בלאט 16 פון 16

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:11 pm
דורך עסקן בדברים
שיינע איד האט געשריבן: געהערט אמאהל אז מען בינדט צו א גלעקל ביים מקום מילה און מען ווייזט די וועד מיטגלידער בילדער, דארט וואו מען הערט קלינגען ווייסט מען אז מען ברויך אסר'ן

דאס קען נישט זיין אמת, ווייל אויב זיי וואלטן געניצט אזא סייענטיפישע מהלך וואלטן זיי גע'אסר'ט גאנץ אנדערע זאכן

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:20 pm
דורך היימלינד
סאדאם חוסעין האט געשריבן: זיי זענען מענטשן פונקט ווי אונז און זיי ווילן וויסן וואו מען קען האבן פאן

יא יא דאס ווייס איך אויך,
און דאס אז זיי האבן ליב צו קאנטראלן אנדערע פארשטיי איך אויך,

אבער נישט דאס האב איך געפרעגט, וואס זאגן זיי איז זייער מטרה?
לשיטתם אז זיי זענען גוט און ערליך, וואס שטעלן זיי צו, און פארוואס דייקא אין קר"י און נישט אין אנדערע פלעצער? נאר דארט איז דא א צורך?
איך וויל באמת פארשטיין זייער אגענדע.

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:27 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
דאס ווייסעך יא, אז ס’דא דארט אסאך איינגעשטעלטע פאר געלט, ובתוכם היימישע אידן וואס ארבעטן פאר די גאווערמענט אין אנדערע פלעצער, (detectives) און זיי ווערן באצאלט פונעם וועד...

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:43 pm
דורך יקנהז
א גוט יאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:25 am
חדשים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:23 am
אחידוש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:38 am נייע נאמען
פלעגט שוין פון וועד הצניעות
ריעברענדעד.
געווארפן אפאר משגיחים
וועמען?

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:46 pm
דורך יקנהז
חדשים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:27 am
יקנהז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:48 am שווער צו גלייבן אז די צעטל איז אמת ווייל אין אלע אפציעלע אויסגאבעס אין ק"י זענען די תקנות ווייעלעיטעד אנגעהויבן אין די באלעבאאסטע ביז דער איד-בלאט וכו'
ווי איך פארשטיי איז עס נייע רעגולאציעס.
זייער נישט מסתבר אז די בלאט גייט אויפהערן אריינלייגן עדס פון דזשי ענד דזשי מיט פענימער פון מענער אדער פון פרויען קליידער די ווי די וכו' און די בלאט פארשטייט זיך גייט מען נישט סטאפן פארקויפן אין ק"י איינמאל ער לאזט דורך זיינע פארטייאישע זאכן קען ער שוין נישט שרייען אויף די באלעבאאסטע וכו'.

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:16 pm
דורך Yesh
באלעבאאסטע גייען זיי זיך נישט וואגן נאכאמאל צו טערערעזירען. ער האט שוין געוויזן אז ער איז שטערקער

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:20 pm
דורך יצחק אייזיק
Yesh האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:16 pm באלעבאאסטע גייען זיי זיך נישט וואגן נאכאמאל צו טערערעזירען. ער האט שוין געוויזן אז ער איז שטערקער
ווען? וויאזוי?

Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

נשלח: פרייטאג יולי 12, 2024 10:00 am
דורך Yesh
ביי צדקות העיר