בלאט 16 פון 23
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'בין שוין לאנג נייגעריג ווער ס'ליגט אונטער דעם בלעטל. דער יצחק בראנד איז שוין אן אלטן כוכב, ווער זענען די אנדערע חברה דארט אויבנאן?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש האט געשריבן:לענינינו, איז זאג נישט אז רביה"ק מ'סאטמער זי"ע איז געווען דער רבי עקיבא איגר ז"ל, אבער אויב איינער גייט אים כאפן ביי א טעות, (נאך פון דעם קאליבער פון "מופרך ועומד") גייט עס נישט זיין תגובה שרייבער אויף קאווע שטיבעל.
חדא קושיא מותרצת בחברתה. ווען איך האב געזאגט די ווערטער 'מופרך ועומד', האב איך נישט געמיינט א געוויסע 'קאליבער'. כ'האב געמיינט צו זאגן אט דאס, אז ס'נישט מיינע פירכאס, ס'איז שוין מופרך ועומד דורך פריערדיגע און גרעסערע פון אונז ביידע צוזאמען.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 10:20 am
דורך והאיש משה
ס'איז זיכער כדי דורך צו לייענען די 2 פרקים פון ספר התודעה, דורך אליהו כי טוב (מוקוטובסקי).
בין הדברים טענות ומענות בנוגע ה' אייר... שטארק געשריבן כדרכו בקודש [כ'ווייס נישט צו א מלמד קאן האבן א דין ספר היפך שיטת ויוא"מ
]
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 4:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב יעצט באגעגענט א נייעם ספר אויף דער טעמע.
דא
ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:40 pm
דורך חוקר ודורש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'בין שוין לאנג נייגעריג ווער ס'ליגט אונטער דעם בלעטל. דער יצחק בראנד איז שוין אן אלטן כוכב, ווער זענען די אנדערע חברה דארט אויבנאן?
דער אנדערע וואס זיצט דארט אן די הוט איז הגאון הגדול חסיד ועניו רבי יואל שווארץ שליט״א, וואס האט שוין געשריבן איבער צוויי הונדערט ספרים, זיין דעות בנוגע ציונות/ישוב ארץ ישראל וכו׳, זענען דומה צום ארגון קדושת ציון.
Sent from my iPhone using Tapatalk
ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:19 am
דורך חוקר ודורש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב יעצט באגעגענט א נייעם ספר אויף דער טעמע.
דא
דעם קונטרס וואס הרב ליטוואק לינקט צו, איז נתחבר געווארן דורך א חרדישע ליטווישע אינגערמאן וואס לערנט אין פונביז׳ע כולל, נישט פון קיין ציוני דתי, דאס איז די בעסטע ספר ווען איינער וויל וויסן די דעת פון ״אלע״ גדולי ישראל כולל די וואס לעבן מיט אונז אין דעם ענין, דא קענט איר זען דעם קונטרס דורך א פי-די-עף
דעות גדולי הפוסקים על שבועות הגלותעס איז דא נאך קונטרסים פון ״חרדים״ אין דעם ענין, בפרט אין די לעצטערע יארן האט דאס צוריק אויפגעבליט, א חלק צו פארדאנקן דעם ארגון ״קדושת ציון״
דא קענט איר ליינען וועגן זיי, און
דא קענט איר זען אלע זייערע גליונות, א חוץ די לעצטע וואס איז נאכנישט ארויף, וואס מען קען זען
דא, אויך איז לעצטענס ארויס א ספר פון א חרדישע ליטווישע איד וואס הייסט ״לכו נרננה״
דא קען מען עס ליינען, אזוי אויך איז דא א חשובע איד וואס שטאמט פון תימן הרב חיים והב וואס איז אמאל געווען א שטארקע קנאי, אבער האט נאכן גוט דורכטוהן דעם נושא געטוישט זיין מיינונג, ער שרייבט פאר קדושת ציון, דא האט איר צוויי קונטרסים זיינע
ויואל משה מהדורת ביקורת, און די צווייטע
מאמר ציווים ויעודים.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 3:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
סיפר ר' שלום פעקעטע שליט''א משב''ק
שבת קודש פרשת וישלח ביי של''ש, ווען סאטמאר רב האט די ערשטע מאל געזאגט אז חסידות איז שוין נשתכח, האט מען איין נאכט געריפן פון חב''ד אז היתכן מען זאגט אז עס איז נשתכח זיי האבן א רבי וואס איז משפיע חסידות, און ר' יוסל משב''ק איז דעמאלס דארט געווען און ער האט אויפגעהויבן די טעלעפאן און ער האט נישט געוויסט וואס צי ענפערען.
איז ער אריין צום רבי'ן און פארגעלייגט די שאלה, האט די רבי גענפערט אז יעדער רב, יעדער מורה הוראה וואס ער זעט איין אז עס איז פארהאנען זאכן וואס מען דארף טאן פאר חיזוק הדת, איז ער מחויב עפעס צי טאן, איך האב איינגעזען אלס א חיזוק הדת פעלט אויס צי זאגן אז דער דרך הבעש''ט איז נשתכח געווארן.
וראיתי מעשה זה בספר נציצי תומר, און אויך האב איך אויפגעזיכט ר' שלום פעקעטע און איך האב אים גפרעגט צי עס איז אמת די מעשה, האט ער מיר געזאגט אז יא און ער איז דארט איז דארט געווען און ער געדענקט די מעשה.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p2091458ואידך פירושא, זיל גמור.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 8:08 pm
דורך ליב צו וויסן
וואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 7:31 am
דורך מי אני
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 7:36 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליב צו וויסן האט געשריבן:וואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..
גראדע רעדן אסאך פון די קשיא, און די תירוץ איז פשוט, אז די יוונים זענען געקומן בעניינים רוחניים און די אנדערע בעניינים גשמיים.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 8:58 am
דורך קאך_לעפל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:וואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..
גראדע רעדן אסאך פון די קשיא, און די תירוץ איז פשוט, אז די יוונים זענען געקומן בעניינים רוחניים און די אנדערע בעניינים גשמיים.
שטותים.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 9:24 am
דורך צפור בודד

איך וואלט געקלערט אז דער תירוץ איז אסאך פשוט'ער. די יוונים זענען געווען בזמן בית שני ווען די אידן האבן זיך געמעגט פארטיידיגן, און די שלש שבועות (לדעת האוסרים) גייען אן נאך דער חורבן ווען די רומיים און אנדערע אומות האבן איבערגענומען.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 12:11 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
צפור בודד האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:וואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..
גראדע רעדן אסאך פון די קשיא, און די תירוץ איז פשוט, אז די יוונים זענען געקומן בעניינים רוחניים און די אנדערע בעניינים גשמיים.
איך וואלט געקלערט אז דער תירוץ איז אסאך פשוט'ער. די יוונים זענען געווען בזמן בית שני ווען די אידן האבן זיך געמעגט פארטיידיגן, און די שלש שבועות (לדעת האוסרים) גייען אן נאך דער חורבן ווען די רומיים און אנדערע אומות האבן איבערגענומען.
אהא! און ווען האבן די אידן זיך נישט געטארט פארטיידיגן?? די גאנצע געדאנק פון גזירת הגלות און זיך לאזן שמייסן וואס דער בעל ויואל משה ארבייט ארום איז געבויעט אויף א פארנעפעלטע מהר"ל אין נצח ישראל פרק כ"ד וואס קיינער ביזן היינטיגן טאג פארשטייט נישט פינקטלעך וואס דער מהר"ל וויל ארויסברענגען. אסאך טייטשען זענען שוין אריינגעלערנט געווארן אין די פאר ווערטער פונעם מהר"ל, און אויף די פאר ווערטער האט סאטמארער רבי ארויף געבויעט זיין שיטה אז מברויך זיך לאזן שמייסן פון די גוים.
ניטאמאל אויף אן אגדה וואס דאס אליין וואלט געברויכט הייבן די ברעמען און זיך ווינדערן, אוואו קומט דאס צו א ת"ח צו בויען הלכות אויף אגדות?
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 12:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'דארף זיך האלטן צום נושא. טאמער דער מהר"ל איז נישט קיין ראיה, איז נישט.
די שאלה איז יעצט געווען עפעס אנדערש, צו די יוונים זענען א ראיה צו נישט. אויף דעם זאגט מען אז עס איז נישט קיין ראיה, ווייל די שבועות, אפילו לשיטת המקבלים אותם, איז נאר מיט די גלות, נישט בשעה שישראל יושבים על אדמתם נאך א שיבת ציון.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 1:22 pm
דורך הקטן
דאפען מיר יעצט דן זיין פין פריש וואס דאס איז א שיבת ציון.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 3:30 pm
דורך ליב צו וויסן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:וואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..
גראדע רעדן אסאך פון די קשיא, און די תירוץ איז פשוט, אז די יוונים זענען געקומן בעניינים רוחניים און די אנדערע בעניינים גשמיים.
חרוב מאכן די בית המקדש איז עניני גשמיים ביי דיר?
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 3:37 pm
דורך ליב צו וויסן
צפור בודד האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:וואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..
גראדע רעדן אסאך פון די קשיא, און די תירוץ איז פשוט, אז די יוונים זענען געקומן בעניינים רוחניים און די אנדערע בעניינים גשמיים.
איך וואלט געקלערט אז דער תירוץ איז אסאך פשוט'ער. די יוונים זענען געווען בזמן בית שני ווען די אידן האבן זיך געמעגט פארטיידיגן, און די שלש שבועות (לדעת האוסרים) גייען אן נאך דער חורבן ווען די רומיים און אנדערע אומות האבן איבערגענומען.
בזמן החשמונאים איז די ביהמ"ק אויך חרוב געווארן למחצה ולשליש.
און ווי שטייט טאקע אז די שלוש שבועות הייבט זיך אן נאכן "חורבן" "בית שני"?
BTW בר כוכבא איז פארגעקומען כמעט 70 יאר נאכן חורבן און פארט האבן גאר אסאך מיטגעהאלטן מיט אים.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 3:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט גערעכט טאקע. ביי אונז איז באשטעטיגט אז די גלות האט זיך אנגעהויבן ביים חרבן ביהמ"ק, אבער בזמנו האט מען פון דעם נישט געוואוסט. אין מגילה איז דאך דא א גאנצע סוגיא וויאזוי צו רעכענן די זיבעציג יאר גלות בית ראשון ביז מען האט זיך געלערנט אז עס גייט אויף די חרבן הבית.
און דעמאלס איז נאך געווען נבואה ביי אידן. ביים בית שני האט מען קיין נבואה נישט געהאט, און ממילא האט מען נישט געקענט וויסן.
דער אמת איז, היינט איז אויך נישט דא קיין נבואה, און ממילא די סוגיא פון אתחלתא דגאולה איז בכלל נישט אקטיוו. קיינער קען נישט ברענגן קיין ראיה שאין עליה תשובה נישט אהין און נישט אהער, און ממילא איז אוממעגליך אז מיר זענען באפליכטעט עפעס צו טון צוליעב די אתחלתא דגאולה סוגיא. אפילו טאמער דער 'קול התור' וואלט געווען קראנט, איז עס נישט קיין נבואה, און ממילא נישט מחייב. ובפרט היינט נאך די דברים מאירים ומשמחים פון יוסף אביבי אין די קובץ מכילתא
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 4:48 pm
דורך צפור בודד
איבער ר' עקיבא און בר כוכבא וועסטו מוזן פרעגן די וואס זענען דוגל אין דער שיטה הקדושה אבער ביז דער חורבן בית שני איז אוודאי דא א חילוק. אז נישט איז גאנץ תנ"ך א סתירה צו דער שבועה שלא יעלו. נאך בית ראשון זעט מען אויך אין נחמיה אז ער האט זיך פארטיידיגט און געקעמפט קעגן דער באפעלקערונג.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 5:12 pm
דורך גאלד
די חשמונאים זענען געווען בזמן הבית, און אפי' דאן האבן זיי געמעגט ווייל ס'געווען איבער אידישקייט, להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך.
די שלש שבועות האט זיך אנגעהויבן תשעה באב ג'תתכ"ח.
בר כוכבא איז לכל הדעות געווען א צדיק אמת און ר' עקיבא האט געהאלטן אז ער האט די פארשריפטן פון משיח וואס דער רמב"ם לייגט פאר, די חכמים האבן זיך מחולק געווען ווייל ער איז נישט געווען קיין מורח וודאין, דאס איז עפעס גאר הויך,
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 5:28 pm
דורך גאלד
אגב עס דארף באטאנט ווערן, אז דער באוועגונג וואס האט מייסד געווען די מדינה און ציוניזם, איז בכל הזמנים נגד התורה, צו בזמן הבית צו שלא בזמן הבית, צו לעולם הזה צו ימות המשיח, סעט אלעמאל זיין מופרך, נישט דוקא אלס שלש שבועות נאר פשוט אלס עשרת הדברות, דער רעדע דא איז נאר איבער א הייפיטעטיקל מדינה וואס איז געפירט דורך אביי ורבא, זעמיר דא דן ווען און באיזה אופן איז גילטיג דער איסור של השבועות.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 5:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פאר מ'טענה'ט זיך ווייטער וואלט כדאי געוועזן דורכצוטוהן
דעם אשכול דא, אגב האט מען שוין דארט אויפגעוויזן אז גאלדי ווייסט ניטאמאל פון וועלכע זייט מ'עפנט אויף א ויואל משה, ער זעהט אויס צו זיין א טראלל וואס איז ענג פארבינדן מיט קאך לעפל און buddy, יתכן אז ס'איז איין אוממענטש וואס שטייט אונטער די אלע דריי.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 6:15 pm
דורך ליב צו וויסן
ס'איז פאראן א גאנצע תורה וואס איז מחייב א"י, קרבנות והמסתעף.
אין גאנץ תנ"ך (און משניות) ווערט נישט דערמאנט קיין כל שהוא פון א איסור צו בויען דעם ביהמ"ק/מלחמה האלטן מיט די פעלקער (אפילו נישט אין שיר השירים...).
במשך אלע דורות האט מען מלחמה געהאלטן מיט פעלקער, געמאכט אויפשטאנדן וכו וכו און קיינער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט שלש שבועות..
פלוצים נאך א לענגערע תקופה וואס מען קען נישט מלחמה האלטן מיט פעלקער, ווערט געבוירן א איסור גאר, און די איסור איז אזוי שטארק אז ס'קען עוקר זיין צענדליגער עשה'ס און לא תעשה'ס..
בקיצור, ס'איז מיר פשוט נישט קלאר וואס דא טוט זיך..