארויס די שטאפער און טובלט זעך. איז עס מער ווי סתם א טבילה און מע ווערט הייליגער אדער סע נאר גוט פאר זיינע נערווען?
אה ער האט אויך ארויסגעשטעקט זיין פינגער און געפלאטשקעט און מסתם אנגעקומען צו די שי פעמים ק טבילות...
די פסיכאלאגן וואס דער היימישער עולם נוצט ווארטן פאר אזעלכע או.סי.די. פאציענטן. דרך אגב. כ'האב געזעהן אן אדווערטייזמענט אין איינס פון די חשוב'ע צייטונגען וואו מ'רעכנט אויס אלע תענוגי עוה"ז וואס ס'ווארט אפ די קאסטומערס אין האטעל. און אויף די אנדערע זייט פון בלעטל איז געווען א קול קורא פון א פרומען איד וואס איז זיך מתמרמר פארוואס מען סערווירט די געסט, מענער און פרויען אין איין דיינינג רום. דער איד בעט זיך אז מ'זאל לכה"פ אויפשטעלן א "שפאניש ווענטל" ביי יעדע משפחה. האב איך איין קשיא צו דעם איד Pפארוואס דארפסטו פארן אין האטעל און זיין א פרומער. בלייב אינדערהיים און דו וועסט נישט דארפן מחיצות.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:20 pm
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא היינט עפעס באווייז אז עסן פיש און פלייש איז א סכנה?
איך בין אלץ נוהג צי טרינקען צווישען פיש און פלייש.
האט עס א פשט היינטיגע צייטען?
איך וויל נישט נעמען א ריזק אז ס'זאל געשען וואס די גמרא זאגט אויב מ'עסט פיש און פלייש צוזאמען. והשנית. א גלעזל וויין אדער בראנפן נאך די פיש איז נישט קיין שלעכטע זאך.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 12:28 am
דורך נולד מאוחר
berlbalaguleh האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא היינט עפעס באווייז אז עסן פיש און פלייש איז א סכנה?
איך בין אלץ נוהג צי טרינקען צווישען פיש און פלייש.
האט עס א פשט היינטיגע צייטען?
איך וויל נישט נעמען א ריזק אז ס'זאל געשען וואס די גמרא זאגט אויב מ'עסט פיש און פלייש צוזאמען. והשנית. א גלעזל וויין אדער בראנפן נאך די פיש איז נישט קיין שלעכטע זאך.
ערענסט גערעדט איז דא עפעס וויסנשפאט אויף די נושא?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 1:04 am
דורך קלוג און יונג
נולד מאוחר האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא היינט עפעס באווייז אז עסן פיש און פלייש איז א סכנה?
איך בין אלץ נוהג צי טרינקען צווישען פיש און פלייש.
האט עס א פשט היינטיגע צייטען?
איך וויל נישט נעמען א ריזק אז ס'זאל געשען וואס די גמרא זאגט אויב מ'עסט פיש און פלייש צוזאמען. והשנית. א גלעזל וויין אדער בראנפן נאך די פיש איז נישט קיין שלעכטע זאך.
ערענסט גערעדט איז דא עפעס וויסנשפאט אויף די נושא?
אויב די מאכסט א גוגל סערטש אויף די ווערטער "fish and meat together" קומט אויפען ערשטן בלעטל ארויף בלויז היימישע מראה מקומות , ווי ask moses אדער ou kosher. איך מיין דעס פארענטפערט דיין פראגע...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2012 2:58 pm
דורך א גוט מארגן
איך וויל וויסן פארוואס ווען מען זוכט א בעל תפלה אינדערוואכן דאן שיקט מען צו א בחור סהאט א מקורפשוט צו עס איז גערעכט?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 05, 2012 9:29 am
דורך איחוד פעלד
דאס און גילוי האבען די זעלבע סייענטיפישע באווייזונגען.
ווי אויך נישט טריקענען די פיס פאר מען טוט אהן די זאקען, און די סכנה פין מלח סדומית אז עס קען מאכען בלינד, און אז מען טוט אהן צוויי בגדים אויף איינמאל פארגעסט מען אלע צרות, און די ליסטע קען גיין פין דא ביז קאנארסי..
נשלח: פרייטאג אקטאבער 05, 2012 11:41 am
דורך נולד מאוחר
איחוד פעלד האט געשריבן:דאס און גילוי האבען די זעלבע סייענטיפישע באווייזונגען.
ווי אויך נישט טריקענען די פיס פאר מען טוט אהן די זאקען, און די סכנה פין מלח סדומית אז עס קען מאכען בלינד, און אז מען טוט אהן צוויי בגדים אויף איינמאל פארגעסט מען אלע צרות, און די ליסטע קען גיין פין דא ביז קאנארסי..
גילוי רעדסטו אפי' ווען א ארס'דיגע שלאנג טרינק פון דיין וואסער פאסירט גארנישט?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 05, 2012 2:11 pm
דורך שמעקעדיג
איחוד פעלד האט געשריבן:ווי אויך נישט טרוקענען די פיס פאר מען טוט אהן די זאקען
וואס איז דאס? קיינמאל נישט געהערט דערפון!